בלאט 1 פון 2
למעשה: עצות פון רבנים מיט א גלייכע שכל
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 9:28 am
דורך moshav zekeinim
שטענדיג זענען דא אידן וואס זיכן א רבנישע פלייצע צו זייערע פראבלעמען, דער רב שטעלט זיך אין א געוויסער זין פאר ווי דער טאטע פון זיין קהילה, און פאר סיי וואס פאר א שווערע פראבלעם און ראנגלעניש איז דער רב פון די ערשטע נאך וועם מען ווענד זיך נאך אן עצה אדער פלייצע.
עס איז זייער א פארשטענדליכער זאך אפילו אין דער פרייער נישט געברעינוואשטער וועלט, זיך צו דורך שמועסן מיט א father figure בנוסף צו דעם וואס מען שמועסט זיך אדורך מיט פראפעשענלס. טאמער דער טאטע פיגור איז א איבערגעגעבענער מענטש מיט א ברייטער און גלייכער פארשטאנד איז עס עפ"י רוב א ברכה.
ווי ווייט דער רבנישער טאטע פיגור איז אביוזט, איז עס אבער דערווייל פון די איינציגסטע טאטע פיגורס וואס אונזער עדה פארמאגט, בנוסף צו דעם וואס ער איז קאמפאטענט צו זאגן א שטעלונג בענינים שיש בזה חולקים. עס וואלט אודאי כדי געווען צו זיכן אזעלעכעס מחוץ לעולם הרבנות, אבער מען קען נישט לייקענען אז סוף סוף מוזן מיר א סך מאל צו קומען צו עצות און פלייצעס פון רבנים, ספעציעל ווען דער פראבלעם נעמט אריין אינערליכע סיכסוכים.
און אז מען דארף זיי האבן באין ברירה אדער גאר לכתחילה, פארוואס זאל מען זיך ווענדן צו פלייצעס וואס קענען נישט טראגן און צו מוחות וואס דערהייבן נישט קיין קאמפליצירטע קעגנזייטיגע פראבלעמען, און איך רעדט שוין נישט פון קרומע בעלי עצה אדער אביוזערס. טאמער איז דא אזעלעכע רבנים אויפריכטיגע געזונטע בעלי דעת במדה ומשקל און צום ענין, פארוואס זאל מען נישט גיין צו זיי כשיש ברירה?!
פארגעס יעצט פון עקסטערע איבערגעגעבנקייט, אבער כאטש א חכם וואס מאכט כאטש נישט קאליע בדיבורו, און אז ער איז קלוג מיט א ברייטע פארשטאנד און מיט א מיטלגאטיגער איבערגעגעבנקייט און מענטשליכער געפיל, האט ער לכאורה א סך שאנסן צו זיין דער געווינטשענער טאטע פיגור.
מיין ציל מיט דעם אשכול איז צוצונעמען צו וועלעכע סארט רבנים עס איז כדי זיך צו ווענדן, און צו וועלעכע סארט רבנים דירעקט נישט. זעלבספארשטענדליך אז עס איז געוואנדן אינעם סיבה פארוואס מען דארף דעם רב'ס פלייצע, און ווי אויך אינעם טבע פונעם מענטש, און אדרבא, זאל מען אויסשמועסן דאס אויך ווער עס איז גוט אויף וואס און פאר וועלעכער סארט מענטשן. אבער בעיקר וויל איך זיך באציען צו אזעלעכע סארט רבנים וואס זענען לפי רוב דעות קלוג און גלייך, און אויך פארקערט, רבנים וואס זענען לפי רוב דעות נישט קלוג און גלייך.
איך מיין אז ארויף ברענגען נעמען איז נישט אוממאראליש צו לטב צו למוטב ווען עס האנדלט זיך מיט אישי הציבור.
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 4:31 pm
דורך moshav zekeinim
דערווייל ווייס איך פון צוויי רבי'ס פון ירושלים וועלעכע זענען בערך דאס פון וואס מיר רעדן, און דאס זענען די אדמורים מאמשינאוו וטאלנע. אבער טאקע דערפאר ווייל זיי זענען אזוי אביעקטיוו, זענען זיי איבערגעלודנט מיט מענטשן אזוי אז די מינימום אפגעבנשאפט אלס רבנישע טאטע פיגור קען מען פון זיי נישט האבן, חוץ אין זעלטנע פעלער.
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 4:40 pm
דורך berlbalaguleh
moshav zekeinim האט געשריבן:דערווייל ווייס איך פון צוויי רבי'ס פון ירושלים וועלעכע זענען בערך דאס פון וואס מיר רעדן, און דאס זענען די אדמורים מאמשינאוו וטאלנע. אבער טאקע דערפאר ווייל זיי זענען אזוי אביעקטיוו, זענען זיי איבערגעלודנט מיט מענטשן אזוי אז די מינימום אפגעבנשאפט אלס רבנישע טאטע פיגור קען מען פון זיי נישט האבן, חוץ אין זעלטנע פעלער.
מושב זקנים: אונז אינטרעסירט הויפטזעכליך די רבנים וועלכע זענען אויך עצה-געבערס און עסקנים דא אין אמעריקע. איך ווייס פון עטליכע נעמען. נאר איך וויל קודם הערן וואס דער ברייטער עולם האט צו זאגן איבער די סוגיא...!
ב.ד.וו.: ..."רבנים" מיינט אדמורי"ם אויך...!
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 4:46 pm
דורך chusid
איך האב שוין געהערט פון מאדערענע אידן וואס האלטן אז האדמו"ד מסקווירא איז א געוואלדיגער יועץ און זיי רעדן אויסדריקליך נישט פון א מיסטישן שטאנדפונקט, און איך הער אז אסאך פרעמדע גייען צו אים.
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 5:13 pm
דורך moshav zekeinim
berlbalaguleh האט געשריבן:מושב זקנים: אונז אינטרעסירט הויפטזעכליך די רבנים וועלכע זענען אויך עצה-געבערס און עסקנים דא אין אמעריקע. איך ווייס פון עטליכע נעמען. נאר איך וויל קודם הערן וואס דער ברייטער עולם האט צו זאגן איבער די סוגיא...!
ב.ד.וו.: ..."רבנים" מיינט אדמורי"ם אויך...!
איך האב גענומען דעם רבנישן כאראקטער אלס ביישפיל פאר א פראקטישע און ווארימע ציבורישע טאטע. ווייל דאס איז געווענליך פון די אייגנשאפטן וואס דער טראדיציאנעלער טיטל שטעלט מיט זיך פאר, אן אפן הארץ מיט א שטיקל פאראנטווארטליכקייט פאר א איד וואס איז משכים לפתחו נאך הילף.
די אייגנשאפטן קענען זיך אבער אויך געפונען אין א רבי, און אין אנדערע אנשי ציבור אדער סתם א ווארימער איד.
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 5:45 pm
דורך moshav zekeinim
chusid האט געשריבן:איך האב שוין געהערט פון מאדערענע אידן וואס האלטן אז האדמו"ד מסקווירא איז א געוואלדיגער יועץ און זיי רעדן אויסדריקליך נישט פון א מיסטישן שטאנדפונקט, און איך הער אז אסאך פרעמדע גייען צו אים.
על אפי ועל חמתי, וויפיל איך בין אים נישט סובל דעם סקווערער רבי, קען מען נישט לייקענען דעם פאקט אז מענטשן ווערן געהאלפן ביי אים מיט פראקטישע אנווייזונגען, ספעציעל בעניני רפואה.
אבער, קודם כל איז ער דאך אזוי פארנומען אז, אזוי ווי דער אמשינאווער מיטן טאלנער, קעו ער נישט זיין צופיל מער ווי א אורים ותומים.
אבער חוץ מזה בין איך מסופק צו ער איז בכלל דער גראדער בעל עצה אזוי ווי מענטשן שטעלן אים פאר, איך מיין אז ער איז , גלייך ווי זיין קאלעגע ר' לייבוש לייזער פון אנטווערפן, מער א דיפלאמאט וואס ווייסט וויאזוי נושא חן צו זיין ביי זיינע אנפרעגער, אבער קיין אויפריכטיגע יועץ איז ער נישט, און ספעציעל ווען עס איז קעגן זיינע פאליטישע אגענדעס וואס ער האט מער ווי גענוג.
קיין נעכס און פגע רע איז ער אבער נישט.
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 9:46 pm
דורך moshav zekeinim
איך וועל דא אראפ לייגן א שטיקל ליסטע פון רבנים אוו רבי'לעך וואס דארפן הייסן בעלי עצה ופלייצע, בעיקר פון ניו יארק, און טאמער האט איינער געהאט עקספיריענס מיט זיי זאל ער זעך ווארעם אדער אפילו הייס אנרופן לטב ולמוטב. און נישט דזשאלעווען קיין ווערטער מטוב ועד רעה.
און איך הייב אן מיט מייו קורצע ליסטע:
סטיטשינער רבי, הרב אליעזר יוטקאווסקי.
לימענעווער רבי פון וויליאמסבורג
קאסעווער רבי פון בארא פארק
טשענאבלער רבי פון בארא פארק
וואודריטשער רב, ר' יצחק לעבאוויטש
הרב יאזעפאוויטש פון מאנסי
ר' יצחק אלעזר מאשקאוויטש וועלעכער האט אמאל געוואוינט אין מאנסי
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 11:11 pm
דורך קאצקע ציקער
שמעתי אז טשערנאבלער רבי האט ממש אלעס אין זיך , ער איז גאר א הייליגער ערליכער יוד, ווען דו קיקסט דיך צו צו זיין עבודה קען זיך דיר דאכטן ווי ער איז א רבי פון פריעדיגן דור, און בנוסף צו דעם איז ער אויך גאנטץ א חכם וואס ענטפערט בטוב טעם ודעת , און ברייטע פלייצעס האט ער אויך
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 9:06 pm
דורך moshav zekeinim
פאלגנד איז א מעסידזש וואס איך האב פריער ערהאלטן פון איינעם וואס האלט מיט דעם שמועס אין דעם אשכול:
"איך האב אמאל געהאט א שמועס מיט רי"א מאשקאוויטש און שטארק הנאה געהאט, ווי אויך האב איך א נאנטער חבר וואס האט שטארק גענאסן פון זיינע תשובות. איך פלעג אפילו אויסהערן זיינע קאסעטעס מיט עניני שלום בית, עס איז געווען א מחי' צו הערן.
אבער ליידער האב איך מיטגעהאלטן 2 פעלער ווי ער האט צוגרינד געלייגט א שטוב, זייענדיג מלא נגיעות, נישט זייענדיג אינטרעסירט אויסהערן די אנדערע צד, כ'בין געווען אביסל אינוואלווד, און כ'האב דעמאלס געהערט פון אנשים חשובים, רבנים, און אפילו טעראפיסטן, אז מען זאל שטיין ווייט פון אים, ער איז א נאה דורש אבער נישט קיין נאה מקיים, וד"ל
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 10:20 pm
דורך moshav zekeinim
איך וויל מיט דעם מעסידזש פשוט אויפוועקן דעם אשכול. א אוערוויו איבער רבנים בעלי עצה טובה ורעה וועט זיין א גרויסער תועלת.
למשל אויף לימענעוער רבי פלעג איך הערן אז ער איז געוואלדיג אין שלום בית און מען ברענגט אים במקומות שונות לעצה ולתושיה, ביז איך האב מיטגעהאלטן צוויי פרשיות ווי הפקר'דיג ער האט זיי באהאנדלט רח"ל.
נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 12:27 am
דורך BAL TSHIVA
שמעתי אז דער קראלער פין וויליאמסבורג איז אויך א אדרעס
Re: למעשה: עצות פון רבנים מיט א גלייכע שכל
נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 12:59 am
דורך לבלר
האדמו"ר מסקווירא בארא פארק.
וואס חוץ פין עסען צוויבעל קיגעל העלפט ער א געוואלד מענטשען.
הלל פין שומר שבת טענות אז הונדערטע יודען קימען בעטען די רב פאר יום טוב[emoji6]
נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:28 am
דורך [NAMELESS]
.
Re: למעשה: עצות פון רבנים מיט א גלייכע שכל
נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:59 pm
דורך לבלר
ריכטיג האט געשריבן:.
וואס מיינט דאס?
נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 4:03 pm
דורך בר דעת
די אידן וועמען מען האט דא אויסגערעכנט זענען גאנץ וואויל, אבער נישט בעסער ווי קיין שום אנדערע גרופע פון וואוילע בעלי בתים, ביזנעסלייט אדער מלמדי תשבר אין די יארן, וואס האבן אביסל לעבנס ערפארונג. זיי וועלן דיר גענוי אזוי עצה'ן. אפגעזעהן אז א גוגל סירטש וועט דיר געבן מער עצות. א טעראפיסט איז דאך שוין זיכער אייינמאל זיכער והדברים פשוטים
נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 4:46 pm
דורך moshav zekeinim
א רבנישע אטאריטעט איז א שטארקע פלייצע פאר א מענטש בעת מצוקה.
און באמת האב איך אינאנהייב געמענטשענט אז עס מוז לאוו דוקא זיין רבנים ממש, א קלוגע מענטש מיט ווארימקייט און וויליגקייט צו העלפן מיט א שטיקל אטאריטעט בדומה לרב איז אויך גוט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 4:48 pm
דורך moshav zekeinim
און בר דעת, אדרבא, טאמער קענסטו אראפ געבן א שטיקל ליסטע פון באלבאטישע טאטע פיגורס, וואלט עס געווען א געוואלדיגע זאך.
נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 9:02 pm
דורך [NAMELESS]
לבלר האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:.
וואס מיינט דאס?
איך האב געשריבן אן הודעה וועגן א געוויסן אז ער טויג נישט, אבער למעשה האב איך מחליט געווען אז ס'פאסט נישט האב איך עס פארמעקט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 9:38 pm
דורך moshav zekeinim
וואס הייסט עס פאסט נישט? טאמער מאכט ער קאליע דארף מען דאך וויסן נישט צו גיין צו אים.
נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 12:08 pm
דורך [NAMELESS]
דו האסט דאך געעפנט א פאזאטיווע אשכול וועגן רבנים וואס טויגן יא. אלענפאלס יענער איז שוין בארעדט געווארן אין שטיבל והרוצה יקחנו משם ואני את נפשי הצלתי.
Re: למעשה: עצות פון רבנים מיט א גלייכע שכל
נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 7:00 pm
דורך לבלר
בר דעת האט געשריבן:די אידן וועמען מען האט דא אויסגערעכנט זענען גאנץ וואויל, אבער נישט בעסער ווי קיין שום אנדערע גרופע פון וואוילע בעלי בתים, ביזנעסלייט אדער מלמדי תשבר אין די יארן, וואס האבן אביסל לעבנס ערפארונג. זיי וועלן דיר גענוי אזוי עצה'ן. אפגעזעהן אז א גוגל סירטש וועט דיר געבן מער עצות. א טעראפיסט איז דאך שוין זיכער אייינמאל זיכער והדברים פשוטים
די ביסט מיליען פערצענט גערעכט.
אבער כאטש העלפט ער א צוויטע יוד.
ס'איז דא פלענטי אוף סא קאללאד סעלף איופיונטיד רבנים וואס לייגען נישט אריין די פינקי אין קאלט וואסער פאר א צוויטע יוד( פארשטייט זיך איוב ער איז נישט זיין מתפלל, מעמבער).
נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 6:54 am
דורך moshav zekeinim
די ווארט איז אפילו נישט העלפן, די ווארט איז העלפן מיט א שטיקל איבערגעגעבנקייט און אחריות.
בעניני פדיון שבויים איז ידוע אז דער מונקאטשער רב איז א גוטע אדרעס. איך האף אז עס איז טאקע אמת.
נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 6:59 am
דורך moshav zekeinim
איך האב געהערט א ר' משה בער בעק האט א ווארים הארץ פאר א לב נשבר. איך ווייס נישט מיט וואס ער קען העלפן, אבער זיין הארץ איז אפן פאר א צווייטן איד. כך שמעתי.