בלאט 1 פון 1

די פאראייניגטע שטאטן פון גראביאנען

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 6:39 pm
דורך ישמעאל הכהן
היינט איז ערשינען א פעטן באריכט שטודיע וואס זאגט אז 75% מענער און 67% פרויען אין אמעריקע העכער די פינף און צוואנציג יאר זענען אדער גאר גאר פעט, obese, אדער איבערוואגיק.

די פיגורין צייגן אויך אז צום ערשטן מאל זענען דא מער אוביס אמעריקאנער ווי בלויז איבערוואגיק. די פינף יעריגע שטודיע האט אריינגענומען 15000 מענער און פרויען.

אין פארגלייך איז צוואנציג יאר צוריק געווען בלויז 63% מענער און 55% פרויען פעט אדער אווערוועיט.

''די שטודיעס זענען נאריש און מיינונגסלאז, יעדעס מאל טוישן זיך די נומערס און שטודיע געפינסן'' האט זיך מיכל ט. געלאזט הערן ליינענדיג דעם באריכט בשעתן שלינגען אויף א פאסטראמי סענדוויטש אין גאטליב'ס רעסטאראנט. ''עס איז שטותים!''.

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 6:54 pm
דורך [NAMELESS]
מיין לייק איז בעיקר אויפן קריעטיוועטי פונעם נאמען פונעם אשכול... :D

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 7:06 pm
דורך ישמעאל הכהן
און מיין לייק איז אך ורק הכרת הטוב פאר דיין לייק

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 10:21 pm
דורך שמעקעדיג
און מיין לייק איז בעיקר אויף די ווערטער פון מיכל ט.