בלאט 1 פון 1

סי קארפערעישין

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 11:05 pm
דורך אביסעל שכל
איך זוך א סי קארפערעשון מיט גרויסע פארלוסטען. ביטע מיך קאנטאקטן אין אישי אויב איר האט אדער ווייסט פון א צווייטע וואס טואלט מיר געקענט העלפן

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 11:37 pm
דורך שמעון וואלף
זאג נאר, וואלסטי עס אריינגעשטעלט אלץ א קלאסיפייד אין וואל סטריט זשורנאל אדער פארשטייסטי אז ס'איז עפעס ראונג דערמיט?

משוגע דארף מען זיין אים צו קאנטאקטן אין אישי

Re: סי קארפערעישין

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 11:51 pm
דורך נופת צופים
אויסער אויב דו קענסט דיך בעסער מסביר זיין, סאונדט עס נישט גוט און זיכער נישט ווי @אביסעל שכל

Sent from my iPhone 7 running on Android 6.0 with IE 6

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 12:08 am
דורך אביסעל שכל
גארנישט אומלעגאל

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 12:09 am
דורך אביסעל שכל
סיס א נארמאלע זאך קארפערעשונס קויפן
קארפ.

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 12:23 am
דורך פישלע העררינג
אביסעל שכל האט געשריבן:סיס א נארמאלע זאך קארפערעשונס קויפן
קארפ.

ווי ליגט די ביזנעס אין דעם? וויאזוי מאכסטו געלט פון דעם?

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 12:33 am
דורך [NAMELESS]
מ׳דארף נישט זיין א גרויסע חכם צו כאפן דיין כוונה, דאנק גט אז דיין איצטיגע קארפרעישאן איז אין א פלאס אז די האסט נישט א וועג ארויס מיטן פיילן מוז זיין אז די האסט טאקע געמאכט עפעס נו אויב אזוי וועט נישט שאטן אז די וועסט אריינצאלן אפאר דוללער טעקס, נאך אלעם האסטו הנאה פון די מדינה דא, משטעלט דיר צו שוץ פון טעראר, ברידזשעס, וכדומה...

ווען איך בין ווען גבאי וואלט די אשכול געווען פארמעקט אין די רגע

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 4:17 am
דורך העלא
די וועג וויזוי די שטייערן דא אין אמעריקע ארבעטן האט נישט קיין שכל'דיגן זיהן,
מ'מעג לכל הדעות (אפילו לעגאל) זיין א בורח מן המכס,

אז ס'איז דא א געזעץ אז ביי א סי קארפערעישאן מעג מען פארווערדן לאוסעס פון איין יאר צום צווייטן מעג מען עס אויסנוצן,

Re: סי קארפערעישין

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 6:02 am
דורך נופת צופים
העלא האט געשריבן:די וועג וויזוי די שטייערן דא אין אמעריקע ארבעטן האט נישט קיין שכל'דיגן זיהן,
מ'מעג לכל הדעות (אפילו לעגאל) זיין א בורח מן המכס,

אז ס'איז דא א געזעץ אז ביי א סי קארפערעישאן מעג מען פארווערדן לאוסעס פון איין יאר צום צווייטן מעג מען עס אויסנוצן,

העלא העלא, און אז דשאן מאכט אפ אז דער מושג פון נישט רצח'נען האט נישט קיין פשט, מעג ער עס אויך טוהן? ווד"פ?

בד"וו לכל הוואס? לכל הדיעות?

איך וואלט אויך שוין פון לאנג צוגעמאכט דעם אשכול. @גבאים

Sent from my iPhone 7 running on Android 6.0 with IE 6

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 8:40 am
דורך Big Boy
There are ways to do it legal, but this is not the place. Discuss it with your accountant.

Re: סי קארפערעישין

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 8:45 am
דורך נולד מאוחר
אויב איין קארפ קויפט סטאקס אין אן אנדער קארפ הייסט דאס א ביזנעס עקספענס?