מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה
"יראת שמים"
[justify]ביי אונז 'אידן' ווערט די הימלישע פראזע דערמאנט צאללאזע מאל אין לעבן. עס קומט צום אויסדריק איבעראל ווען מען וויל איינעם אנצייכענען מיט א שארפקייט. עס איז א סארט טערמין וואס מען מעסט דער מענטש ביי יעדן מאורע אין לעבן. אנגעהויבן פונעם 'נתקבל', נאכדעם ביים שידוך, ביז די 'גאטספארכטיגער טערמין' ווערט אפיציעל און פארמעל רעגעסטריט אויפן חתונה אינוועטאציע, "הבחור החתן המופלג בתורה ויראת שמים".
באמת האט די ווארט 'ירא שמים' נישט קיין אחדות'דיגע באדייט, און שפעטער וועלן מיר זען אז ניטאמאל האבן מיר די 'ריכטיגע' באדייט. ווייל יעדער טייטשט דאס אויס אויף א אנדערע וועג. אזוי ווי: 'משוגע, 'נארמאל', 'באם', 'קלוג', 'נאריש' ,טראגט ביי יעדען אינדעווידאלע מענטש א אנדערע אפטייטש. ביי איינעם קומט 'באום' צום אויסדריק ווען ער זעט איינעם מיט א דזשעקעט, און ביי אנדערעם קומט נארמאל צום אויסדריק אזוי לאנג ווי די לענג פונעם רעקל איז א טפח פונעם פלאר. די 'כך דעותיהם אינן שוות' שלאגט ארויס די מענטשליכער מין ביי די אויסדריקן. באמת האט דער מענטש מיטן 'דעת-ופרצוף' יושר צו ציען אבסטראקטע געדאנקן אויף א צווייטן מיט פרייהייט. לויט מיינע השגות און אפשאצונגען איז דער מענטש 'משוגע אדער נארמאל'. ווייל ביי מיך טייטשט נארמאל ככה וככה און יענער מענטש פארמאגט די נארמאלע אדער משוגענע תנועות לויט מיינע השגות.
וואס וועט געשען אבער ווען איינער האט נישט קיין שום השגה אויף איזה דבר שהוא, דאן האט ער נישט די 'דעותיהם אינן שוות' וואס קען בייאנפלוסן זיינע דעות. וויאזוי ווייסטו אויב יענער האט רויטע פיס אדער נישט? האסט עס קיינמאל נישט געזען. דו קענסט נישט האבן קיין מיינונג איבער דעם, ווייל אין לך שום השגה כל שהוא.
'יראת שמים' איז נישט קיין מעדזשיק קאוד וואס אנטבלאנגט א געוויסע קשר צו א פארטיי, און יראת שמים איז נישט קיין חיצונית'דיגע גשמיות'דיגע תנועות ווי מיינונוגען קענען זיך צוזאמשטויסן. 'יראת שמים' איז עפעס וואס 'דער מענטש האט מיט ג-ט', און קיין שום ערדישע בריאה האט נישט קיין אוטאריטעט צו ווערן דארט א דריטע שותף. יראת שמים האט א איינפאכע אפטייטשט: 'די פארכט צווישן מענטש און ג-ט, אדער די ליבע צווישן מענטש און ג-ט'. דאס איז עפעס וואס איז פארהוילן פון אנדערע מענטשן, און עס פארמאגט נישט קיין מענטשליכער אויסדריק עס איבערצוגעבן. קיינער קען דאס נישט וויסן, און קיינער איז נישט אומשטאנד דאס וויסן.
אלזא, מענטשן מיט הויכע אויגן ברעמען קענען פרעגן, וואס הייסט איך קען דאך זען וויאזוי ער דאווענט, וויאזוי ער פירט זיך אויף, שמו הולך לפניו. דיזע זאכן געבן מיר פלאץ וואו איינצופלאנצען מיינע מיינוגען. טא וויאזוי קענסטו זאגן אז אין לך עסק בזה, ואין לך דעה בזה? דער אנטווארט איז: דאווענען איז נישט 'יראת שמים'. דאווענען איז א Tool צוצוקומען נענטער צו ג-ט. חכז"ל האבן מתקן געווען דריי תפלות כדי צו געבן די מענטש א געלעגענהייט צו שמיעסן מיט ג-ט. און מען קען טאקע זען מענטשן וואס קומען אריין אין ביהמ"ד און שפתותיהם דובבת כמצות אנשים מלומדיה. דאס איז זיכער נישט די כוונה, יוצא צו זיין תפלת שחרית אדער מנחה. די כוונה איז זיך אויסצושמיעסן מיט ג-ט, אים דאנקען לויבן און בעטן. איך רעד נישט פון די עצם חיוב פון דאווענען, איך רעד פון די מושג התפלה. עס איז זענען פארהאנען פעלער וואס עמיצער שמיעסט זיך אויס מיט ג-ט אויף מאמע לשון און וועט פיל מער אויסטראגן די באדייט ווי דער וואס האט אפגעמורמעלט דעם דאווענען.
מיין כוונה איז, אז דו האסט נישט קיין שום וועג וויאזוי אפצושאצן די שיכות צווישן מענטש און ג-ט. וועסטו מיר זאגט אז ער שאקעלט זיך שטארק ביים דאווענען און שפרינגט און וויינט, אפשר מאכט ער זיך? וויאזוי קען זיין אז אמאליגע 'צדיקים נסתרים' האבן זיך געקענט באהאלטן אין פראסטע מענטשן. לויט די 'דעותיהם אינן שוות' וואלטן זיי אפגעזיגעלט געווארן פאר נידריגע פראסטע מענטשן, בו בזמן ווען זייער הארץ פלאקעט און ברענט פארן אייבירשטען. איך זיך נישט דא צו זאגן אז יעדער מגושם (איך ווייס נאכנישט פונקטליך וואס מגושם מיינט) איז א צדיק, און אז יעדער צדיק אז א מגושם. די געדאנק איז אז עס איז אבסורד צו אויסטוישן מיינונגען איבער די שיכות צווישן אדם ובוראו.
באמת רירט דאס שוין אן די חלק פון אחדות ישראל, וואס איך בין נישט דער מענטש. וואס דער עכטער 'יראת שמים' איז לראות מעלות חברינו. און אפשאצען יעדעם innocent until proven guilty. און נישט יעדער וואס בייגט זיין שניפסל אנדערש ווי דיר פעלט אים גאטספארכטיקייט. און באמת זענען די ווערטער נישט מיינע, און איך האב געטראפן ממש די ווערטער פון האי גאון וצדיק משולם פייבוש מזבריזא זצוק"ל במח"ס יושר דברי אמת. אט ליינט זיינע זיסע פערל ווערטער, געשריבן במתק צח:
והפרש גדול בין מי שחושב בה' יתברך לפעמים, ובין מי שחושב בו תמיד, הוא כרחוק מזרח ממערב, ואי אפשר לפרש ההפרש, כי דבר זה תלוי באבנתא דליבא. וזה נקרא חכמת הנסתר, ששמעתי מפה קדוש מו"ה מנחם מענדל [מפרעמישלאן] ז"ל שנסתר נקרא דבר שאין אדם יכול להבינו לחבירו, כמו הטעם של המאכל אי אפשר לספר לאדם שלא טעם טעם זה מעולם ואי אפשר לפרש לו בדיבור איך ומה, ונקרא זה דבר סתר, כך ענין אהבת הבורא ויראתו יתברך שמו אי אפשר לפרש לחבירו איך היא האהבה בלב, וזה נקרא נסתר.
קיין שום נברא ווייסט נישט די קשר אהבה ויראה וואס א מענטש האט מיטן בורא. דו קענסט עס נישט זען פון אינדרויסן, נישט בשכבו און נישט בקומו. אזוי לאנג ווי דו זעסט נישט יענעם מחלל שם שמים זיין בגלוי, און עובר זיין און דערצענען דעם אייבירשטען בשאט נפש, האסטו נישט קיין שום מיינונוג איבער זיינע השגות. און אפילו יענער זאל דיר עס וועלן דערציילן וועט ער נישט קענען. מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה!! קיין שום ראציגע מיינונג פון איינעם איבער יענעמ'ס יראת שמים, וועט נישט קענען אוועק בלאזן און אויסלעשן די אמת'ע נאנטשאפט צווישן דער מענטש און ג-ט.[/justify]

- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
עס איז ריכטיג אז אונז קענען נישט אפשאצן ווי ווייט יענם יראת שמים און אהבת ה' גייט, צו האט ער דאס אויף 100% אדער נאר אויף 70%,
סא עס איז מעגליך אז עס איז דא איינער וואס זיין קשר צו קוב"ה איז נאר 70% אדער ווייניגער און ער מאכט זיך ווי ער האט מער, אדער פארקערט א צדיק נסתר וואס זיין קשר צו השי"ת איז 100%+ אבער ער באהאלט דאס און עס זעהט אויס ווייניגער, אבער צו זאגן אז מען קען דאס אינגאנצן נישט מעסטן איעז אפשר נישט אינגאנצן ריכטיג, אונז טרעפן אין גמ' אז עפעס קען מען יא מעסטן
טאקע נישט יראת שמים אבער קדוש יא, זעהט אויס אז עפעס סמנים זענען יא דא אויף דיזע זאכן נאר נישט אויף 100%.

קדוש הוא, מנא ידעה, רב ושמואל חד אמר שלא ראתה זבוב עובר על שולחנו וחד אמר סדין של פשתן הציעה על מטתו ולא ראתה קרי עליו (ברכות י:)
טאקע נישט יראת שמים אבער קדוש יא, זעהט אויס אז עפעס סמנים זענען יא דא אויף דיזע זאכן נאר נישט אויף 100%.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
א ייש"כ.
דעם יושר דברי אמת האסטו ארויסגענומען פון קאנטעקסט. ער רעדט נישט פון דער אי-יכולת פונם מתבונן אפצושאצן די אהבה פונם מרגיש, נאר ענדערש פון דער אומ-מעגליכקייט פונ'ם מרגיש אפצומאלן און איבערגעבן דער עומק פון זיינע געפילן פאר'ן מתבונן.
ועכשיו לדבריך: זאגסט ריכטיג, אבער מיטן אראפשטעלן חילול שבת אלץ צייכן פון חוסר יראת שמים ביזטו זיך סותר. אויב איז אן עבירה א סתירה צו יראת שמים, גיבסטו שוין פאר מענטשן א כלי מדידה עס אפצומעסטן. דער אמת איז, ווי דער רמב"ם זאגט אין הלכות תשובה: ''אין שוקלין אלא בדעתו של קל דעות והוא היודע האיך עורכין הזכיות כנגד העוונות''. יעדער איינער געפינט זיך אין אן אנדערע מצב און זיינע אומשטענדן זענען אנדערש. דער זעלבער עבירה קען אויף איינעם צייגן חוסר יראת שמים און ביים צווייטען גאר זיין א סימן דערויף.

דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
מפוזרי האט געשריבן:א ייש"כ.
דעם יושר דברי אמת האסטו ארויסגענומען פון קאנטעקסט. ער רעדט נישט פון דער אי-יכולת פונם מתבונן אפצושאצן די אהבה פונם מרגיש, נאר ענדערש פון דער אומ-מעגליכקייט פונ'ם מרגיש אפצומאלן און איבערגעבן דער עומק פון זיינע געפילן פאר'ן מתבונן.
ועכשיו לדבריך: זאגסט ריכטיג, אבער מיטן אראפשטעלן חילול שבת אלץ צייכן פון חוסר יראת שמים ביזטו זיך סותר. אויב איז אן עבירה א סתירה צו יראת שמים, גיבסטו שוין פאר מענטשן א כלי מדידה עס אפצומעסטן. דער אמת איז, ווי דער רמב"ם זאגט אין הלכות תשובה: ''אין שוקלין אלא בדעתו של קל דעות והוא היודע האיך עורכין הזכיות כנגד העוונות''. יעדער איינער געפינט זיך אין אן אנדערע מצב און זיינע אומשטענדן זענען אנדערש. דער זעלבער עבירה קען אויף איינעם צייגן חוסר יראת שמים און ביים צווייטען גאר זיין א סימן דערויף.
דער יד״א זאגט: דו קענסט נישט משיג זיין יענעמ׳ס יראת שמים ווייל ער קען דיר דאס נישט אליין מגלה זיין, עס איז תלוי באבנתא דליבו. עס איז באהאלטן און איז ווייט פון דער ווארט-אויסדריק ווייל עס ליגט אזוי טיף. דערפאר קען קיינער נישט משיג זיין יענעמ׳ס יראה-אהבה. איך טייטש זיינע ווערטער.
און דו ביסט טאקע גערעכט, איינער וואס איז מחלל שבת איז נישט קיין ראיה אז ער האט נישט קיין יראת שמים, דער שאור שבעיסה איז מעקב, דאס איז די נקודת היהדות. איך האב נאר געזאגט אז עס איז דא פעלער ווי א מענטש אליין דערציילט פאר יעדעם אז ער לאכט אין פנים פון ג-ט, והא ראיה ער ווידערשפעניגט אין אים לעיני שמש, אין אזא פאל דארף מען אים נישט בוחן זיין, ווייל ער דערציילט דאס אליין. ואף כל אלה איז עס דקה מן הדקה, און עס איז רחבה מני ים לשקול.
Re: מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה
ווילאנג דו ביסט מסכים אז עס איז פארהאן זאכן ווי עס דערקענט זיך די מאס יראת שמים, זעה איך נישט וואס דו ווילסט,
למשל לאמיר זאגן איך האלט אז איינער מיט א ריכטיגע מאס יראת שמים דארף שטיין ערענסט ביים דאווענען, קענסט מיר אפפרעגן?
און איך ווייס נישט וואס דו ווילסט מיטן יושר דברי אמת וואס זאגט סה'''כ אז אהבת ה' איז א זאך וואס מען קען נישט דיסקרייבן,
Sent from my SGH-T599N using Tapatalk

- ידיד השטיבל
- הודעות: 340
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
- האט שוין געלייקט: 257 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
כי האדם יראה לעינים
אי אפשר לדעת מי הוא ירא שמים
שלמה המלך עליו השלום זאגט אין קהלת (פרק ג פסוק כא): מִי יוֹדֵעַ רוּחַ בְּנֵי הָאָדָם הָעֹלָה הִיא לְמָעְלָה וְרוּחַ הַבְּהֵמָה הַיֹּרֶדֶת הִיא לְמַטָּה לָאָרֶץ.
זאגט רבינו יונה אין זיין ספר שערי תשובה (שער ב אות יט): פירוש: מי יכיר הצדיקים והרשעים בעולם הזה? כי יש רשעים אשר מעשיהם במחשך ולא יכירו בהם בני אדם, ויש צדיקים שייראו שמים בסתר... ויקרא לנפש הרשע נפש הבהמה, מפני שנמשכת אחר התאוה הגשמית כבהמה... ולנפש הצדיקים קרא "רוח בני האדם"... ובאור לשון המקרא כן הוא: מי יודע רוח בני האדם, והם הצדיקים, העולה היא למעלה? כי יש הרבה צדיקים שאין אדם יכול לגזור עליהם בעולם הזה שהם צדיקים באמת, וכי תעלה נפשם למרום... וגם כי רבים מן הצדיקים הם יראי שמים בסתר ואין צדקתם מודעת... גם יש רשעים רבים שאין אדם מכיר במעשיהם.
השי"ת האט געזאגט צו שמואל הנביא [שמואל בקוראי שמו!] אין ספר שמואל א (פרק טז): וַיֹּאמֶר יְקֹוָק אֶל־שְׁמוּאֵל אַל־תַּבֵּט אֶל־מַרְאֵהוּ וְאֶל־גְּבֹהַּ קוֹמָתוֹ כִּי מְאַסְתִּיהוּ כִּי לֹא אֲשֶׁר יִרְאֶה הָאָדָם כִּי הָאָדָם יִרְאֶה לַעֵינַיִם וַיקֹוָק יִרְאֶה לַלֵּבָב:
אויך כדאי צו דערמאנען די ווערטער פונעם אבן עזרא אויפ'ן פסוק "ואתה תחזה וגו' ירא אלקים וגו'"
– בדרך אגב טייטשט ער: "שאין להם יראה מאדם רק מהשם לבדו" און ער לייגט צו "לא יתכן להיות ירא שמים כראוי רק מי שהוא חכם" –
פירט אויס די אבן עזרא אויפ'ן פסוק "ויבחר משה אנשי חיל" - "שהיה דבר ברור" – דאס מיינט אז מען קען וויסען אויב איינער איז אן "איש חיל", אבער "לא הזכיר יראי אלהים, כי הוא לבדו ידע לבב אנוש, ומשה אמר כי בחר לנו אנשים חכמים, כי יוכל לדעת זה, רק יש חכם שאיננו ירא שמים"
כיצד יש לבדוק יראת שמים
"אבוקה להבדלה מצוה מן המובחר" (פסחים ח, א) - זאגט די חתם סופר אז אויב איינער וויל בודק זיין צי א מענטש איז א "ירא שמים" -אבוקה להבדלה - אבן הבוחן לדעת מי האיש בעל מצוות ויראת שמים - "מצוה מן המובחר" -אויב ער איז מהדר צו טוהן מצוה מן המובחר.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אויבערלענדער חכם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
כ'מיין אז מען דארף נישט קריכן ביז רבינו יונה אדער יושר דברי אמת.
רש"י אויפן פלאץ ברענגט, ויראת מאלקיך, שהרי הדבר מסור ללב, וכל דבר המסור ללב נאמר בו ויראת מאלקיך.
מפני שיבה תקום, יכול אם ראהו יעצים עיניו כאילו לא ראהו? הרי הדבר מסור ללב שנאמר ויראת מאלקיך אני ה'.
לפני עוור לא תתן מכשול, שמא תאמר "עצה טובה אני נותן לו!" הרי הדבר מסור ללב שנאמר ויראת מאלקיך אני ה'.
וכן הרבה.

וירח ה' את ריח הניחוח
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'מיין אז מען דארף נישט קריכן ביז רבינו יונה אדער יושר דברי אמת.
רש"י אויפן פלאץ ברענגט, ויראת מאלקיך, שהרי הדבר מסור ללב, וכל דבר המסור ללב נאמר בו ויראת מאלקיך.
מפני שיבה תקום, יכול אם ראהו יעצים עיניו כאילו לא ראהו? הרי הדבר מסור ללב שנאמר ויראת מאלקיך אני ה'.
לפני עוור לא תתן מכשול, שמא תאמר "עצה טובה אני נותן לו!" הרי הדבר מסור ללב שנאמר ויראת מאלקיך אני ה'.
וכן הרבה.
ריכטיג, די יושד"א האט עס פשוט צונעמען מיט שמאלץ.