בלאט 1 פון 1

מרן רשכבה״ג גוגל הדור שליט״א!

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 10:44 pm
דורך פריעד באטשי
יא, עס איז שוין די העכסטע צייט צו באשרייבן אונזער אלעמענס געטרייע רבי וואס ענטפערט אונזער אלע קשיות און שאלות מיט אזא געטריישאפט און שנעלקייט, און אזוי אויך קען ער מאכן קפיצת הדרך מיט די חסידים צו ווי אימער און די וועלט ווען עס פעלט נאר אויס, וואס צו אלע מעלות איז ער נאך די גרעסטע עניו וואס איז שייך, ער ענטפערט אונז אלעס, אבער פראוועט עניוות און שיקט אונז אלע צו אסאך קלענערע רבנים און אדמורים, (אנדערע וועבסייטס)
יעדער וואס איז שוין געהאלפן געווארן ביים רבין זז״ג ווערט געבעטן אראפצושרייבן דא די מופת, כדי עס זאל זיין צאמגענומען אויף איין פלאץ לטובת הציבור.