בלאט 1 פון 10

"דער בליץ" מדי חודש בחודשו

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:28 am
דורך ידען
איך שרייב דעם אשכול נישט מיט א פרייליך הארץ נאר פארקערט.

Competition איז א גוטע זאך, און אויב די שטערן איז געווארן בעסער ווען די בליץ איז ארויסגעקומען דארף מען געדעקען צו באדאנקען די בליץ פאר דעם.

יעצט נאך די ריזיגע איסורים אויף די שטערן זעט אויס אז די בליץ איז שוין בעסער ווי די שטערן און האט בעסערע ארטיקלען.

איך האב שבת געהאט ביידע און עס דורכגעקוקט און איך וויין אויף די מצב פונעם שטערן.

איך וועל שפעטער צושטעלן ביידע און הערן וואס עטץ זאגטס.

און צו די שטערן וויל איך בעטן, לאזטס ענק אפ פון די אלע משוגעים און הייב אן מיט א subscription campaign און זאל יעדער הנאה האבן.

Re: דער בליץ אייר תשע״ב

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:49 am
דורך אבי גערעדט
עס ווענדט זיך וויאזוי די קוקסט, איינער וואס ווייסט אביסל וואס עס טוט זיך ווייסט, אז דער בליץ האט נישט קיין אריגענעלע ארטיקלען, אלעס איז איבערגעטיייטשט ווארט ביי ווארט פון דאקומענטאריס וואס די קענסט זעהן אויף יוטאב פאר אימזינסט! דארפסט ניטאמאל צאלן די 6 טאלער דערפאר, ממש מורהדיג. פון די אנדערע זייט, דער שטערן שטעלט דיר צו אייגענע אריגענעלע ארבייט, נעם די ארטיקל פין חיליק פראנק די חודש, א מייסטער ארבייט, אראפגעגאנגען צו אים פערזענליך וכו. איך האב נישט די צייט יעצט מאריך צו זיין ודו"ק

Re: דער בליץ אייר תשע״ב

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:57 am
דורך זר זהב
איך האב נישט געלייענט דעם אינטערוויא מיט חיליק, אבער פאראיאר איז געווען א לאנגן אינטערוויא אינעם "איד" מיט חיליק פראנק, ער האט דארט ארומגערעדט אלע דיטעילס וויזוי ער איז אנגעקומען אנצופירען די שפילערייען אין מירון ווי אויך אז ער איז געזיצן אין תפיסה אין אן אנדערן לאנד פאר פאלשע דראג קלאגעס.

Re: דער בליץ אייר תשע״ב

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 1:12 am
דורך משה געציל
איך האב ס"ה איינמאל געליינט דעם בליץ, און איך בין געווען זייער אנטוישט צו זעהן צו וואס פארא שוואכע שטאפעל אידישע ליטראטאר קען זיך דערקייקלען, איך רעד נישט פון דעי חלק אז אלעס קומט פון אלטע דאקאמענטעריס, אבער אפילו לאמיר זאגען אז סיי דער שטערן און סיי דער בליץ זענען בס"ה בלויזע טרענסעלעיטערס, דארף מען וויסען ווי אזוי צו טראנסאלירען א ארטיקל עס זאל זיין געשריבען לויט די כללי הכתיבה, און עס זאל אויך זיין ציענד, דער שטערן צייכענט זיך אויס מיט ביידע מעלות, משא"כ דער בליץ -עכ"פ דעם אויסגאבע וואס איך האב געליינט- דארף אויף ביידע א גרויסע תיקון.

Re: דער בליץ אייר תשע״ב

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 1:54 am
דורך ידען
יאנקל האט געשריבן:ידען, איך האלט אז דו האסט א פוינט. אבער אויב דא שטייט אויפ'ן קעפל "דער בליץ" - דארף מען דא רעדן פון דעם "בליץ", און נישט נוצן דעם "בליץ" כדי צו האקן אויפ'ן "שטערן".

גערעכט.

איך האב נאר געלייגט א הקדמה.

שפעטער וועל איך מרחיב זיין.

מע מעג אבער לייגן די חילוקים פון די ביידע.

After all איז די בליץ נאכגעמאכט און געוואלט זיין ווי די שטערן, און יעצט זענען זיי שוין כמעט פאראויס, ליידער. און זיי מעגן ווייל זיי האבן נישט רבנים זאלן זיי זאגן וואס צו פארבעסערן ( פארערגערן!) און אויך האבן זיי נישט די וןאס זאלן זיי וועלן אומברענגען.

Re: דער בליץ אייר תשע״ב

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 3:28 am
דורך in-Kolel
זיי שרייבן איבער דובאי א ענין וואס דער שטערן האט געהאט באשריבן אז סגערינען פין מויל.....

Re: דער בליץ אייר תשע״ב

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 9:44 am
דורך משה געציל
זיי וויסען דאך נישט וואס שטייט אינעם געאסרטן שטערן, ס'האט זיך זעכער פונקט געמאכט...

Re: דער בליץ אייר תשע״ב

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 8:51 pm
דורך משה רוקח
משה געציל האט געשריבן:איך האב ס"ה איינמאל געליינט דעם בליץ, און איך בין געווען זייער אנטוישט צו זעהן צו וואס פארא שוואכע שטאפעל אידישע ליטראטאר קען זיך דערקייקלען, איך רעד נישט פון דעי חלק אז אלעס קומט פון אלטע דאקאמענטעריס, אבער אפילו לאמיר זאגען אז סיי דער שטערן און סיי דער בליץ זענען בס"ה בלויזע טרענסעלעיטערס, דארף מען וויסען ווי אזוי צו טראנסאלירען א ארטיקל עס זאל זיין געשריבען לויט די כללי הכתיבה, און עס זאל אויך זיין ציענד, דער שטערן צייכענט זיך אויס מיט ביידע מעלות, משא"כ דער בליץ -עכ"פ דעם אויסגאבע וואס איך האב געליינט- דארף אויף ביידע א גרויסע תיקון.


זייער גערעכט מיט דעם! די שטערן איז גוט איבערגעטייטשט (אסאך ארטיקלען קומען פון וויקיפידיע אליינס, אבער ס'איז גאר אינטרעסאנט די וועג וויאזוי ער לייגט עס אראפ).
איך וואלט געקויפט דעם בליץ אויך ווען ער מאכט אביסל א שענערע ארבעט מיט די גרעפיקס און די טייפאגראפי. ס'איז ממש אן עקל צו ליינען דארט א ווארט!

דער בליץ - סיון תשע"ב

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 4:07 pm
דורך מוראדיג
בליץ

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 4:11 pm
דורך גדעון
עעעעעעעעעענדליך,

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 4:21 pm
דורך משה געציל
ענדליך וואס? ענדליך נאכאמאל איבער געשריבען א ארטיקעל פונעם שטערן??? דער ארטיקעל פונעם באן קיין לאנדאן איז שוין געווען געדריקט א צייט צוריק אינעם שטערן. פאר די וואס ליינען נישט דער שטערן, איז דער בליץ ס"ה אזוי ווי דער קי וואס טרינקט זיך אן מיט טריפהנ'ע מילעך, און מען מעלקט ארויס פון איהם כשר'ע...

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 5:13 pm
דורך גלות יוד
משה געציל האט געשריבן:ענדליך וואס? ענדליך נאכאמאל איבער געשריבען א ארטיקעל פונעם שטערן??? דער ארטיקעל פונעם באן קיין לאנדאן איז שוין געווען געדריקט א צייט צוריק אינעם שטערן. פאר די וואס ליינען נישט דער שטערן, איז דער בליץ ס"ה אזוי ווי דער קי וואס טרינקט זיך אן מיט טריפהנ'ע מילעך, און מען מעלקט ארויס פון איהם כשר'ע...

כלב שב על קיאו

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 7:02 pm
דורך שמואל הלוי
מסירות נפש איד הרב הצדיק רבי...
איך זאג נישט ער איז א וואוילער איד, אבער פארוואס שיסן איבריגע טיטלען? (איך פארשטיי אז בעל הבליץ איז זיין איידעם, אבער דאך...)

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 7:05 pm
דורך זר זהב
אי זעה נישט קיין איבעריגע טיטלען.

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 7:12 pm
דורך שמואל הלוי
הרב הצדיק איז איבערגעטריבן... ער איז א פיינער וואוילער איד, אבער מ'דארף נאך נישט מאכן קיין גאנצע הרב הצדיק פון אים, ס'נעמט גארנישט אראפ פון אים ווען ס'וואלט ווען געשטאנען הרב החסיד (ס'איז בחינת כל המוסיף גורע).

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 7:16 pm
דורך זר זהב
הרב החסיד איז אין מיינע אויגן א גרעסערער טיטל פון הרב הצדיק, ס'איז מער אריגינעל און מ'שרייבט עס נישט אויף יעדן.
מ'זאגט דאך ועמך כולם צדיקים

געב עס נאך אביסל און הגה"ק וועט אויך גארנישט מיינען (ס'מיינט שוין נישט קיין סך)

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 7:37 pm
דורך שמואל הלוי
אויף יעדן טיטול קענסטו עס זאגן...
"הגאון" ס'שטייט גאון ישראל
"הצדיק" ס'שטייט ועמך כולם צדיקים.
"הקדוש" ס'שטייט ישראל קדושים הם
"החסיד" ס'שטייט אין מדרש תהלים אז אפילו רשעי ישראל ישראל נקראו חסידים
אא"וו

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 7:38 pm
דורך זר זהב
אבער נאר ביי צדיקים שטייט ועמך כולם

און גאון ישראל מיינט נישט וואס אונז זאג מיר א גאון.

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 2:49 pm
דורך שרגא
פארוואס זאל נישט א פראפעסיאנאלע אויסגאבע קוקן צוויי מאל אויפ'ן דעקל איידער'ן שיקן צום דרוק?
ערשטנס פירט מען זיך נישט ביי אונז צו שרייבן "אמעריקא", נאר "אמעריקע".
צווייטנס, פארוואס נאר איין שטרעכל ביי "פאר'מסר'ן", כזה: פארמסר'ן? מאך אפ, אדער שרייבסטו ווי די אידישיסטן אדער נישט. ווידער "אונטערן" איז אן א שטרעכל.
עס זענען דא נאך פראבלעמען דא, אבער קודם פשוט'ע עברי טייטש? אויב דאס איז דער דעקל, האב איך מורא אריינצוקוקן אינעווייניג.
אגב, שמואל, טראכט איך די זעלבע. מאכט דען סענס אויף דעם איד דער טיטל "הרב הצדיק"? ער איז אפשר א צדיק פון א איד און אפשר וואלט ער געקענט שרייבן "דער איד דער צדיק האט געטאן א מורא'דיגן אקט", אבער צו געבן אן אפיציעלע טיטל "הרב הצדיק" איז אביסל מאדנע.

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 5:16 pm
דורך אלבערט
שרגא האט געשריבן:פארוואס זאל נישט א פראפעסיאנאלע אויסגאבע קוקן צוויי מאל אויפ'ן דעקל איידער'ן שיקן צום דרוק?
ערשטנס פירט מען זיך נישט ביי אונז צו שרייבן "אמעריקא", נאר "אמעריקע".
צווייטנס, פארוואס נאר איין שטרעכל ביי "פאר'מסר'ן", כזה: פארמסר'ן? מאך אפ, אדער שרייבסטו ווי די אידישיסטן אדער נישט. ווידער "אונטערן" איז אן א שטרעכל.
עס זענען דא נאך פראבלעמען דא, אבער קודם פשוט'ע עברי טייטש? אויב דאס איז דער דעקל, האב איך מורא אריינצוקוקן אינעווייניג.
אגב, שמואל, טראכט איך די זעלבע. מאכט דען סענס אויף דעם איד דער טיטל "הרב הצדיק"? ער איז אפשר א צדיק פון א איד און אפשר וואלט ער געקענט שרייבן "דער איד דער צדיק האט געטאן א מורא'דיגן אקט", אבער צו געבן אן אפיציעלע טיטל "הרב הצדיק" איז אביסל מאדנע.

בנוגע זיין קענטעניס אין שרייבן אידיש איז א פחד, איך באגרייף נישט וויאזוי א מענטש האט נישט די בושה ארויסצוגעבן א אידיש געשריבענע אויסגאבע מיט אזוי פיל אמעראצישע טיעותים, עס דערקענט זיך אז דער ווייסט נישט די פשוט'ע כללים פון אידיש שרייבן.

בנוגע שרייבן "הרב הצדיק" אויף הרב זיגעלמאן, האלט איך גראדע יא דערפון. אין א תקופה ווען אידן מסר'ן ליידער רעכטס און לינקס און די גרעסטע קהילות בישראל זענען אין ערכאות עכו"ם, אין אזא פינסטערניש האט א איד גענומען די שטארקקייט און זיך מוסר נפש געווען אויף א מצוה שבני אדם דשין בעקבותיהם און ער האט מקבל געווען אויף זיך צו גיין זיצן אין תפיסה אנשטאט אנדערע אידן, קומט זיך אים דער טיטול "צדיק"! ווער דען איז ראוי פאר דעם טיטול בדורינו!

נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 6:03 am
דורך דולה ומשקה
ער רעכנט אויס א רשימה קדישא וואס דער פראכט וואגען נעמט מיט זיך אויף זיין נסיעה, אבער אז דאס איז א געפילטערטע אידישע מאגאזין וואס איז מותר למהדרין צו ליינען, אויף וואס ארויף מיז ער אויס רעכענן אינציווישען דעם טעלעווישען?
ס'האט מי' ממש באנומען, כ'בין אדורך געפאלען נאך געקוקט מה טיבו, וואס איז דאס א טעלעווישען, ומשם ואלך ירד ירדתי וירד פלאים...רח"ל.
כ'האב מיר שנעל צוריק געכאפט, אפגעמאכט איהר מער נישט אריין צו נעמען אין שטוב.

דער בליץ חודש תמוז

נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 5:49 pm
דורך town1
דער בליץ חודש תמוז

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 9:34 am
דורך לעמיל
איז עס אינטערסאנט? אדער אזוי אייביג גענימען פון אלטע שטערנ'ס