שאק! אסעמבלי פרוי: ארטאדאקסישע שטימען זענען צווייפלהאפטיג

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שאק! אסעמבלי פרוי: ארטאדאקסישע שטימען זענען צווייפלהאפטיג

שליחה דורך איש צדיק תמים »

מיט צוויי וואכן צוריק האט אסעמבליפרוי עלען דזשעפי, וועמענס דיסטריקט נעמט אריין צווישן אנדערן די היימישע געגענטן פון מאנסי און סקווירא אין ראקלענד קאונטי, אפן דערקלערט אין די אסעמבלי אז זי צווייפלט אין די לעגיטימאציע פון די שטימען פון די ארטאדאקסישע אידן וועמען זי דארף צו פארטרעטן אין אלבאני, און זי האט נאך ביז יעצט נישט געפינען אפילו פאר וויכטיג אויפצוקלערן אירע ווערטער.

דאס איז פארגעקומען דורכאויס די דעבאטע איבער די ביל פארגעשלאגן דורך דזשעפי אריינצושטעלן א מאניטאר, ד.ה. א דרויסענדיגער באאבאכטער אין די איסט רעמעפא סקול דיסטריקט. די איסט רעמעפא סקול באורד באשטייט פון רוב ארטאדאקסישע אידן, זינט זיי מאכן אויס רוב פון די שטייערצאלער און עלטערן אין די דיסטריקט. דער מאניטאר וועט האבן די רעכט אפצואווארפן די באשלוסן פון די דעמאקראטישע ערוויילטע סקול באורד, וואס דאס באדייט אין אנדערע ווערטער אז די ארטאדאקסישע אידן וועלן פארלירן זייער רעכט אריינצורעדן וואס ס'ווערט געטון מיט די שטייער געלטער.

ווען דזשעפי איז געפרעגט געווארן דורכן ארטאדאקסישן אסעמבלימאן פיל (פישל) גאלדפעדער פון קווינס צו די ארטאדאקסישע אידן זענען בכלל לעגיטימע וויילער וואס זענען בארעכטיגט צו שטימען, האט זי געענטפערט מיט איין ווארט: " איטס קוועסטשינעבל!" דאס הייסט זי צווייפלט אויב די ארטאדאקסישע אידישע שטימען זענען לעגיטים. און אויב מ'האט נאך געהאט א ספק וואס פונקטליך זי האט געמיינט דערמיט, האט מען געקענט זעהן ווען אסעמבלימאן דוב הייקינד פון בארא פארק האט איר שארף קריטיקירט דערויף האט זי ניטאמאל געפינען פאר וויכטיג זיך צו פארענטפערן אדער אויסצוקלארן אירע ווערטער.

די ווערטער האבן ארויסגערופן א שוידער צווישן פילע אידן וואס האבן דאס געהערט, אפי' נישט דווקא חסיד'ישע אידן פון מאנסי, זעענדיג ווי זי ערלויבט זיך אפן אנציווייזן אויף די ארטאדאקסישע געמיינדע. עס איז דאכט זיך די ערשטע מאל זינט די סיוויל רייטס געזעצן זענען באשטעטיגט געווארן אין די 1960'גער יארן וואס מ'הערט אז א אפיציעלע רעגירונגס באאמטער זאל זיך אפן אויסדרוקן קעגן די שטים רעכטן פון מענטשן באזירט אויף זייער עטנישע אפשטאם, און דאס קומט ווען זי אליינס האט באקומען די שטיצע פון ארטאדאקסישע וויילער אין אירע ווידערערוויילונג פארמעסטן.

אפגעזען פון וואס זי האלט איבער די ארטאדאקסישע סקול באורד, קענען מיר נישט צולאזן אז א פאליטיקאנט זאל אן קיין שום בושה זיך אויפשטעלן זאגן אז ארטאדאקסישע אידן זענען צווייפלהאפטיגע וויילער, און עס זאל אריבערגיין אן קיין שטורעם. דערפאר איז קריטיש וויכטיג אז איר זאלט אונטערשרייבן די פעטיציע וואס פארלאנגט זי זאל זיך אנטשולדיגן, און דאס ווייטער ארומשיקן צו אייערע פריינט און באקאנטע.

און די לינק צו די פעטציע קענט איר אויך זעהן א ווידיא פון אירע קאמענטארן.
https://t.co/364NKFnDoP

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר