בלאט 1 פון 3

על דא ועל הא

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 10:59 pm
דורך ונבנתה העיר
איך האב זיך לעצטענס איינגעהאנדעלט א בריטישע צייטונג פון יאהר 1768 - תקכ"ח.

דאס איז אכט יאר פאר די גרינדונג פון די פאראייניגטע שטאטן, ווען זי איז נאך געווען אונטער בריטישע הערשאפט. צווישן די נייעס פון 'אמעריקא' זעה איך א שטיקל פון באסטאן [די הארץ פון די רעוואלוציע] - גראדע פון יולי 4 - עפעס איבער דעם קעניג און טעקסעישאן. איינע פון די עיקר טענות זענען געווען איבער שטייערן, ככתוב, נאו טעקסעישאן וויטאוט רעפרעזענטעישאן [אין דעם בריטישן פארלימענט], איז מיין פראגע צו די יודעים קענען עס אפשר אויסקלארן, און צו איז עס שוין בכלל געווען אויפן טיש אין 1768.

[כ'זעה אז אינעם אלטן ענגליש שטייט א f אנטשטאט א s.]

20150702_221053__1435890922_66.87.116.15.jpg


mm__1435891070_66.87.116.15.jpg

--------------

דערנאך האב איך זיך איינגעשאפט א ניו יארק טיימס פון 1942 וואו עס ווערט באריכטעט איבער הימלער'ס שחיטות אויף די פוילישע אידן. ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט צו ליינען די פונקליכע באריכטן איבער אוישוויץ, באנען און גאז קאמערן, כ'האב נישט געוואוסט אז אין 42' איז עס שוין געווען באקאנט אין אמעריקא.

1__1435891891_66.87.116.15.jpg

2__1435892065_66.87.116.15.jpg

3__1435892172_66.87.116.15.jpg

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 11:00 pm
דורך ונבנתה העיר
.

נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 8:06 am
דורך פידלער
A beautiful feeling -- to hold a piece of history, the past, in your hands

נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 8:38 am
דורך פליקער
עס איז נישט נארמאל אינטערעסאנט
ביטע קלאר עס אויס, נעם אוועק די קאווע מארק, אזוי זאל דיך יעדער קענען באגנב'נן, און געיבן קרעדיט פארן שווארצן פאסטעך

Re: על דא ועל הא

נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 10:36 am
דורך דעת תורה
נ.י. טיימס פון 42' איז נישט דא אנליין?

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 10:54 pm
דורך דולה ומשקה
גאר אינטרעסאנט, א גרויסען דאנק פאר דאס מיט טיילען מיט אונז.
האט דער באשרייבונג אזוי פרי ווי 42' נישט אויף געטוהן מצד דער רעגירונג וכו' וכו'? מה-דאך דער נוי יארק טיימס כל-שכן דער שפיאנאדזש צענטערן.

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 10:19 pm
דורך ונבנתה העיר
דעם שטיקל האב איך זיך נישט איינגעהאנדעלט אבער עס איז אינטערעסאנט - א דועל צווישן צוויי פוילישע אידן אין 1875.

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 11:11 pm
דורך petergrifin
@ונבנתה העיר האט געברענגט דער שטיקל פון א duel. ס׳איז דא א קליפ פון קריס מעטטיוס װי סענאטאר
זעל מיללער רעגט זיך אויף און לאדנט איהם פאר א duel.

אויב פארדרײ איך די אשכול ביטע פארמעקט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=AuBnlNjZq24[/youtube]

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 10:36 pm
דורך ונבנתה העיר
נו, און אז עס גיסט, ווער בין איך צו זאגן ניין?

אט האט איר - מעגליך בחשיפה ראשונה - עטליכע אינטערעסאנטע אוצרות.

ווייסן מיר דאך אז נאפאליאן האט אוועקגעשטעלט א אידישע סנהדרין אין פאריז בראשות הגאון ר' דוד זיצנהיים, אט איז א באריכט אין אן אמעריקאנער צייטונג פון 1807 - אונטערן קעפל 'of the Jews' - איבער די סנהדרינ'ס זיצונג אין פאריז אין שפיץ פונעם יד דוד.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 10:41 pm
דורך ונבנתה העיר
דאס איז דער לונדון גאזעט פון - נישט מער וכו' - יאר 1670, שנת ת"ל, אין א באריכט פון וויען שטייט אז אזויווי די אידן זענען פארבאטן פון דארט איז עס 'קאנוויעניענט' צו איבערטוישן די באנוץ פון זייער שוהל פאר א קירכע.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 10:44 pm
דורך ונבנתה העיר
און דאס איז א באריכט אין אן אמעריקאנער צייטונג פון 1826 - די לעצטע תקופה פון די שפאנישע אינקוויזיציע - איבער'ן פארברענען א איד אויפן שייטערהויפן בשעת די מאנקס זינגען קאפיטלעך תהילים.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 10:47 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]ונבנתה העיר[/tag], אפשר לייגסטו עס איבער אן די וואטער-מארק?

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 10:50 pm
דורך ונבנתה העיר
אז פב"פ זאל מיר בא'גנב'ענען?

Re: על דא ועל הא

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 1:20 am
דורך דעת תורה
די באריכט איז ווארשיינליך פון א אלטן בריוו וואס די צייטונג האי דעמאלס אפיר געקראצט. אין די 18'ס איז שוין נישט געווען דער מושג אין שפאניע. די לעצטע אוי טא דע פע איז געווען אין 1691.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:06 pm
דורך ונבנתה העיר
דעם שטיקל האב איך זיך אויך נישט איינגעהאנדעלט, די אבן הפינה פאר'ן ערשט'ן שוהל אין טעקסאס אין 1870, געלייגט דורך די פרי-מעיסאנס.

נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 4:16 pm
דורך [NAMELESS]
דער מנורה האלל אין בארא פארק (14/50) האט אויך אן אבן הפינה ביי די פרי-מעיסאנס. ס'שטייט נאך דארט במלוא הודה והדרה עד היום הזה (עכ"פ ביז די לעצטע מאל וואס איך בין דארט געווען). ס'איז כדאי אריינצוכאפן, מסתבר אז לויט די היינטיגע אכשר-דרא וועט עס נישט צו לאנג מאריך ימים זיין.

עוד בענין זה

נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 4:24 pm
דורך [NAMELESS]
פון דא

[left]The Menora Masonic Temple was located on the corner of 14th Avenue and 50th Street, in the Borough Park area of Brooklyn. Its cornerstone came from the quarries of King Solomon in Jerusalem and was dedicated on June 15, 1927. Thomas I. McCabe Sr. (1890-1983) was the contractor for the building. By 1930, the lodge had declared bankruptcy and the building was foreclosed by Namms Department Store, holder of the mortgage

Today the structure is known as the Katz Building, and is home to the Bnos Zion of Bobov School[/left]

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 12:06 pm
דורך ונבנתה העיר
אינטערעסאנט.

כ'זעה אז דער סימבאל הענגט טאקע דארט בריש גלי, תמהני אויב זיי ווייסן וואס דאס איז.

Re: על דא ועל הא

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 12:09 pm
דורך ירא שמים
אפשר זאגסטו בקיצור אויף אידיש וואס פרי מעיסאנס איז ?

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 12:14 pm
דורך [NAMELESS]
ירא שמים האט געשריבן:אפשר זאגסטו בקיצור אויף אידיש וואס פרי מעיסאנס איז ?

עס איז א מאדנע מיסטריעזע גרופע, אויף זיי פאדערט זיך א באזינדערע אשכול, א לאנגס און א ברייטס, מען קען זיי נישט דערמאנען בלויז מיט צוויי ווערטער.

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 12:17 pm
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן:אינטערעסאנט.

כ'זעה אז דער סימבאל הענגט טאקע דארט בריש גלי, תמהני אויב זיי ווייסן וואס דאס איז.

נישט נאר די סימבאל העכערן טיר. איך רעד פונעם אבן הפינה אויף די קארנער 14/50. די פרימעיסאנס לייגן זייער אבן הפינה ביים ווינקל פון מזרח/צפון, דארט ווי די זון שיינט אויף. א סימבאל פון חכמה, ליכטיגקייט. די מנורה פון בית המקדש איז אויך א זײיער הייליגע סימבאל ביי זיי צוליב דעם. מסתמא פארדעם הייסט עס 'מנורה' האלל צוליב די מנורה אויפן בנין.

אינטערסאנט אנצומערקן אז הגם דא אין אמעריקא, די שטערקסטע באזע פון די מעיסאנס, קענען יידן זיך אנשליסן פונקט ווי קריסטן און אנדערע, איז אבער אין פראנקרייך, די געבורטס ארט פון די מעיסאנס, דארט האט א ייד נישט געקענט ווערן א חבר אין די געמיינדע. איך ווייס נישט ווי עס איז היינט צוטאגס.

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 5:48 pm
דורך ונבנתה העיר
1824.

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 5:49 pm
דורך ונבנתה העיר
.