בלאט 1 פון 1
איך פארלאנג צו זעהן מיין מעדיקאל רעקארד'ס!!!
נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 9:22 pm
דורך זר זהב
המממממ.... ווערט'ס נישט בייז אויף מיר, איך דריי שוין צופיל א קאפ דא איבער דעם נושא, אבער דאך בין איך ממש שאקט פון עפעס וואס הייבט מיר אן אויסצוזעהן ווי א קאמפליעט קאווער אפ מצד מיין פריימערי העלט קער דאקטאר און פון מיינע חשוב'ע עלטערן.
די מכה בפטיש איז געשען היינט לייענענדיג די אנאנסן פארוואס איך דארף וואוטען פאר וועלקעוועז פאר קאנגרעס זיץ אין וויליאמסבורג. (אנטלויף נישט! ס'פאר שלחן עורך!)
שטייט דארט אז פאר די לעצטע 20 יאר איז זי א אידן פריינט און זי שטייט צוהילפ פאר אונדז אידן די לעצטע .... 20 יאר!
20 יאר איר הערט ?איך - און נאך צענדליגע שרייבער דא - זענען אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג. געב איך אזא טראכט צו מיר, איך וויל צוריקגיין צו גירסא דינקתא.
ווען איינער זאל מיר אויפוועקן 20 יאר צוריק אינמיטן א טיעפן שלאף און מיר פרעגן צי איך ווייס ווער "נח דיער" איז ? --- אוודאי! ווער ווייסט דען נישט ? אפילו ער האט מיר נישט פארטרעטן האביך געוויסט ער פארטרעט מיינע אידן אין ב.פ.
ווייסטע ווער "דזשאסעף לענטאל" איז ? יא! ער איז מיין אסעמבלימאן!
און ווער איז "סטיוו קאהן" ? דו פרעגסט ווער ? נאך פון וויגעלע דענק איך דעם נאמען,... עפעס א ליעדער איז ער...
און ווער איז "מארטין גאלדען" ? אה ער פארטרעט ניטאמאל מיין היים וויליאמסבורג אבער איך ווייס דאך ער פארטרעט בארא פארק אין די סטעיט סענאט!
זאג נאר אינגעלע, ווער איז "עד טאונס" ? ---- טוה מיר א טובה! ער איז מיין קאנגרעסמאן נאך פון משותלח'ת צייטן!!
(אפאר יאר שפעטער) ווער איז עריק עדעמ'ס ? עם עם עם געמיר א מינוט, יא! ער איז אין די סטעיט סענאט, פארטרעט מיינע ברודער אין פלעטבוש און קראון הייטס. לעצטענס האט ער געספאנסערט 'בולעט פראוו' וועסטלעך פאר די שומרים מעמבערס נאך די שיסעריי.
אה דו קענסטעך יא, זאג'שע מיר ווער איז "נידיע וועלקעוועז" ???
ההההם ? ס'א נאמען פון א מענטש ?!?!
יא יא שעפעלע! זי איז א פרוי וואס פארטרעט שוין 20 יאר נישט בארא פארק, נישט פלעטבוש, נישט קראון הייטס נאר א חלק פון דיין געבורטס היים!
איי איי איי שעפעלע האסט פארלוירן דעם טעסט
---------
מורי ורבותי, איך האב מיך אראפגעזעצט אין פארצווייפלענישט און געקומען צום אויספיר אז נישט מער און נישט ווייניגער איך בין ל"ע ול"ע געווען אין א קאומע פאר א שיינע שטיק צייט פון מיין לעבן.
ווייל ווייל ווייל ווייל - אוי געוואלד איך קען עס נישט גלייבן - דער נאמען "ניידיע וועלאסקעז" האב איך נישט געוואוסט און נישט געהערט ביז א 2 וואכן צוריק
ביניך אליין ? סיריעסלי ?
מיינע טריט זענען יעצט געוואנדן צו דיוויזשאן מעדיקעל סענטער, ביי הוק און ביי קרוק, איך גיי ארויסכאפן מיינע מעדיקעל פיילס!!!
נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 11:30 am
דורך יואליש
זר זהב האט געשריבן: ווייל ווייל ווייל ווייל - אוי געוואלד איך קען עס נישט גלייבן -
דער נאמען "ניידיע וועלאסקעז" האב איך נישט געוואוסט און נישט געהערט ביז א 2 וואכן צוריק
אייגענטליך, אין אן אנדערע אשכול האסטו געוויסט צו דערציילן חטאים אירע קעגן אידן וואס גייט צוריק היבש מער פון צוויי וואכן, און דו האסט נישט געקענט מאכן די לאגישע מסקנה אז ווי קען זיין זי האט באקעמפט שוין אידן פאר לאנגע יארן ווען כ'האב בכלל נישט געהערט פון איר ביז הערשט צוויי וואכן צוריק?
אלזא, ס'איז קלאר אז זי האט עקזעסטירט בשעת דו ביסט געווען אין א קאומא, די שאלה איז אויב זי האט געהאלפן אדער שאדן געמאכט אידן, אדער קיין איינס נישט און ביידע זייטן זענען בלויזע קאמפעין סעזאן רעטאריק וואס דו נעמסט אביסעלע צו ערענסט.
אבער א דאנק פאר דיין ריינע טריקענע "אנאליז."
נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 5:05 pm
דורך יונגערמאנטשיק
זר זהב האט געשריבן:
מיינע טריט זענען יעצט געוואנדן צו דיוויזשאן מעדיקעל סענטער, ביי הוק און ביי קרוק, איך גיי ארויסכאפן מיינע מעדיקעל פיילס!!!
איך וואלט דאס אויך געקענט באשטיין צו זעהן, עס דארף צו זיין זייער אינטערעסאנט. עפעס א "אנטי וועלעסקעס" וויירוס האט זיך אין דיר אריינגעכאפט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 5:59 pm
דורך היסטאריקער
עס איז א אנטי מהר״א ווירוס, מ׳ זעט זיין בייסיגע שפראך קעגן א עדה אידן וואס האבן זיך נישט געוואלט לאזן שפייען אדער אין בעסטן פאל איגנארירט געווארן דורך די UJO וואס דארף מכלומפערשט פארטרעטן "אלע" קהילות.
רמ״ד נידערמאן האט זיך שמ״ע עפענטליך ארויס געשטעלט פאר צד מהרז״ל, טאר נישט צד מהר״א צוריקפייטן?
אין קר״י ווי צד מהרז״ל שטעלט זיך אייביג ארויס קעגן צד מהר״א (מיט ווייניג הצלחה) האסטו אויך טענות איף זיי
נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 6:28 pm
דורך יונגערמאנטשיק
און אז מ'רעדט שוין פון וועלעסקעז, זי איז א שטארקע קעמפער פאר יושר, זי האט געקעמפט קעגן די בראדוויי טרייענגל פראיעקט ווייל ס'האט דיסקרימינירט קעגן געוויסע גרופעס, א זאך וואס איז א געוואלדיגע טובה פאר אונז יודן, וויטא לאפעז וואס איז באקאנט אלס שונא ישראל שוין צענליגער יארן וואלט געווען אין קאנטראלל פונעם פראיעקט און די געגענט וואלט פארפלייצט געווארן מיט ספאנישע איינוואוינער, אצינד האט דושינסקי אפגעקויפט אפאר לאטס, און אנדערע אידישע אינוועסטירער גרייטן זיך צו בויען הייזער "בלויז פאר יודן" אויף די בראדוויי טרייענגל שטח. פאר דעם אליין דארף מען איר שטיצן.
ווי אויך האט וואלעסקעז גע'שטיצט גאר שטארק דעם "ראוז פלאזא" פראיעקט, א זאך וואס וויטא לאפעז האט געוואלט צושטערן. די סיבה פארוואס דו האסט נישט געהערט איר נאמען איז ווייל זי האט מער געארבייט פאר דיינע קעגנער, די ארונים, און זיך נישט צוגעשטעלט צו וויטא לאפעז.
און דאס אליין אז וויטא לאפעז הייסט וואוטן קעגן איר, ווייל זי וויל זיך נישט צושטעלן צו זיין קארופציע, איז גענוג איר צו שטיצן.
נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 11:31 pm
דורך זר זהב
יואליש האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן: ווייל ווייל ווייל ווייל - אוי געוואלד איך קען עס נישט גלייבן -
דער נאמען "ניידיע וועלאסקעז" האב איך נישט געוואוסט און נישט געהערט ביז א 2 וואכן צוריק
אייגענטליך, אין אן אנדערע אשכול האסטו געוויסט צו
דערציילן חטאים אירע קעגן אידן וואס גייט צוריק היבש מער פון צוויי וואכן, און דו האסט נישט געקענט מאכן די לאגישע מסקנה אז ווי קען זיין זי האט באקעמפט שוין אידן פאר לאנגע יארן ווען כ'האב בכלל נישט געהערט פון איר ביז הערשט צוויי וואכן צוריק?
אלזא, ס'איז קלאר אז זי האט עקזעסטירט בשעת דו ביסט געווען אין א קאומא, די שאלה איז אויב זי האט געהאלפן אדער שאדן געמאכט אידן, אדער קיין איינס נישט און ביידע זייטן זענען בלויזע קאמפעין סעזאן רעטאריק וואס דו נעמסט אביסעלע צו ערענסט.
אבער א דאנק פאר דיין ריינע טריקענע "אנאליז."
איך האב געוויסט "
נאכצופארציילן" נישט "פארציילן" (א דאנק פאר דיין ספין) און איך האב דארט געשריבן אז איך קום נישט צו קיין מסקנות.
דאס אז א פאליטישען וואס פארטרעט א קליינע צאל אידן טוט עפעס שלעכט דארף איך נישט הערן און נישט וויסן. אויב אבער טוט זי 20 יאר גוטס איז עס א ווינדער אז איך האב איר נאמען קיינמאל נישט געהערט!
סענעטאר עריק עדעמ'ס נאמען האב איך נישט געהערט ביז ווען ער האט לעצטענס מנדב געווען בולעט פרוף וועסט'ס פאר שומרים, א קליינע טובה וואס האט מיך באקענט מיט דעם נאמען "עריק עדעם'ס"
וויזוי האב איך נישט געהערט וועלעסקאז'ס נאמען נאך 20 יאר טוהן טובות ??
--------
יעצט זאלן אלע "אן אגענדעס" ענטפערן....
נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 11:36 pm
דורך יואליש
אין דער איד ליין איך פון די פולע לייסטונגן פאר ציבור דורך דילאן. פון אים האסטו יא געהערט? האט ער א דין ווי עדעם אדער ווי וואלעזקעז?
(די גאנצע קרעדיט פון לייסטונגן און "טובות" פאר אידן איז נערישקייטן. ס'איז געמאכט פאר מיטעלסטע בלעטער אין די צייטונגן פארן קאמפעין סעזאן.)
נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 11:39 pm
דורך זר זהב
יואליש האט געשריבן:אין דער איד ליין איך פון די פולע לייסטונגן פאר ציבור דורך דילאן. פון אים האסטו יא געהערט? האט ער א דין ווי עדעם אדער ווי וואלעזקעז?
(די גאנצע קרעדיט פון לייסטונגן און "טובות" פאר אידן איז נערישקייטן. ס'איז געמאכט פאר מיטעלסטע בלעטער אין די צייטונגן פארן קאמפעין סעזאן.)
וויפיל יאר שרייבן זיי האט מען טובות פון דיללאן ? איך בין שוין נישט אינוואלווד די לעצטע שטיק צייט אין לאקאלע פאליטיקס. אבער וואס האט זיך אפגעטון יארן צוריק ליגט מיר אין די ביינער.
נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 11:42 pm
דורך שימעלע
זר זהב האט געשריבן:--------
יעצט זאלן אלע "אן אגענדעס" ענטפערן....
ווען די וועסט פרעגן ״אן אגענדעס״....
נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 11:44 pm
דורך זר זהב
שימעלע האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:--------
יעצט זאלן אלע "אן אגענדעס" ענטפערן....
ווען די וועסט פרעגן ״אן אגענדעס״....
יא יא דאס מיין איך, אלע וואס אטאקירן מיר זענען "אגענדע ריין"...... אינקלודניג יו
נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 11:47 pm
דורך יואליש
זר זהב האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:אין דער איד ליין איך פון די פולע לייסטונגן פאר ציבור דורך דילאן. פון אים האסטו יא געהערט? האט ער א דין ווי עדעם אדער ווי וואלעזקעז?
(די גאנצע קרעדיט פון לייסטונגן און "טובות" פאר אידן איז נערישקייטן. ס'איז געמאכט פאר מיטעלסטע בלעטער אין די צייטונגן פארן קאמפעין סעזאן.)
וויפיל יאר שרייבן זיי האט מען טובות פון דיללאן ? איך בין שוין נישט אינוואלווד די לעצטע שטיק צייט אין לאקאלע פאליטיקס. אבער וואס האט זיך אפגעטון יארן צוריק ליגט מיר אין די ביינער.
סאו פון ווען דו ביסט יא געווען אינוואלווד געדענעקסטו דילאן?
(איך בין קיינמאל נישט געווען אינוואלווד און קען נישט קיין איינע פון די נעמען (און כ'האב דיך ליעב צו טשעפען מיט דעוויל'ס אדוואקאט, כ'האף דו האסט אויך פאן.)
נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 11:52 pm
דורך זר זהב
ניין איך געדענק נישט דיללאן! וועגן דעם פרעג איך צי אין איד שטייט אז ער טוט שוין טובות 20 יאר ? אויב יא, דעמאלטס דארף איך נישט מיין רעקארדס,איך וועל וויסן פאר זיכער אז איך בין געווען אין א קאומא, און איך וועל דיר זאגן "טעיתי", ביידע צדדים זענען קרעפ.
און יא, איך האב פאן..
נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 12:55 pm
דורך יונגערמאנטשיק
זר, צו דו האסט אן אגענדע דאס איז זיכער! דו זאגט אז דיין אגענדע איז "פאן", אבער פאר אנדערע - מיך אריינגערעכענט - קוקט עפע אויס ווי אויסער פאן האסטו נאך אן אגענדע. אבער דאס איז מיר שוין א חידוש, דו ביסט מסופק צו ביידע זייטן האבן קרעפ? דער יוד שרייבט אויף דילאן דאס וואס דער בלאט שרייבט אויף וואלעזקעס וכן להיפוך. מיט א קליינע חילוק, דער בלאט שרייבט נישט אויף דילאן "נאצי" אזוי ווי די יוד האט געשריבן אויף וואלעסקעז.
און צו זאגן אז מ'האט קיינמאל נישט געהערט פון וואלעסקעז בעת זי איז א קאנגרעספרוי ממש נעבן וויליאמסבורג, דארף מען עכט זיין אויסגעטוהן פון די וועלט. ספעציעל אין די לעצטע 6-7 יאר, זינט מד"נ האט זיך אפעציעל צוגעשטעלט צו וויטא לאפעז, האט זי זיך אפעציעל צוגעשטעלט צו UJCARE צו באקאעמפן וויטא'ס פאוער.