בלאט 1 פון 1
אויפגעקלערטע חברים, גייט איר אין מקוה בשעת צרה?
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 8:51 am
דורך אפטעמיסט
דער עולם דא אין ק"ש, ובתוכם אני הקדוש, זענען דאך משונה'דיג אויפגעקלערט. אזעלכע משכילים ווי יאיר, ראובן און יידל זענען אין קיין מקוה נישט געווען זינט פאראיאר ערב יום כיפור. איז מיין שאלה צי בשעת צרה, לדוגמא ווען די גלאז פון זייער סעלפאון צעבערעכט זיי, לויפן זיי שנעל אין מקוה זיך איבערבעטן מיט'ן באשעפער.
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 9:40 am
דורך ראוונע
איז טאקע מקוה די איינציגסטע וועג וויאזוי מקען זיך איבערבעטן מיטען אייבירשטען?
איך וואלט גראדע מציע געווען אז ווען די גלאז פון די סעל פאון צוברעכט זיך זאל מען נישט גיין אין מקוה סקען נאך נאס ווערן אין זיך אינגאנצען צוברעכן
Re: אויפגעקלערטע חברים, גייט איר אין מקוה בשעת צרה?
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 9:42 am
דורך chaims
ביי אן עת צרה ווי למשל אנקומען שבת צי שחרית פאר ברוך שאמר בין איך זיך נוהג צו גיין אין מקוה
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 9:54 am
דורך [NAMELESS]
געוויסע פירען זיך בעתות צרה צו זיצען און זיך ווייקען אין מקוה פאר א שעה צייט.
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 3:54 pm
דורך ראוונע
chaims האט געשריבן:ביי אן עת צרה ווי למשל אנקומען שבת צי שחרית פאר בר וו ך שאמר בין איך זיך נוהג צו דיין אין מקוה
איך נוץ פאר דעם אן אנדערע עצה
זיך צוריקלייגען שלאפען פאר אביסעל