געווענליך איז זייער קלאר די רעאקציע צו אן אכזר (ווילאנג ער איז נישט גענוג שטארק פארשטייט זיך). איינמאל מען זעט א מענטש מיט א פרעכער באנעמונג און אכזריות'דיגער פנים, ברענגט עס ארויף הייס בלוט ביי די צושויער, און דער מענטש ווערט באלד קאטעקארעזירט אלס אכזר וועם מען דארף באקעמפן בחרב ובחנית, אדער לכל הפחות באשייגעצן אדער באטיטלען בכל לשונות גנאי.
זענען אבער פארהאן אזעלעכע מענטשן וואס you can't figure him out למ
עשה טוען זיי מעשה אכזריות בגדול, אבער מיט אזא אומשולדיג פנים אז מען ווייסט פשוט נישט וויאזוי צו רעאגירן. דער אומשילדיגע פנים קען זיין עד כדי כך אז אפילו דער נרדף ווייסט זיך נישט וויאזוי צו פארטיידיגן.
צווישן די אומשילדיגע אכזריים זענען פארשטייט זיך פארהאן מכל הסיגים. פארהאן אזעלעכע וואס עס איז באמת א שאלה צו זיי זענען טאקע אכזריים, און פארהאן וואס זענען בלי ספק אכזריים אבער פארשטייען פשוט נישט אז זיי באגייען א עוולה, און פארהאן וואס ווי נישט ווי פארשטייען זיי אבער שטעלן אן א פנים.
אבער דאס מאכט באמת נישט אויס, ווייל איינמאל דער רודף איז אזא סארט וואס אנערקענט נישט אז עס איז פארהאן א קעגנערשאפט צו זיינע מעשים איז די וועלט הפקר.
אבער פארשטייט זיך אז איך באצי זיך צו אזעלעכע וואס לית מאן דפליג אז זיי טוען עוולות, אבער ביודעין אדער בלא יודעין פארגלעטן זיי דאס מיט זייער רחמנות'דיגער אדער אומשולדיגע פנים, וואס איז מונע צו ברענגען זייער עולה צו גערעכטיגקייט.
וויאזוי באהאנדלט מען אזעלעכע ברואים?
וואס טוט מען מיט אכזריים מיט רחמנות'דיגע פנים'ער?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
וואס טוט מען מיט אכזריים מיט רחמנות'דיגע פנים'ער?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
אויף דעם איז דאך שוין דא א אלט ווארט:יאיר האט געשריבן:אן אכזר וואס שטעלט זיך אהער אלס א רחמן איז דאך הונדערט מאל ערגער. מען דארף אים באהאנדלען מיט רחמנות און רעספעקט, פונקט ווי מען דארף באהאנדלען יעדן מענטש, אפילו א מערדער אדער רעיפיסט, אבער חלילה זיך נישט לאזן פון אים צוליב זיין איידעלע שמייכל.
רבונו של עולם, ביטע היט מיר פון מיינע גוטע פריינט, פון מיינע שונאים וועל איך מיר שוין אליין אפהיטן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מושב זקנים: די גמ' אין מס' מגילה דעבאטירט שוין פון לאנג צוריק אין די סוגיא. צו אחשורוש מלך חכם היה או מלך טיפש היה. אויב די רשעות וואס איז ארויס פון איהם איז געווען ביודעין. ס'הייסט ר'איז געווען א קאלטבלוטיגער סאדיסט און רשע, אדער איז ער געווען א באמבלינג טיפש און נאר וואס האט אפילו נישט געכאפט אז די כיטרע רשעים ארום איהם, ווי המן הרשע, ימ"ש נוצן אויס זיין תמימות און טוען אן רשעות...נאר איך מיין אז די גמ' קומט צו די מסקנא אז ער איז געווען א "חכם". ער האט גאנץ גוט געוואוסט און געוואלט די רשעות וואס איז ארויסגעקומען, ווי די גזירות אויף די אידן...! די זעלבע איז דא. ס'פארהאן א איד וואס ער שטעלט אן כל מיני רשעות און הלבנת פנים ברבים פון א צווייטן איד. אבער ער שטעלט אן א פנים פון א תמים. אדער דעקט ער זיך מיט'ן באשעפער, כביכול. אז וואס ער טוט איז לשם שמים....! אזא איינער איז א סאך ערגער ווי אן אפענער סאדיסט און רשע...!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל