בלאט 1 פון 1

הייזער וואס זענען tax exempt

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 6:28 pm
דורך קרעפל פשעטיל
וואו באקאנט דארף א יעדער איינער וואס האט א דירה צאהלן טעקסעס פאר די גאווערמענט ס'איז דא קאונטי טעקס, סקול טעקסעס, און נאך.
עס איז דא א געזעץ אז א קאנגריגעישן דארף נישט באצאלן קיין טעקסעס.
לויט ווי אזוי מ'פארשטייט איז לויט וויפיל טעקס פעיערס עס זענען דא לויט דעם צוטיילט מען וויפיל יעדער איינער זאל באצאהלן.
איך וואלט געקענט באשטיין אז מ'זאל דא דעבאטירן:
צו איז עס טאקע אזוי אז עס ווענט זיך אין דעים?
וואס גייט אריין בגדר קאנגרעגעישן לעגאל וואס דארפן נישט צאהלן קיין טעקס?
וואס גייט אריין בגדר איליגעל אויב מען צאהלט נישט אויף דעים קיין טעקס?
וואס איז די הלכה אויב ח"ו איינער ריפט די סיסטעם איז ער א גנב ח"ו פון די כלל אדער עס האט נישט קיין שייכות ?
איז שוין דא רבנים וואס האבן זיך געלאזט הערן אויף די אישו?
אויב האט איהר א דעה ביטע קומט אריין און חאפצט אייך מיט !

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 10:46 pm
דורך שמעון וואלף
ס'איז לאו דווקא אז א קאנגרעגעישן צאלט נישט טעקס. דאס איז אמת טאמער די הויז ווערט גענוצט פאר א שול אדער פאר די רב צו וואינען, אבער טאמער איז דא א שול אין העכער דעם זענען דא דירות פארדינגען, צאלט מען יא טעקס אויף די פארדינגענע חלק