בלאט 1 פון 1

וועלעכער סארט ווייסע האר ווילט איר האבן?

נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 6:23 am
דורך moshav zekeinim
איך ערשט לעצטנס אנגעהויבן צו כאפן אז אין ווייסע האר איז אויך פאראן סטייל'ס.

איך האב אלס פארשטאנען אז יונגע האר קאלירן זענען לעבעדיגע סטיילישע קאלירן פון וואס עס איז דא צו דיסקאסירן וועלעכע עס איז שענער,
בעת ווייסע האר איז אזא עבר ובטל'דיגע קאליר, אדער ווי מאנכע רופן עס "קבר בלומעלעך". האב איך אבער לעצטנס באמערקט אז ניין, עס זענען אין דעם אויך דא שענערע און בעאיינדרוקספולע קאלירן, איינע פון די אנדערע. און איך רעד נישט דוקא פון די ווייסע האר וואס גיט דעם חן פון אן עלטערן מענטש. נאר פון ווייסע האר אויף מענטשן וואס זענען נאך פעסט אין די פעדערן.

דא באצי איך זיך בעיקר אויף די האר פון קאפ פון שיינע מאדערנע מענטשן, און נישט פון חסידישע בערד. אבער מיר וועלן צו דעם אויך צוקומען.

עס האט מיר איינער לעצטנס אויסגעלויבט די צירה פון א געוויסער מאדערנע איד א בעסערער מענטש און א גביר פון זיינע זכרונות וועם ער געדענקט אין זיינע פופציגערס, וואס פאר א שיינע ווייסע האר ער האט (א שטיקל טשופרינע) "זיינע האר זענען שיין ווי גאלד"

און דא קומט דער דילעמא, ריין ווייסע האר ווי גאלד, איז אפשר שענער, אבער פארט איז דאס דער סימבאלישער צייכן אז דיינע יונגע יארן זענען פאריבער (אדער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] יונגע יארן), און שלום מאכן מיט א אלטע טראטל שיינקייט איז שווער, ספעציעל טאמער האסטו נישט אזא שיינע פאזיציע ווי ביבי נתניהו, וועלן דעריבער זיין אזעלעכע וואס וועלן מוחל זיין די גאלדענע ווייסע האר, און ליבערש זיך ווינטשן צו פארבלייבן גרעי וואס גיבט כאטש דער געפיל אז מען האט זיך נאך נישט געזעגנט פון די יונגע ביצים.

אבער, מען קען נישט זאגן אז גרעי איז אייביג מיעסער. איך קען גראדע געוויסע פאלאטישן'ס אין די זעכציג זיבעציגער יארן וואס זעען אויס גאר גיט מיט זייערע גרעי האר, אפילו פאנטאסטיש.

לכאורה ווענד זיך עס אין די אויסזען און געשטעל פונעם מענטש, און אויך לויט די עלטער. פאר איינעם שטימט בעסער גרעי און פאר איינעם ריין ווייס, און פאר געוויסע ביידע די זעלבע. אבער איך קלער אז א שיינע מענטש אין די "יונגע עלטערע יארן", איינמאל ער האט פארלוירן די יונגע ביצים אויפן פנים איז שענער מיט ווייסע האר.

אבער איך מיין אז על זאת יתפלל כל חסיד, קיין געל-ווייסע האר נישט צו האבן. אבער אפשר זענען פארהאן אזעלעכע וואס האבן דאס יא ליב.

אין פון "באלד" האב איך נאך אינגאנצן נישט גערעדט.

אין די ניינציגער יארן איז שוין אן אנדער מעשה.