איך האב מיר לעצטנס אנגעשטויסן אין א בוך פון א געוויסן יעקב קלעצקין געשריבן אין עברית מיטן נאמען משנת הראשונים, דאס איז א געקלובענע ליקוט פון קורצע מאמרים און פתגמים, אין השקפה און אין פיזיקס, פון די אור אלטע גריכישע פילאזאפן לפי סדר זמנם, צוזאמען מיט זייער ביאגראפיע, פון די גאנץ ערשטע פאר סוקראטוס ביז די לעצטע בעפארן מיטל אלטע.
האב איך געקלערט צו דערליווערן דעם תוכן אהער אין מאמע לשון, דאס איז א געוואלדיגער געלעגנהייט זיך צו באקענען מיט די פארצייטישע פילאזאפישער וועלט - וואס איז ווי דער חז"ל פון די מאדערנע ציוועליזאציע- על רגל אחת.
ווי געזאגט האט קלצקין געקליבן נאר די קורצע מאמרים אדער גאר זיי פארקורצערט, אבער מיט די מאמרים פון די גאנץ ערשטע פילאזאפן האט ער געהאט גאנץ ווייניג ארבעט, וויבאלד רוב מאמרים פון די ערשטע זענען געווען פשוט און קורץ אן קיין שקלא וטריית.
בערך פון תקיפת שלמה המלך אן, זינט די פארשידענע גריכישע שטאטס רעגירונגען זענען אנערקענט געוורן אלס איין פאלק, האבן די גריכן ביסלעכווייז אנגעהויבן אריבירגיין פון זייערע. גלויבן אין מיטאלאגיעס צו התעמקות המחשבה. פארשידענע בתי ועד לחכמים האבן זיך אנגעהויבן אויספארמען אין פארשידענע גריכישע שטעט, וואס א טייל פון זיי זענען געבליבן לזכר עולם מיט א טייל פון זייערע חכמים.
מיר וועלן אנהייבן מיט די מאמרים פון די חכמים אין די סאמע עלסטע בית ועד וואס איז אונז באקאנט, ווען פילאסאפיע איז נאך געווען אין די ווינדלען, און דאס זענען די חכמי מילעט.
א קורצער איבערבליק איבער די אלטע פילאסאפן אין זייערע מאמרים
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

מילעט איז פאר די פערסישער אייננעמונג געווען א גריכישע קאלאני און האנדלס שטאט (די גריכישע שטעט וואס זענען מעבר לים פונעם באלקאנישער האלב אינזל ווערן אנגערופן קאלאניעס) אינעם יאניא געביריע אין קליין אזיען. דארטן האט געבליט במשך א סך דורות א בית המדרש לחכמים, ביז ווען די פערסן האבן חרוב געמאכט דעם שטאט:
דער מיסד פון די סאמע ערשטע גריכישער ישיבה וואס איז אונז באוויסט איז געווען דער חכם "טאלעס" וועלעכער ווערט באטראכט אלס "דער ערשטער קאסמאלאג" (וועלט פארשער), און איז פאררעכנט צווישן די זיבן וועלטס חכמים אין די אלטע וועלט, און אריסטא האט אים באטיטלט אלס דער "טאטע פון די פילאסאפן".
אין טאלעס'נס צייטן זענען די גריכן געווען גאנץ ארעם אין חכמה, און מצרים און צור (פיניקיע) זענען דערווייל געווען די טאן געבער און הויפט קוואטירן פון חכמה און קולטור, ועלעכע זענען באשטאנען בעיקר פון אסטראלאגיע אסטראנאמיע און געאמאטריע (מעסטונגען).
טאלעס האט אין זיינע יונגע יארן גערייזט קיין מצרים און אין צור (געציילטע דורות נאך חורם מלך צור) און זיך דארטן געלערנט די חכמת מצרים וצידונים, ביז ער איז זיי כמעט אלע איבערגעשטיגן, און אויסגעטראפן פארשידענע פראקטישע אינסטרומענטן ווי אן אינסטרומענט תו מעסטן די די פיראמידן. ווי אויך זאגט מען אז ער האט פון פאראויס געוויסט אז עס גייט קומען א לקוי חמה (וואס איז אין יענע יארן געווען א חידוש).
פון זיינע עיקר פילאסאפיעס איז געווען איבער קאסמאלאגיע, אז וואסער איז דער פונדאמענטאלער עלעמענט (חומר קדמון) פון וואס די גאנצער בריאה איז געשאפן געווארן. א מיינונג וואס איז שפעטער נתחדש געווארן דורך דעם פילאסאף פאראצעלסוס.
אנדערע שטעלונגען זיינע:
- דער וועלט שווימט אויף די וואסער.
- אלעס אין די וועלט איז אנגעפילט מיט געטער.
- דער מאגנעט פארמאגט א רוח חיים וויבאלד עס איז בכח צו באוועגן אייזן.
דער מיסד פון די סאמע ערשטע גריכישער ישיבה וואס איז אונז באוויסט איז געווען דער חכם "טאלעס" וועלעכער ווערט באטראכט אלס "דער ערשטער קאסמאלאג" (וועלט פארשער), און איז פאררעכנט צווישן די זיבן וועלטס חכמים אין די אלטע וועלט, און אריסטא האט אים באטיטלט אלס דער "טאטע פון די פילאסאפן".
אין טאלעס'נס צייטן זענען די גריכן געווען גאנץ ארעם אין חכמה, און מצרים און צור (פיניקיע) זענען דערווייל געווען די טאן געבער און הויפט קוואטירן פון חכמה און קולטור, ועלעכע זענען באשטאנען בעיקר פון אסטראלאגיע אסטראנאמיע און געאמאטריע (מעסטונגען).
טאלעס האט אין זיינע יונגע יארן גערייזט קיין מצרים און אין צור (געציילטע דורות נאך חורם מלך צור) און זיך דארטן געלערנט די חכמת מצרים וצידונים, ביז ער איז זיי כמעט אלע איבערגעשטיגן, און אויסגעטראפן פארשידענע פראקטישע אינסטרומענטן ווי אן אינסטרומענט תו מעסטן די די פיראמידן. ווי אויך זאגט מען אז ער האט פון פאראויס געוויסט אז עס גייט קומען א לקוי חמה (וואס איז אין יענע יארן געווען א חידוש).
פון זיינע עיקר פילאסאפיעס איז געווען איבער קאסמאלאגיע, אז וואסער איז דער פונדאמענטאלער עלעמענט (חומר קדמון) פון וואס די גאנצער בריאה איז געשאפן געווארן. א מיינונג וואס איז שפעטער נתחדש געווארן דורך דעם פילאסאף פאראצעלסוס.
אנדערע שטעלונגען זיינע:
- דער וועלט שווימט אויף די וואסער.
- אלעס אין די וועלט איז אנגעפילט מיט געטער.
- דער מאגנעט פארמאגט א רוח חיים וויבאלד עס איז בכח צו באוועגן אייזן.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
אחד העם האט געשריבן:הרב יעקב קלצקין פארדינט אן אשכול פאר זיך.
א געוואלדיגער פילעזאף, א זוהן פון א חסידישען גאון. א קאלירפולע לעבן געהאט, יבא היום און מען וועט אים געהעריג באשרייבען.
סאיז דא פון אים א הויפען ביכער איבער פילעזאפען און פילעזאפיע. ווי אויך אייגענע לעבנס שאפונגען.
מצטרף (נאר איך בין מוחה אויפן טיטל 'הרב' אויף א שייגעץ וואס האט געוואוינט מיט א קאטאליקע ), געווען א זוהן פונעם וועלט בארימטן גאון און פוסק ר' אליהו קלעצקין זצ"ל.
- אחד העם
- ידיד ותיק
- הודעות: 697
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 594 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל
יא יא.
זעסטו דא דינגען מיר זיך.
איך ווייס די אלע זאכען אויף אים.
מען קען שוין מיינען וואס דער טיטול הרב איז שוין.
איך רוף הרב ווייל ער איז געווען א גאון און א זוהן פון א גאון.
א שעפערישע גייסט געווען.
נא, וואס זאל ער טוהן אז ער האט נישט געהאט די כלים פאר די גרויסע אורות וואס ער האט פארמאגט.
גיי צו זיין גאט וואס האט אים באשאפען.
איין מינוט, די גייסט אנהייבען מוחה אויף אלע אומריכטיגע הרב'ס וואס איז גערופען געווארן? נא נא...הייב פון אנדערע זייט און ענדיגען זאלסטו ביי קלצקין...
זעסטו דא דינגען מיר זיך.
איך ווייס די אלע זאכען אויף אים.
מען קען שוין מיינען וואס דער טיטול הרב איז שוין.
איך רוף הרב ווייל ער איז געווען א גאון און א זוהן פון א גאון.
א שעפערישע גייסט געווען.
נא, וואס זאל ער טוהן אז ער האט נישט געהאט די כלים פאר די גרויסע אורות וואס ער האט פארמאגט.
גיי צו זיין גאט וואס האט אים באשאפען.
איין מינוט, די גייסט אנהייבען מוחה אויף אלע אומריכטיגע הרב'ס וואס איז גערופען געווארן? נא נא...הייב פון אנדערע זייט און ענדיגען זאלסטו ביי קלצקין...
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
א צווייטער באקאנטער פילאזאף אין מילעט, איז "אנאקסימאנדרוס", א בן דורו און א תלמיד חבר פון דער דערמאנטער טאלעס דער גרינדער פונעם מילעטנער אקאדעמיע. (זיי האבן ביידע געלעבט אין די צייטן פון די גלות עשרת השבטים).
אקסימאנדער איז באקאנט מיט עטליכע אויפטיאונגען וואס עס איז אנגענומען אז ער האט ערצייגט. און דאס איז א וועלטס מאפע, און א זין זייגער. אבער פון די ערצייגונגען איז היינט נישטא קיין זכר.
אין מילעט, דער דעמאלסדיגער הויפט קווטיר פון דער ניי געבוירענער גריכישע חכמה, האט מען ווייזט אויס די מערסטע געטון אין היסטאריע פון די וועלט, און בכלל היסטאריע פון די וועלט קומט אריין די פראגע וויאזוי און פון וואס איז דער בריאה באשאפן געווארן.
עס איז ביי זיי געווען בלי ספק אז דער גאנצער עקזעסטענט אין די בריאה מיט אירע קעגנגעזעצטע אייגנשאפטן שטאמט פון עפעס, און דוקא פון איין איינציגער סענטראלער מקור (עס דערמאנט אייך עפעס?), וואס נישט נאר איז אלעס פון די בריאה אנטוויקלט געווארן דערפון, נאר דאס איז פאקטיש דער פונדאמענט פון די אנגייענדיגע בריאה, וואס אן דעם איז אלעס בטל. (חומר קדמון וחומר המעמיד. א משל דערצי איז אייז, וואס סיי עס שטאמט פון וואסער און סיי עס איז פאקטיש וואסער).
דער דאזיגער איין איינציגער מקור און יסוד האבן זיי אנגערופן "ארכי" - ד.ה. דער ראשית אדער דער ראש וראשונה.
קען מען שוין מיינען אז זיי רעדן פון א געטליכער סיבת כל הסיבות, זאגן זיי אבער קלאר אז וויבאלד אלעס אין די בריאה איז חומר, אפילו די תניעות, איז דעריבער מוכרח אז דער מקור איז אויך חומר. אבער פארשטייט זיך אז דער חומר מוז זיין בויגזאם וואס זאל קענען ארויס געבן געגנזייטיגע אייגנשאפטן.
לויט טאלעס דער אבי הפילוסופים, ווי מיר האבן אויבן געזען, איז דער חומר הקדמון געווען איינפאך וואסער, און פון דעם איז דער וועלט באשאפן געווארן.
אנאקסימאנדער, זיין תלמיד חבר, האט אבער געהאלטן אז דער חומר קדמון מוז האבן געווען עפעס מער אומבאגרעניצט און העכער אלע ניגודים וואס עקזיסטירט.
אט דער אומאידענטיפעצירטער חומר האט ער אנגערופן אפייראן.
איך האף ממשיך צו זיין שפעטער.