דער השתלשלות פון 'דעת תורה', 'צדיק הדור', און 'גדול הדור'.
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 6:48 pm
אין ליכט פונעם אשכול פון [tag]אויבערלענדער חכם[/tag], וואו ס'זענען ארויסגעברענגט געווארן פארשידענע מהלכים אינעם השתלשלות פון 'דעת תורה', האב איך געשריבן א תגובה'לע, וואס כידוע ליודעיי האט זיך דאס פארלענגערט אזש ס'וואלט פארשאטענט דעם יסוד האשכול, דערפאר האב איך מחליט געווען צו עפענען אן אשכול פאר זיך, דורכגייענדיג די מושג פון דעת תורה והמסתעף, במשך הדורות.
אקדים ואומר, אז ס'איז בעצם א נושא וואס מ'קען דערפון רעדן און רעדן נאנ-סטאפ און שרייבן מחקר כדבעי. איך וועל נאר אנכאפן אויפן שפיץ גאפל די יסוד הדברים, כאטשיג מ'קען כסדר מחלק זיין און מאכן פון יעדע זאך 'צוויי דינים'...
[center]א.[/center] אין יענער אשכול האט גאוואלדיג געשריבן:
למעשה איז [tag]געוואלדיג[/tag] גערעכט, אז דאס איז שוין אזוי אלט ווי כלל ישראל איז אלט [גראדע האב איך געוואלט ברענגען די זעלבער ראי' ווי דער רמב"ן, פון שאול וואס איז געגאנגען פרעגן פשוטע זאכן פון שמואל הנביא]. אבער וואס איז נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט געווארן איז, אז כלל ישראל האט אויך אלס געהאט צוויי באזונדערע מנהיגים, 'גאונים' און 'צדיקים'. יא יא, קוקטס מיך נישט אן ווי א האן אין בני אדם...
צוריקגייענדיג אזוי ווייט ווי טאקע אט דער שמואל הנביא, זעט מען אז דער נביא איז געווען דער גרעסטער צדיק הדור. און דאס איז נמשך געווארן אין שפעטערדיגע דורות, אז מ'איז געגאנגען צום נביא-צדיק אפילו ס'געווען גאונים וואס זענען אפשר געווען גרעסערע ת"ח ווי די נביאים. למשל, דואג האדומי איז געווען תורתו שאין בו דופי, ער איז געווען דער גרעסטער ת"ח - ווען מ'האט געדארפט וויסן הלכות, אבער ווען ס'איז געקומען צו הנהגה איז געווען דער נביא, גד החוזה און נתן הנביא האבן געפירט די פאליטיקס, אריינגעפליקט דוד בנוגע אשת אוריה החיתי, וכו'.
און די צייטן פון די תנאים האט זיך מער ארויסגעשיילט די אפענע צוויי מהלכים אין הנהגה, כאטשיג די גרויסע תלמידי חכמים האבן יא ענדערש געפירט דעם דור ווי די צדיקים [א גרויס חלק אין דעם האט געהאט דער פאקט אז ס'איז אריבער בנשיאות, פון הלל הזקן, ואכמ"ל]. אבער פאר 'ישועות' איז מען געגאנגען צום צדיק, א שטייגער ווי רשב"י [אפשאפן גזירות ווייל ער איז א 'מלומד בניסים'], אדער ר' חנינא בן דוסא [להתפלל על החולים], חוני המעגל [פאר וואסער], און זיין אייניקל אבא סיקרא [פאר דאס זעלביגע], ועוד הרבה עד אין קץ.
די גמ' אין תענית איז זיך אליינס מתייחס דערצו, ווען איינער פון די אמוראים האט געפרעגט פארוואס זיי ווערן נישט אזוי נענה ווי די פריערדיגע דורות, און ער זאגט אליינס אז ס'קען נישט זיין אז די סיבה איז ווייל די פריערדיגע האבן געקענט בעסער לערנען, ווייל דער פאקט איז אז היינט צוטאגס קען מען גאר בעסער לערנען (אגב, מכאן ראי' אז ס'מוז נישט אלס גיין 'שוואכערע דורות', און 'אם ראשונים כמלאכים' וכו'. אבער דאס איז א שמועס פאר זיך), און ער פירט אויס אז ס'מוז זיין וויבאלד די פריערדיגע האבן געדינט דעם אייבערשטן מיט מער מסי"נ און סעקרעפייס.
נאר דאס זעט מען אויך, אז א צדיק בימים ההם האט געמיינט איינער וואס איז געווען א גדול בתורה אויך, און נישט נאר איינער וואס איז געווען א 'צדיק' וואס דינט דעם באשעפער 'בתמימות'. בימים ההם איז געווען א סתירה אנצוקוקן אזא סארט הנהגה, חז"ל האבן געזאגט 'ולא עם הארץ חסיד'. היינט אבער, איז צדקות געווארן אזא גאנגבארע ארטיקל, אז גאונות בתורה והתמדה בתורה איז נישט קיין חלק פונעם טייג צו קענען אריינגיין אינעם קאטעגאריע פון א 'צדיק', נאר ס'איז ענדערש א 'ספייס' צו פארשענערן דעם נאמען פונעם צדיק.
[center]ב.[/center] אין שפעטערדיגע דורות, איז אויך אנגעגאנגען דעם הנהגה, אז דער תלמיד חכם איז געווען דער מנהיג הדור, און דער צדיק - וואס איז געווען א תלמיד חכם מופלג פאר זיך - איז געווען דער צו וועם דער עולם פלעגט זיך ווענדן מיט זייערע בקשות. אין געוויסע פעלער האט דאס געארבעט צוזאמען [א שטייגער ווי דער רמב"ן אליינס].
נאך תורת הקבלה איז נתפשט געווארן, און כל שכן נאך די אריז"ל, איז דער סטיגמע פון א 'צדיק' נאר פארשטערקערט געווארן, און מופתים זענען געווארן א גאנגבארער ארטיקל, רוח הקודש, חזיונות, דיבוקים, שדים, וכו', זענען געווארן א חלק פונעם חיי יום יום וואס מ'לויפט צום צדיק, נעמליך צום מקובל וואס האט העכערע כוחות. אבער דער אריז"ל איז אויך געווען א גאון בנגלה, זייענדיג א תלמיד פונעם שיטה מקובצת, און אזוי אויך מיט רוב גדולי מקובלים [דער רמ"ק, דער ריקנטי, דער רמ"ע, דער רמח"ל, ועוד].
און די קומענדיגע פאר דורות ביזן בעש"ט, איז דער צוטיילונג אנגעגאנגען מיטן גאנצן קראפט [פון דער מהרש"ל אין זיינע תשובות זעט מען ווי ער רעגט זיך טאקע איבער דעם, ואכמ"ל]. אבער ס'זענען געווען גדולי ישראל וואס זענען געווען גדולים בקבלה, און זיי האבן זוכה געווען צו ביידע שולחנות. למשל דער מהר"ל - אויף וועם מ'האט טאקע אנגעהאנגען אותות ומופתים [כאטשיג ס'איז נישט מחוור אז דער מהר"ל האט בכלל געשריבן ע"פ קבלה, הגם אסאך זאכן שרייבט ער ע"פ סוד. והוא דבר מוטל בספק במחקר. (פונקט ווי דער גאנצער 'גולם' געשעפט איז בפשטות הוידל בוידל)]. און אזוי אויך איז געווען מיט דער מהרש"א, ר' שמשון אסטראפאלער, דער מגלה עמוקות, דער גר"א, ועוד.
[center]ג.[/center] א נייע תקופה האט זיך אנגעהויבן ביים בעש"ט, ווען דער צדיק האט צוביסלעך אנגעהויבן איבערנעמען די הנהגה אויך. כמו בימי הנביאים הנ"ל. זיי האבן אנגעהויבן געבן הדרכות אין עניני הכלל, זיך געמישט איבעראל, און האבן עווענטועל איבערגענומען דעם פלאץ פון די אמאליגע רבנים - למשל, דער נודע ביהודה, דער לבוש, און כמעט יעדער גדול בתורה וגדול הדור - וואס האבן געהאט דעם אויטאריטעט אפגעזען זייער גרויסקייט אין קבלה [אדער ספעציעלער צדקות].
אבער דאס אליינס וואלט נאך געווען אראפשלינגבאר, דער פראבלעם איז אז קיינמאל פארדעם אין היסטאריע איז נישט געווען אזא זאך, אז א צדיק דארף נישט זיין קיין ארויסגערופענער גדול בתורה (אפילו נישט דער גרעסטער ומובחר שבהם). און דאס איז א דבר מוכן לפורעניות, אז א יעדע גאלדערנע בעקיטשע קען מאכן אביסל פאקסן און זיך דערקלערן 'עובד השם' און ממילא אלס צדיק, און דער דארף ניטאמאל קומען 'ותלמודו בידו'. אזא פשוטע זאך ווי לא עם הארץ חסיד, איז אן אומפארשטענדליכע זאך אינעם היינטיגן חסידישן לעבנסשטייגער. דערפאר טאקע איז די מגיפה פון רבי'לעך געווארן מער און מער גאנגבאר וואס א דור שפעטער.
קוקנדיג אויף די ליטווישע וועלט, זעט מען אז ס'איז אדורך פונקט אזעלכע תהפוכות ווי די חסידים - אויף אן אייגנארטיגן אופן. אנגעהויבן פון די 'בעלי מוסר' באוועגונג, וואס האט באשאפן 'צדיקים' אזויווי תורת החסידות, און געענדיגט ביי הרב שך'ס אדאפטירן דעם מושג 'דעת תורה' אויף יעדע זאך. ואסביר דברי.
די בעלי מוסר, זענען געווען ממש אויף דעם אופן ווי ביי די תנאים ואמוראים. נעמליך, די מנהיגי הדור זענען געווען די מפורסמים בתורה, א שטייגער ווי דער נצי"ב, ר' חיים בריסקער, ר' יצחק אלחנן, דער אדר"ת, ר' חיים עוזר, ועוד. אבער זיי זענען נישט געווען די א.ג. צדיקי הדור, אזויווי ר' ישראל סאלאנטער ותלמידיו וואס זענען געווען ריכטיגע צדיקים דבוקים בה'. פון די אנדערע זייט, איז נישט געווען אזא זאך ווי א 'צדיק', א בעל מוסר, וואס זאל נישט זיין קיין ת"ח מופלג. אלע פון זיי זענען געווען גרויסע תלמידי חכמים, וואס אדאנק דעם האבן זיי בכלל געקענט באקומען די סעטיפיקאציע אז זיי זענען בכלל צדיקים. אנדערש ווי ביי חסידים, זענען די ליטווישע קיינמאל נישט געפאלן פאר א 'צדיק' וואס איז נישט געווען ארויסגערופן אלס ת"ח גדול. דאס באגלייט זיי אגב עד ימינו אנו, אז יעדער אויטאריטעט מוז כאטש קענען לערנען.
נאכן צווייטן וועלט מלחמה, זענען געבליבן צוויי לייבן וואס האבן אוועקגעשטעלט דעם ליטווישן דרך החיים, דער בריסקער רב, און בעיקר דער חזון איש. זיי זענען באמת געווען א מיזוג נפלא פון גאונות בתורה מיט צדקות מופלגת ויראת שמים. דערפאר זענען זיי אריין אין די היסטאריע אלס די אוועקשטעלער'ס פון אידישקייט נאכן קריג, ווייל דער עולם האט זיך געדרייט ארום זיי, געבעטן ברכות פון זיי, א.א.וו. פונקט ווי די חסידים ביים רבי'ן. למעשה אבער, זענען די ליטוואקעס געבליבן נאכדעם כצאן בלי רועה, דער סטייפלער איז נישט געווען א מנהיג טיפ, און די גדולים זייערע זענען נישט געווען אפיציעלע צדיקים מפורסמים. מאידך גיסא, זענען די חסיד'ישע רבי'ס געשטאנען מיט א פעסטקייט און געפירט זייערע חצרות מיט א קנאק, האבנדיג דעם כח פונעם צדיק ומנהיג אויף איינמאל. דאן איז אויפגעקומען הרב שך מיט זיין 'דעת תורה'.
הרב שך האט אוועקגעשטעלט דעם מושג פון א מנהיג הדור, וואס פארקערפערט אין זיך סיי דער גדול הדור בתורה און אזוי אויך דער צדיק הדור. און דער דעת תורה וואס איז יעדן מחייב, איז צוליב דעם וואס דאס איז א תוצאה פון זיין דער מנהיג וצדיק הדור. דעמאלס האט די ליטווישע פראפעגאנדע מאשין אנגעהויבן מיט די חסיד'ישע סטייל מופתים און צדקות מעשה'לעך אויף יעדן גדול בתורה, כדי צו פארשטערקערן זיין כח אין די ליטווישע וועלט גופא, אז זיי זאלן האבן רבי'ס מיטן ליטווישן קנייטש. אזוי זענען זייערע גדו"י עד היום געווארן דעה זאגער'ס אין כלל ענינים, השקפה, הדרכה, און ברכות ישועות ורפואות. הרב שטיינמאן איז אויך צדיק הדור, אויך גדול הדור, און אויך מנהיג הדור. און אפילו אזא קאלטער ירושלימער [דהיינו, היפוך הסיגוף והמוסר של הרב שטיינמאן] ווי הרב אלישיב, איז אויך ערקלערט געווארן מיט צדקות, ענוה, מידות, תפילה, וכו', כדי צו פארהערליכן דאס בילד אלס מושלם בכל, וכנ"ל.
[center]ד.[/center] יעצט לאמיר צוריקמישן דעם בלעטל צו אחינו הספרדים וואס מיר האבן כמעט נישט בארירט. ביי די ספרדים האבן צדיקים אלס פארנומען א גרעסער ארט ווי ביי אונז אשכנזים, וויבאלד ביי זיי האט תורת הקבלה אויך פארנומען דעם אויבנאן פון תקופת האריז"ל עד ימינו אנו. אין די צייט וואס די גדולי ישראל ביי די אשכנזים האט מען - אומערפאלגרייך - געפירט א מערכה אנטקעגן לערנען קבלה, איז ביי די ספרדים דאס געווען אן אינטרעגראלן חלק פון זייער לימוד, און דרך החיים.
די גרעסטע ספרד'ישע גדולים [ביז הגר"ע יוסף], זענען געווען חכמי קבלה. לאמיר אנכאפן די אויפגעכאפטע גדולים זייערע: אריז"ל, רש"ש, אוהחה"ק, החיד"א, ר' חיים פלאג'י, בן איש חי, ר' יהודה פתייה, וכו'. זיי זענען אלע געווען ריזן אין קבלה בנוסף צו זייער גדלות בתורה. דערפאר איז דאס ביי זיי געגאנגען געקניפט און געבינדן אז דער גאון איז געווען צדיק און מקובל און בעל מופת בהדי הדדי. די פסקים און תשובות פון די ספרד'ישע גדו"י - אריינגערעכנט דעם בית יוסף זעלבסט - זענען אריינגעמישט אן א שיעור הלכות ע"פ תורת הקבלה.
אזוי איז דאס מער-ווייניגער אנגעגאנגען ביז רבי עובדיה האט איבערגענומען דעם ספרד'ישן עטרה, און דעמאלס האט זיך דאס צוטיילט אזויווי ביי די ליטאים. נעמליך, אז גדולי התורה מוזן נישט זיין ארויסגערופן אין תורת הקבלה, און גדולים בקבלה - וואס האבן אייביג דעם 'מעדזשיק קארד' וואס הייסט 'צדיק' - מוזן נישט זיין מפורסם אלס גדולי התורה, און כדי די גדולי התורה זאלן קענען פירן דעם דור אפילו זיי זענען נישט קיין 'מקובלים', געבט מען זיי אפ אן עטרה לראש אז ער איז נאכאלס א צדיק. און פארדעם וועט מען דערציילן צדקות, פרישות, מידות, התמדה, און וואס אימער ס'פעלט זיך אויס צו מאכן א גדול בתורה אלס מנהיג הדור וואס איז אויך צדיק הדור.
אזוי איז פון א מבהיל'דיגן מאשין קאפ און מתמיד עצום - ווי רבי עובדיה יוסף, געווארן א 'צדיק הדור', ענותן ושפל ברך, בעל מידות תרומיות, אוהב ישראל, וכו' וכו', און טאקע 'חזקה על תעמולה שאינה חוזרת ריקם' - כדברי המהריי"צ מליובאוויטש, און מיט די צייט איז ער פארוואנדלט געווארן אינעם צדיק הדור אויך, צו וועם די ספרד'ישע אידן האבן זיך געוואנדן בכל צרה וצוקה, ולברך ולהתברך, און זיין ציון איז געווארן א תל תלפיות פאר אידן וואס בעטן זיך אויס ישועות [א זאך וואס רבי עובדיה אליינס וואלט בפשטות אפגעלאכט דערפון בחייו]. בקיצור, ויגזול את החנית מיד המצרי, און אנשטאטס אן אבוחצירא איז א יוסף.
[center]***[/center] צום לעצט: ווען כ'האב געשריבן אויף סיי וואספארע גדול בתורה אז ער איז נישט געווען קיין 'צדיק', מיין איך נישט דעם פשוטן באדייט פונעם ווארט. כ'מיין נאר ארויסצוברענגען אז זיין גדלות איז נישט געווען אין זיין ערליכקייט ווי אין זיין כח התורה. דהיינו, דער חפץ חיים און רבי חיים עוזר זענען ביידע געווען זעלטענע גאונים און זעלטענע בעלי מידות, אבער דער חפץ חיים איז דער 'צדיק' און רבי חיים עוזר איז דער 'גאון'. אט לזה התכוונתי ולא לשום דבר אחר ח"ו.

געוואלדיג האט געשריבן:די ענין פון זיך דורך רעדן מיט א צדיק איז שוין אזוי אלט ווי כלל ישראל, און אזוי ווי דער רמב"ן שרייבט אין פרשת יתרו (שמות יח טו)כי יבא אלי העם לדרוש אלהים. השיב משה לחותנו צריכים הם שיעמדו עלי זמן גדול מן היום, כי לדברים רבים באים לפני, כי יבא אלי העם לדרוש אלהים להתפלל על חוליהם ולהודיעם מה שיאבד להם, כי זה יקרא ''דרישת אלהים'', וכן יעשו עם הנביאים כמו שאמר (ש''א ט ט) לפנים בישראל כה אמר האיש בלכתו לדרוש אלהים לכו ונלכה עד הרואה, וכן ודרשת את ה' מאותו לאמר האחיה מחלי זה (מ''ב ח ח), שיתפלל עליו ויודיענו אם נשמעה תפלתו, וכן ותלך לדרוש את ה' (בראשית כה כב), כמו שפירשתי שם, ועוד שאני שופט אותם, כי יהיה להם דבר בא אלי ושפטתי. ועוד אני מלמד אותם תורה, והודעתי להם את חקי האלהים ואת תורותיו:
נאר דעמאלטס איז ביידע געווען אינאיינעם דער רב האט אויך משמש געווען באדמורות משא"כ היינט וואס עס איז צוטיילט.