וואס שטייט אין די כתובה?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3334 מאל

וואס שטייט אין די כתובה?

שליחה דורך קאך_לעפל »

פאר נישט צו לאנג צירוק איז גימפל געשטאנען אונטער די חופה, איינגעהילט אין בגדי לבן, אנגעגארטלעט מיט דעם זיידענעם גארטעל פינעם שרף פון האצעפלאץ, און געכליפעט מיט הייסע זידיגע טרערן בשעת דער אשת חיל זיינער האט געמאכט די הקפות ארום אים, און ער האט באמת געהאפט צום באשעפער אז ער מאכט נישט די גרעסטע טעות אין לעבן.

דער מסדר קדושין האט אקורושט פארענדיגט דעם אשר קדשנו במצותיו וציונו על העריות...און גימפל האט אזוי איידעלערהייט ארויף געלייגט דעם קדושין רינגל אויף דער אצבע פון זיין באליבטע, און די ארומיגע האבן זיך הילכיג צו שריגען מקודשת...מקודשת.. און די אנוועזענדע באבעס האבן זיך פונאדער געכליפעט מיט הייסע טרערן, די עמאציניאלע הורמאנען זענען געווען אין אירע העכסטע שטאפלען...

אצינד רופט מען אויס דער זיידע שליט''א זאל מאריך ימים ושנים זיין צו ליינען די כתובה, דער זיידע ציט זיך אזויי ארויף די האבלע ברילן אויף די נאז, און הייבט אן מיט געבראכענע געהאקטע ציין פארצוליינען די כתובה. וואס איז געשריבען אויף אראמיש אזוי אז נישט די מלאכים און שרפים און אוודאי נישט די מענשטען זאל פארשטיין א ווארט וואס דארט שטייט.

איז אזוי ווען צוויי נארמאלע באזעצענע מענטשען מאכן א קאנטראקט איינער מיטן צווייטען, מאכן זיי ביידע זיכער אז זיי פארשטייען גרינטליך יעדעס ווארט וואס עס שטייט אינעם קאנטראקט, אזוי אז עס זאלן נישט דארפן פארקומען קיין דין תורות דערנאך.

פארוואס אבער ווען א בחור מיט מויד האבן חתונה שרייבט מען אפ דעם קאנטראקט אויף א שפראך וואס אפי' מלאכים און שרפים פארשטייען נישט? נאך מער איז שווער פארוואס ליינט ערשט די כתובה לאחר המעשה נאך די קדושין, ווען מען קען שוין נישט ציריק דרייען נאר מיט א צוועלף שירה'דיגע דאקימענט? וואס באהאלט מען דא?

לאמיר אפיר נעמען דעם דאקימענט אין זען עטליכע שירות וואס דארט שטייט, דערנאך וועט שוין זיין היפש פארשטענדליך פארוואס מען ליינט דאס אויף אראמיש, ווי אויך פארוואס מען ליינט דאס דייקא נאך די קדושין, ווען עס איז שוין נישט פארהאן א וועג אויף צירוק.

הֱוִי לִי לְאִנְתּוּ כְּדַת מֹשֶׁה וְיִשְׂרָאֵל וַאֲנָא בְּמֵימְרָא וּבְסִיָיעְתָּא דִּשְׁמַיָא אֲפַלַח וְאוֹקִיר וַאֲכַלְכֵּל וַאסוֹבֵר וַאֲכַסֵי יְתִיכִי לִיכִי כְּהִלְכוֹת גּוּבְרִין יְהוּדָאִין דּפָלְחִין וּמוֹקְרִין וְזָנִין וּמְפַרְנְסִין וּמְכַלְכְּלִין וְסוֹבְרִין וּמְכַסִין יָת נְשֵׁיְהוֹן בְּקוֹשְׁטָא.

וואס שטייט דא? דא שטייט אויף אידיש בערך אזוי:

זיי פאר מיר א ווייב לויט דער דת פון משה און די אידן, און איך וועל דיך מכבד זיין, און האלטן טייער, און דיך געבן צו עסן, און שפייזן, און דיך געבן שיינע קליידער ווי עס איז די שטייגער פון אידן וואס זענען מכבד, און האלטן טייער, און גיבן צו עסן, און שפייזען און קליידן אן זייער ווייבער מיט א אמת.

דא ליגט דער הונט באגראבן. די דאזיגע פאטעגראף וויל מען נישט דער חתן זאל פארשטיין, און מען זאגט אים עס נישט נאר בלויז נאך די קדושין, פארוואס? זייער פשוט! ווייל אויב א חתן איז זיך באמת מתבונן אין דעם שטיקל וואלט ער געטראכט צוויי מאל פאר ער לייגט ארויף די רינגל אויף די פינגער פון זיין באליבטען.

ווען איינער בארגט געלט פון א חבר, און ער האט נישט צו באצאהלן, איז שייך ער זאל טענה'ען אין לי, און עס איז נישט דא קיין סאך וואס דער מלוה קען טאן. אבער ביי א פאר- פאלק איז נישט פארהאן קיין טענות אין לי, די האסט אונטער געשריבען די כתובה, די מיזט איינהאלטן יעדעס ווארט וואס עס שטייט.

און אנדערע ווערטער צו די מאכסט יא פרנסה צו נישט, די מיזט איינהאלטן די כתובה בכל פרטיה ודיקדיתיה, און ווען די ווייב דיינער שרייט מידי יום ביומו הב לי... הב לי.. געלט.. געלט.. געלט... האסטו נישט ווי צו אנטלויפן די מוזט איר געבן וואס די האסט איר צוגעזאגט אין די כתובה. מיטן געבן די רינגל ווערט מען פארוואנדעלט פאר אן אייביגען שקלאפ, און מען דארף כסדר ארבייטען ביטער שווער צו קענען נאכקומען די געברויך פון די ווייבער.

דעריבער אין דער אלטער היים האבן דאס טאקע פול נישט געקענט נאכקומען, און האבן געמאכט פליטה איבערלאזנדיג די ווייבער אלס א אייביגער אגונה.

פארוואס איז איינגעפירט אז ווען מען מאכט חתונה א קינד, שיקט אים דער פאטער צו א חתן רבי, וואס לערענט מיט אים דעם גאנצען דעת הקדושה פינעם רמב''ן, און גענוי ווען מען מעג יא און ווען נישט, און ווען און ווי אזוי מען דארף טאן די מעשה, אבער איבער די שווערסטע חלק פון אישות מאכט מען א פתח שין. מען זאגט דאס נאר אויף אראמיש, און אויך נאר בלויז נאך די קדושין, און אויך נאר נאכדעם וואס עס איז שוין נישט פארהאן א וועג אויף ציריק? דאס דארף זיין נאך פאר די אלף בית. עס איז זיכער פארהאנען צענדליגע אינגעלייט וואס אויב וואלטן זיי געוויסט און משיג געווען אין וואס זיי טאנצען אריין, וואלטן זיי עס אפשר קיינמאל נישט געטאן.

דער חלק הממון לגבי אישות איז גענוי אזוי וויכטיג ווי דער חלק המצות עונה, פון מצות עונה מאכט א לאנגס און א ברייטס, און פון חלק הממון נעמט מען איין א שטילשווייגעניש. מען ווערט אזוי ארייינגענארט דעראינען. עס איז א גאר ווייטאגליכער פאקטאר...

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר