בלאט 1 פון 4

אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צרה?

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 11:37 am
דורך moshav zekeinim
איך האב זייער הנאה פון די אפענע קעפ דא אין קאווע שטיבל און דאס איז די סיבה פארוואס איך בין א קאווע שטיבל מעמבער. לעצטנס גראדע זענען די מער רעכט גענויגטע שרייבער מער אויפן אויבירשטן פון שטייסל, אבער פון צייט צו צייט גיט זיך א ריק ארויס פון באהעלטעניש א משכילישע ריז ווי @יידל, יאיר, ראובן, מיט א באמבאסטישע אויפגעקלערטע מאמר ואתם עימם געבן זיך פלוצים א וועק אויף די גאנצע אלטע גווארדיע, ווי געפילטע, הוגה, יואב ועוד, וואס מאכט די רעכטע בלייבן אן לשון פאר א וויילע, ביז זיי אריענטירן זיך ווידער און גיסן אויס זייערע רעכטע אנשויונגען.

אלס א שואף און חסיד פון אפנקייט און אויפגעקלערטקייט, בין איך באזארגט ווי ווייט סטאביל דער אויפגעקלערטער באוועגונג איז.

זעלבספארשטענדליך, אז אנגייענדע טראדיציע מיט א עסטעבלישט הנהגה בשם דעם דת האט מער כח צו סורווייווען. אויף אזוי ווייט אז דער אועפגעקלערטסטער קאפ קען מיט די צייט דורך צוציאלע דרוך אדער גאר דורך הילף און עטענשן וואס ער קריגט פון די יושבים על מדין, אונטער ברעכן און טאנצן קדוש קדוש פארן פארשימלטן סיסטעם.

דער גרעסטער סכנה אז זיינע אויפגעקלערטע דעות זאלן קעלעפסן איז טאמער גאט פערביט, ער ווערט קראנק, אדער ער געפינט זיך אין אן אנדער שעת סכנה.

וויל איך וויסן פון מיינע אויפגעקלערטע חברים, ווי שטארק האלט איר איר זיך צו אייער אויפגנקלערטע מיינונגען? גייט איר אמאל בשעת סכנה תשובה טון דערויף?

Re: אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צר

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 11:39 am
דורך יידל
אודאי וועלן זיי תשובה טון, וכמעשה הידועה מיט די פרומע אידענע פון בעלז.

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 11:49 am
דורך שמעקעדיג
אריין אהער
viewtopic.php?f=10&t=8934

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 12:51 pm
דורך moshav zekeinim
שמעקעדיג, זיי זיך מסביר, פארוואס האסטו אהין געלינקט?

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 12:53 pm
דורך berlbalaguleh
מושב זקנים: מיין תגובה אין אנדער'ן (צו געלינקטן אשכול) באלאנגט בעצם אין דעם אשכול. איך קען עס נאר נישט אריבערפיהרן...!אויב איינער קען עס באווייזן. תשואות חן חן לו...!

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 12:57 pm
דורך [NAMELESS]
על פי בקשת ולכבודו של ידידינו מורינו ערעב [tag]berlbalaguleh[/tag].
berlbalaguleh האט געשריבן:מושב זקנים: צו ערשט א יישר כח אז דו האסט מיך נישט אויסגערעכנט צווישן די משכילים דא אין קאווע שטיבל. הגם איך האב געהאט פון וואס חושש צו זיין ווייל איך בין ב"ה א ציוני (איך זאג דריי מאל א טאג ..."ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים"...קרעדיט הגה"צ בעל שפע חיים מצאנז זצ"ל.). אויך בין איך זייער שטארק אקעיגן די מעשים רעים פון די סאטמאר ווילי- טאון עסטאבלישמענט וכל (הרע) המסתעף.
נאר שמעקעדיג איז גערעכט אז ער האט דיין אשכול צו-געלינקט צו די אשכול וועלכע הייסט די נארישסטע אשכולות אויף קאווע שטיבל. הגם די שאלה אליינס איז נישט נאריש. ווייל א יעדער איינער פון די ניקס וועלכע דו האסט דא אויסגערעכנט אלס משכילים און אויפגעקלערטע זענען ח"ו נישט קיין אפיקורסים. זיי האבן אמונה אין השי"ת. (אזוי ווילן מיר האפן.) נאר זייער חקירה האט זיי געפיהרט אין פארשידענע געפערליכע ריכטונגען.
אויף דיין רעטארישע שאלה קען איך נאר ענטפערן באופן כללי. ס'איז דא א גוי'איש ווערטל אז אין די פאקסהאולס, די טרענטשעס, די שוץ גרובער וואס מ'גראבט אויס בשעת מלחמה, איז נישטא קיין אפיקורסים. יעדער איז א מאמין. ווייל זיי זעען אפן די ה' וואו איינער ווערט ח"ו געשעדיגט און זיין חבר וועלכער שטייט נעקסט צו איהם ווערט ניצול...אויך האבן זיי מורא פאר זייער לעבן. דאס ענטפערט שוין אויף דיין שאלה...!

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 1:09 pm
דורך berlbalaguleh
פריעד באטשי האט געשריבן:על פי בקשת ולכבודו של ידידינו מורינו ערעב בערל.

פריעד באטשי: קעסענעם סעיפען. אבער נישט דאס האביך געמיינט. די קונץ קען איך אויך באווייזן. איך בין נישט אזא גרויסער ע"ה... ווייל אלס "קוואוט, קומען די ווערטער אויס א סאך קלענער...!

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 1:11 pm
דורך [NAMELESS]
איזעס טאקע שוין אזוי קליין אז דו קענסט עס שוין נישט לעיזען?? :shock:

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 1:31 pm
דורך berlbalaguleh
פריעד באטשי האט געשריבן:איזעס טאקע שוין אזוי קליין אז דו קענסט עס שוין נישט לעיזען?? :shock:

פריעד באטשי: מ'רעדט נישט פון דעם...אויך. אלס פריעד באטשי וואלסטו געמעגט באזאלצן און באפעפערן דיינע מאמרים מיט א ביסעלע מער הומאר. איך ליין דיך אפ אלס א צו ערנסטער מענטש. וועלכער קען (כמעט) נישט שמייכלען... :lol:

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 1:37 pm
דורך הקטן
ווער עס קען איינעם וואס האט געמאכט אזא יא-טוירן בעת צרה אדער שמחה, זאל אויף הייבן די האנט

מיר ווינדערד אייביג און אזא פאל, וואס איז געשען מיט די אלע סברות?
מאכן מיר טאקע אלע אינזער באשלוסען מיט די "הארץ" אין מיר ניצען נאר "שכל" פאר קאווער?

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 2:17 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווענט זיך טאקע וויאזוי די מענטש'ס דעות זענען געפארעמט. איז ער אן אויפגעקלערטער בשיטה, און זיינע דעות זענען באזירט אויף שכליות, דארף ער זיך לכאורה האלטן צו זיין אמת נישט קיין חילוק וואס. אויב טוישט ער זיך, איז ער אן אפגעפרעגטער לויט זיינע פריעדיגע הנחות. אויב זענען זיינע דעות אבער געפארעמט צוליב תאות, כבוד, געפיהל, סביבה וכדומה, קען עס ארויספליען די סקונדע זיין הארץ צאפעלט אים צוליב לעבן'ס געשענישן.

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 2:56 pm
דורך גאנצל
די מין זאך בכלל פון זיך טוישן בעת צרה איז א סתירה צו אויפגעקלערטקייט מושב ביסט נאכנישט גענוג אויפגעקלערט

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 3:45 pm
דורך גאנצל
בשעת צרה וועט איינער גיין צום גלח ? נאופ

טאמער שטעלסטו צאם דעס א סאטמארע איד וועט קענען שיקן א קוויטל צום קלויזענבארגן צו אונזער נושא דאן טויג עפעס נישט מיט דיין גאנצע אויפגעקלערטקייט

דהיינו א סאקמערער איז קעגן קלויזענבארגער וועגן מ'האלט אז זיין שיטה איז קרום אבער ווען ער זאל זאגן אז ער ציט צוריק בין איך פאניע בראט מיט אים צו איך בין בעת צרה אדער נישט אבער דער אויפגעקלערטער וואס שרייט אז די גאנצע זאך בשרשו איז אפגעפרעגט און ס'איז נישטא אזא זאך ווי ארבי לדוגמא, און בעת צרה ציהט ער צוריק זאלסטו מיר מוחל זיין דאס מיינט אז ער זעהט איין אז ער איז נישט גערעכט געווען

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 4:25 pm
דורך הקטן
אבטולמוס האט געשריבן:די וועלט זאגט There are no atheists in foxholes, היינו, בשעת א צרה פאלט יעדער צוריק צו אמונה אין א גאט. דא רעדן מיר נישט פון קיין עטעאיסטן ח"ו, אבער דער משל איז נוגע דא אהער אויך. עס איז דער מענטשליכער נאטור אז בשעת מ'איז אין א צרה קען מען פאלן א קרבן צו פאנטאזיע.

אנדערע וועלן זאגן פארקערט, אז בשעת זאכן גייען גיט קען מען פאלן א קרבן צו פאנטאזיע (וישמן ישורון ויבעט) אבער ווען סקימט א גורל'דיגער זמן פאלט מען ציריק צים אמת.
דאס איז אויך מסביר פארוואס אסך בלייבן מיט דעם אמת נאך וואס דער צרה איז שוין נישט דא.

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 5:13 pm
דורך הקטן
דאס אז ס'איז דא עפעס מער וואו די אויג זעט, און די שכל פארשטייט, ס'איז דא עפעס העכערס, דאס ליגט טיף אין די סייקי פין די מענטש - און צו דער אמת פאלט דער מענטש ציריק נאך וואס אלע זיינע דמיונות ציפאלען

די עובדי ע"ז זענען געווען אן טא סאמטינג - אזאך וואס די היינטיגער וועסטענער איז בלינד דערצו

Re: אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צר

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 5:16 pm
דורך דעת תורה
א ריכטיגער רשע איז אפילו על פתחו של גיהנם אינם חוזרים.

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 5:23 pm
דורך [NAMELESS]
איך האלט מיך נישט פאר קיין אויפגעקלערטער, על כל פנים נישט אזוי ווי די פריער דערמאנטע חברה, דאך וועל איך ענטפערן אז לכאורה האט דאס מיט וואס יידל האט אמאל מבארגעווען דעם ענין פון אויפגעקלערט לשם אויפגעקלערטקייט.

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 5:30 pm
דורך טאמבל סאס
אויב דו קענסט נישט אויסווארטן ביז יציאת נשמה איז די איינציגסטע וועג זיך צו טעסטן דורכן ארומלייגן א שטריק ארום דעם האלדז און איינמאל פאר אלעמאל ברענגען אויף זיך אן עת צר וסופי. לאז מיר וויסן דערנאך אויב דו געטוישט מיינד לעצטע מינוט.

Re: אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צר

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 6:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער חילוק צווישען אן אויפגעקלערטע און א תמימות'דיגע, בעיני האיפגעקלערטע, איז אז דער תמימות'דיגע טוט און גלויבט פון באקוועמלעכקייט, די וועג מיט די ווייניגסטע פראבלעמען, און די אויפגעקלערטע טוט בלויז לויט'ן שכל.
אלזא, טוישען די אויפגעקלערטע מיינונג פאר'ן עת צרה איז נישט ארנטליך. פלוצלונג גלויבסטו אויך נאר פאר'ן געפיל, נישט פון שכל?
אבער א סאטמארער תם וואס שיקט א קוויטעל קיין ליובאוויטש בעת צרה, איז אינגאנצען איינשטימיג מיט זיין מהלך המחשבה והחיים.

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 6:22 pm
דורך ירא שמים
יידל האט געשריבן:אודאי וועלן זיי תשובה טון, וכמעשה הידועה מיט די פרומע אידענע פון בעלז.

[tag]יידל[/tag] מה הסיפור?

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 8:18 pm
דורך האמת לאמיתו
אבטולמוס האט געשריבן:די וועלט זאגט There are no atheists in foxholes, היינו, בשעת א צרה פאלט יעדער צוריק צו אמונה אין א גאט. דא רעדן מיר נישט פון קיין עטעאיסטן ח"ו, אבער דער משל איז נוגע דא אהער אויך. עס איז דער מענטשליכער נאטור אז בשעת מ'איז אין א צרה קען מען פאלן א קרבן צו פאנטאזיע.

די פראגע איז נישט נאר נוגע די "אויפגעקלערטע חברים" פון קאווע שטיבל, נאר אויך די וואס זענען, ווי מ'זאגט, "אינעם באקס", אבער זענען פאקטיש יא אויפגעקלערט לגבי דאס וואס איז הייליג און טייער פאר אנדערע. דער פייערדיגער סאטמארער חסיד, בשעת א צרה, וועט ער אפשר שיקן א קוויטל צום ציון פון ליובאוויטשער רבי'ן? ווען ער טראכטן "וואס קען דען שאטן?" ווען מ'טראגט אים אן מזכיר צו זיין ביים ציון פון קלויזנבורגער רב? ער האט טאקע געלאכט ווען מ'האט בסוף ימיו געמאכט אן עסק פון מענדעלע חזיר, אבער למעשה הערט מען דאך אותות ומופתים - וועט ער פרובירן צו זאגן א פאר מזמורים ביים ציון הקדוש?

אלס א פייערדיגע קנאי ( נישט סאטמאר ) וועל איך מגלה זיין יא איך בין שוין עפעס שווער דארך און מיין לעבן און ניין איך האב נישט געבויגן מיין שיטה מיט א האר ( אויב עפעס נאר געצויגן מער צו רעכט'ס איינזעהנדיג מיט וואס פארא בלאף עס גרעניצט זיך די אלע לינקע אנשוינגען..)

Re: אויפגעקלערטע חברים: גייט איר האלטן די זעלבע שיטות בעת צר

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 8:29 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דו ביסט א רעכטע קנאי צו א לינקער?

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 8:32 pm
דורך האמת לאמיתו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו ביסט א רעכטע קנאי צו א לינקער?

טטיל מאל רעכט און טייל מאל לינק'ס מיטן ליניע זיך צו האלטען צום ריינעם אמת
(זאג נאר די ביסט פון די ליטע אדער פון די בודאפעסטע ? סאיז די זעלבע תירוץ..)