ליידיגגיין אשכול
נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 4:03 pm
הגם איך לעב א פארנומענעם לעבן, מאכט זיך אבער צומאל אפאר פרייע מינוטן און מ'זיצט אויף דער אינטערנעט און מ'זוכט מיט וואס צו שטופן די צייט.
דער פראבלעם פון דער אינטערנעט איז באקאנט, אז פון אזא אומגעהויערע איבערפלוס פון אינפארמאציע ווערט מען פשוט דערטראנקען און מ'ווייסט נישט וואו אדער מיט וואס אנצוהייבן.
טרעפט מען זיך איבערפרישן דעם קאווע שטיבל און אייוועלט זייטל איינמאל און נאכאמאל און מ'קראכט פון ליידיגגיין, און דאס איז בערך וואס איך טו יעצט...
דעריבער עפן איך דעם אשכול -- בכלל נישט קיין שמייכל אשכול נאר אן ערנסטע אחיעזר אשכול -- וואו מ'זאל קענען געבן עצות און טיפס, לינקס און איידיעס, מיט וואס צו שטיפן די ליידיגע צייט. ספעציעל קומט יעצט זומער ווען ס'מאכט זיך אפט אין די וויקענד אז מ'גייט ליידיג, זאל מען קענען פארברענגען מיט עפעס אינהאלטספול אדער אינפארמאטיוו. האט איר א גוטע וועבזייטל, א גוטע קליפ, א גוטע סעריע, א גוטע ארטיקל, א גוטע קאנאל, טיילט עס מיט, ואל תמנע טוב.
קעסענעם סעפעם.