בלאט 1 פון 1

וויפיהל וואלט איהר געצאהלט?

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 4:42 pm
דורך ונבנתה העיר
George_Clinton,_governor_of_New_York_(portrait_by_Ezra_Ames).png


דזשארדזש קלינטאן [נישט א קרוב מיט ביל קלינטאן] ווערט פאררעכענט אלס איינער פון די 'פאונדיג פאדערס' פון די פרייע פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא, און ערשיינט אויף די באקאנטע דעקלערעישאן אוו אינדעפענדענס מאלעריי פון דזשאן טראמבאל, וועלכע איז דערנאך ארויפגעלייגט געווארן אויפן צוויי דאלער ביל.

640px-Declaration_independence.jpg


געבוירן אין 1739 אין די פראווינס אוו ניו יארק האט קלינטאן געדינט אין די בריטישע ארמיי ביי די פראנצויזישע-אינדיאנער קריג, וואו ער איז דערהויבן געווארן צום שטאפל פון ליוטענאנט. אין 1777 איז ער געווארן א בריגאדיר גענעראל אין די קאנטינענטאל ארמיי פון דזשארדזש וואשינגטאן ביי די רעוועלושענערי קריג, נישט לאנג דערנאך איז ער ערוועלט געווארן אלס דער ערשטער גאווערנאר פון ניו יארק סטעיט - מיט וועלכען ער איז דערנאך געווארן דער לענגסטער דינענדער גאווערנאר אין אמעריקאנער היסטאריע.

אלס א שטיצער און פריינט פון וואשינגטאן האט ער צוגעשטעלט עסן פאר די קאנטינענטאל ארמיי אינעם שווערן ווינטער פון 77' וען זיי האבן זיך געפונען אין וועלי פארדזש. אויך איז ער געפארן מיט וואשינגטאן צו זיין ערשטע איינשווערונג'ס צערעמאניע.

דערנאך איז ער געווארן דער פערטער וויצע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, דינענדיג אונטער צוויי פרעזידענטן - דזשעפערסאן און מעדיסאן.

אין א 1788 אפמאך האבן די Onondaga אינדיאנער אויפגעגעבן אלע זייערע שטחים צו די פעדעראלע רעגירונג, חוץ פון זייער באשטימטע רעזערוואציע אין ניו יארק. קאנגרעס האט דערנאך באשטימט די אלע שטחים פאר סאלדאטן וועלכע האבן אנטייל גענומען אין די רעוועלוציע קריג. דאס איז א שטר פון 1790 - מיט איר וואקסענעם שטעמפל - אין וועלכע דער אונטערגעשריבענער גאווערנאר קלינטאן טיילט צו איינע פון די שטיקלעך לאנד פאר א וועטעראן מיט'ן נאמען Zacheus Kilbourn, אין Lysander Township, ניו יארק.

אונטערגעשריבן מיט הארציגע לשונות: ... מיט'ן עדות פון אונזער באליבטער גאווערנאר דזשארדזש קלינטאן ... גענעראל און קאמאנדיר אין טשיעף פון די גאנצע מיליציע און אדמיראל פון די נעיווי [אין ניו יארק], אינעם יאר פון אונזער האר טויזנט זיבן הונדערט און ניינציג, און אין די פופצענטען יאר פון אוזער אומאפהענגיקייט. א פעט שטיקל ציונות, הא?...

o-187-001-Ks21140_fr_w.jpg

----------

איז ווי קום איך דא אהער? מיין שאלה איז וויפיל וואלט איר געצאלט פאר דעם דאקומענט?

[...]

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 4:51 pm
דורך אפיקומן
דאס פאדערט א געהעריגע אפשאצונג. וואס איז שייך צו פרעגן.

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 5:28 pm
דורך ונבנתה העיר
וויפיהל וואלט איהר געצאהלט, נישט וויפיהל איז עס ווערד, היימיש גערעדט.

נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 2:49 pm
דורך [NAMELESS]
ר' ונבנתה, אויב קומסטו דא מרמז זיין אז דו האסט דעם אריגינעלן דאקומענט אונטער דיין באזיץ, דאן דערצייל אונז ענדערש וויאזוי ס'איז אנגעקומען צו דיר...

נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 10:13 pm
דורך ונבנתה העיר
איך וויל וויסן, אויב זאל איך עס קויפן, וואו ווייט בין איך פון די מענטשהייט.

נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 10:46 pm
דורך ירא שמים
איך וואלט געצאלט אפשר א קוואדער ...
טאמער קען איך מאכן געלט דערויף איז עפעס אנדערש שטייטזעך...

Re: וויפיהל וואלט איהר געצאהלט?

נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 11:07 pm
דורך לבלר
זאג די מיך וואס איז די אפפער, אין איך וועל דיך זאגען איוב סליונט זיך...

Re: וויפיהל וואלט איהר געצאהלט?

נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 11:15 pm
דורך [NAMELESS]
עס ווענט זיך אין דיין אינטערעס, צו דו ווילסט אלץ דיין ליבע צו היסטארישע חפצים דאן ווענט זיך דאס אין דיר, אדער אויב די ווילסט דאס אלץ שוה כסף דאן דארפסטו ריפן אן אפרעיזאר,

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 9:08 am
דורך מענטשאלע
גארנישט.

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 12:53 pm
דורך אחד העם
ונבנתה העיר האט געשריבן:איך וויל וויסן, אויב זאל איך עס קויפן, וואו ווייט בין איך פון די מענטשהייט.

צווישען 1600-און 2000
אלס איר אינהאלט, וואס סימבעלאזירט הכרת הטוב פאר א פאטריאט און לוחם פאר'ן לאנד. סיי אלס איר עלטער. און סיי אלס דער פערזענליכקייט וואס שטייט אין צענטער פון דעם דאקומענט. וואס דאס הייבט אויך די פרייז אויף דאקומענטען.
ונבנתה האסט עס שוין געקויפט?

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 1:36 pm
דורך ונבנתה העיר
ניין.

Re: וויפיהל וואלט איהר געצאהלט?

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 7:30 pm
דורך לבלר
דא קענסטי עס קויפן פאר Price: $1,475
סא איך גלייב אז דאס איז א פער פרייז.

https://www.sethkaller.com/item/187-Gov ... ran&from=5

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 7:58 pm
דורך [NAMELESS]
ונבנתה, פאר די ווייסט צאלן א טייערן פרייז מאך זיכער אז ס'רעדט זיך פון אן ארגינעלן דאקומענט און נישט א נאכגעמאכטע. איך וואלט ווען געמאכט א קל וחומר פון דעם "דעקלערעישען אוף אינדיפענדענטס" וואס ס'איז שוין ליידער נישט צום ליינען פון זיך נישט געהעריג אפגעבן דערמיט.