בלאט 1 פון 1

ערשטע גליון אויף די טישן שבת און אלעס ארום

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 8:05 pm
דורך פרעגער
עס איז דא היינט א פארפלייצונג פון גליונות גוטע און בעסערע.
געוויסע קוקן עס אן ווי א "מכת מדינה" און אנדערע לויבן דאס אויס. אין געוויסע בתי מדרשים לאזט מען נישט ליינען ביים דאווענען גליונות און אין אנדערע טוט זיך א ליינעריי. ווי מען זאל ווען זיין אין א לייבערי.
מיר נייגערט צו וויסן ווער האט געגרינדעט די טרענד? וועלכע גליון איז געווען דער ערשטער צו זיין אין בתי מדרשים?
און וואס פארדינען די אלע מחברים פון אט די גליונות? מען מאכט געלט דערויף? מען מיינט לשם שמים?
בכלל איז דאס אויסגעהאלטן? און צו וואס פעלט דאס אויס? פארוואס איז דאס נישט קיין היסח הדעת פון דאווענען?

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 8:06 pm
דורך ישמעאל הכהן
מסתם עלים לתרופה

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 8:08 pm
דורך פרעגער
איך מיין אז איר זענט זיך טועה.
און אויב שוין יא. וואס האבן זיי געהאט פון דעם? וואס האט זיי געשטופט דאס צו טון? (און די זעלבע מיט אלע היינטיגע גליונות מאכער. וואס האבן זיי פון דעם?)

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 8:11 pm
דורך מבקר
לקראת שבת פון סקווירא איז שוין 21 יאר אלט, איך מיין ס׳איז עלטער ווי עלים לתרופה.

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 8:15 pm
דורך פרעגער
אה.
עס איז נאך דא צו באקומען היינט?
פארוואס האבן זיי באשלאסן דאס צו טון?

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 12:09 am
דורך zurich
פרעגער דו מיינסט מסתם נישט די עלים ווייל די עלים איז אנגעגאנגען פאר יארן און קיינער האט עס נישט נאכגעמאכט. קען זיין אז דער ערשטער גליון איז געווען די נאנאשער גליון מבאר הצדיקים

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 7:27 am
דורך משולם שטיינפעלד
ליקוטי שיחות פון ליובאוויטש איז געווען דער ערשטער ארומצולייגן גליונות אין די שוהלן פרייטאג צונאכטס