רעגן בויגן קאלירן?! געלע לאטע!
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 7:07 pm
[justify]די נייעס, אז די העכסטע געריכט אין לאַנד האט געטוישט די מיינונג פון די וואָרט "מערידזש" האט ארויפגעברענגט א שמייכל אויף מיין אזוי שוין לאכט-ווי-א-נעַר פָּנימ'נעל. מ'שטיינס, א דיסקוסיע וואס האט געזאלט פארנומען זיין דערמיט די הויפּטן פון די וואויל באקאנטע מרים-וועבסטער אינסיטיטוציע, צי דעפינירען דעם פּונקטליכן באַדייט פון א וואָרט, איז געווארן א וועלט-אישׁו. (בעצם פארשטיי איך נישט בכלל פארוואס זיי זענען נישט צופרידען געווען ביז יעצט, מיינען זיי טאקע אז אלע וואס "חתונה געהאט" זענען עכט צופרידען? א מכה.)
אין תוך איז מיר קיין וואונדער נישט געווען וואס זוכט אַן עטימאליג'יקעל דאבאטע אין די הויכע געזעץ-געבער הייזער, ווייל ערשט עטליכע וואכן צוריק האבן די זעלבע הויעכגעשעטצע (ניטאמאל ערוועילטע דורכן ציבור) געאורטיילט אז דער שטאט "ירושלים" איז נישט די הויפט שטאט פון מדינת ישראל. הא הא... מארגן איז ברלין מערנישט די הויפשטאט פון דייטשלאנד??
אבער אזוי איז עס אין פרידענס-צייטן, מ'האט נישט קיין בעסערע דאגה'ס.
נאכן איבערשלאפן דעם איבער-רעשינג, בין איך אריינגעפאלן אין גרויס זארג. לאמיך אייך באגלייטן מיין מחשבות שטורעם וועג:
הייסט אזוי, א קליינע ציבור, וואס ציילט זיך ניטאמאל פאר גאנצע מיליאן (לויט וויקיפדיע), האבן געמאכט א מהפכה, אז נישט נאר זאל דאס אנקומען צום הויכן געריכט, נאר אז יעדע טוויטער אקאונט owner, אנגעהויבן ביים פרעזידענט אראפ צו מיין OTD שכן (א זכר וואס דרייט זיך בלויז מיט מיידלעך) האט געפיעלט פאר וויכטיג צו טוישן זיין פראפיל מיט די לגב"ט קאליר, פון פריוואטע מענטשען ביז גרויסע קאמפאני'ס, שטאטישע אפיסעס, די מעיאר, פאליציי, וכו', וכו'. – אלע נעמען א שטעלע, און טאנצן מיט די וואגן.
שטעלט זיך די שאלה, איז דען נישט דא דאפעלט אזוי פיל מענטשען אין אמעריקע וואס האלטן אז מדינת ישראל איז א טעראר גרופע? אדער אז אידן אין אמעריקע זענען נישט געטריי פארן לאנד צוליב זייער "עינם ולבם" זענען כלפי ארץ ישראל? זענען נישט דא – לכל הפחות – 10 מיליאן אמעריקאנע אזרחים וואס זענען בשיטה אז א רעליגיעזע אינסטיטוציע זאל נישט זיין פטור פון שטייער?? וויאזוי ביסטו פארזיכערט אז 15 מיליאן גוים גייען נישט אויפשטיין מארגן מיט א כוואליע פון סאציעלע לחץ צו טוישן דעם וויעק-ענד פון שבת-זונטאג, צו זונטאג-מאנטאג??
די נייע פסק לערנט מיך אז גרויסע טאטעס פילן געפרעשטערט מיטצוטאנצען דעם יחיד וואס טענה'ט אז ער פילט אויסגעשלאסן צוליב זיין אנדערשטקייט. און פון דא ביז ווערן פאר'משפט למוות, איז גאר א קליינע שפאן.
גרייט אייך אן די געלע לאטעס.[/justify]