בלאט 1 פון 4
אשכול מיוחד לדברי טיפשות
נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 10:14 am
דורך moshav zekeinim
מטעמים ידועים וויל איך דא מיחד זיין אן אשכול ווי מען וועט קענען אראפ שרייבן סיי וועלעכער דבר טיפשות (אין אייערע אויגן)
וואס מענטשן האלטן אדער זענען עלול צו האלטן.
מען קען זיך אויך דינגען אינעם ערך פונעם טיפשות, אדער צו עס איז בכלל פאררעכנט פאר א טיפשות.
אלס פותח האשכול וועל איך זיין דער ערשטער אנצוהייבן מיט א דבר שטות.
"לדעתי, ווען נישט די אייזענע פויסט פון די סיסטעם וואלט נישט געווען אזוי סך אפגעפארענע"
"מען זעט בחוש ווי ארץ ישראל שטייט בדרך נס, מען איז ארום גענומען מיט אראבער פון אלע זייטן, יעדן טאג זיכן זיי אונז אינטער צוברענגען. אפילו די פרייע זענען מודה אז דאס איז נאר א נס"
"אזא פנים האט אמעריקא ווען דער פרעזידענט איז א שחור מבני חם"
נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 10:21 am
דורך מנחם אבראמאוויטש
"אבאמא איז א מוסלימענער, און וויל אז די קוראן זאל זיין די קאנסטיטושען" - מיין מאמע
נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 10:28 am
דורך [NAMELESS]
"אבאמא'ס פארגייער - בוש איז שולדיג אין די אלע פראבלעמען"
נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 10:34 am
דורך רויטע וואנצעס
די גרעסטע דברי טיפשות וועט מען טרעפן ביי רעליגיע אדער פאליטיק. פאר עפעס א סיבה פילן זיך די עקסטרעמע זייער באקוועם דארט צו האדעווען זייערע טיפשות.
נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 10:54 am
דורך מנחם אבראמאוויטש
"שינאווער רב ז"ל האט געזאגט אז וועגן דעם איז לינקאלן געהרג'ט געווארען ווייל ער האט עובר געוועהן אויף יהי כנען עבד למו" - ווידער מיין מאמע
נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 10:56 am
דורך berlbalaguleh
moshav zekeinim האט געשריבן:מטעמים ידועים וויל איך דא מיחד זיין אן אשכול ווי מען וועט קענען אראפ שרייבן סיי וועלעכער דבר טיפשות (אין אייערע אויגן)
וואס מענטשן האלטן אדער זענען עלול צו האלטן.
מען קען זיך אויך דינגען אינעם ערך פונעם טיפשות, אדער צו עס איז בכלל פאררעכנט פאר א טיפשות.
אלס פותח האשכול וועל איך זיין דער ערשטער אנצוהייבן מיט א דבר שטות.
"לדעתי, ווען נישט די אייזענע פויסט פון די סיסטעם וואלט נישט געווען אזוי סך אפגעפארענע"
"מען זעט בחוש ווי ארץ ישראל שטייט בדרך נס, מען איז ארום גענומען מיט אראבער פון אלע זייטן, יעדן טאג זיכן זיי אונז אינטער צוברענגען. אפילו די פרייע זענען מודה אז דאס איז נאר א נס"
"אזא פנים האט אמעריקא ווען דער פרעזידענט איז א שחור מבני חם"
מושב זקנים: איך קען אפפרעגן דיין טעאריע. לכה"פ לגבי ארץ ישראל. ווייל סאטמאר האלט אז די גאנצע קיום פון ארץ ישראל איז איין שטיק סיטרא אחרא.
איך בין נאר מתפלל צו השי"ת אז די סארט סיטרא דקדושה זאלל זיך אודאי ח"ו נישט גובר זיין. ס'איז מיר בעסער די סיטרא אחרא פון די אידן, ווי איידער די סיטרא דקדושה פון די נטורי חרתא און זייערע פריינט ווי למשל י--- ק---...

נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 12:33 pm
דורך [NAMELESS]
מאמר הטיפש: "לדעתי איז דער אשכול זייער א וויכטיגער אשכול. לכה"פ אזוי וויכטיג ווי די מי כעמך הגוים אשכול".
נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 2:54 pm
דורך געוואלדיג
באלאנגט נישט אהער, מאמר החכם.
נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 3:17 pm
דורך berlbalaguleh
אז די רעבעצין'ס טשיעז בלינצעס זענען געווען זייער געשמאק און מ'האט אפילו אנגעגעבן די רעסיפי...

..
נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 3:32 pm
דורך moshav zekeinim
"איינמאל מען טוישט א זיז כל שהוא מדרך אבותיו הייבט מען אן גיין מטה מטה, אזוי ווי דער מציאות האט אייביג געוויזן"
"מען טוט נישט אליין'ס קיין זאכן, יעדער זאך וואס מען טוט דארף א דעת תורה"
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 2:18 am
דורך לבלר
איוף קיין רבי פרעגט מען נישט קיין קשיות.
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:39 am
דורך שמעקעדיג
ווער עס האט נישט קיין סמארטפאון איז זוכה צו ערליכע דורות.
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:40 am
דורך שמעקעדיג
מען דארף נישט מעורר זיין אקעגן טעכנאלאגיע, עס איז גענוג אז מען ברענגט אריין פאזיטיווע אידישקייט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:55 am
דורך מיימון
''דו מיינסט דו האסט אויסגעטראפן אמעריקא, עס זענען געווען גענוג גרויסע חכמים דער רמב''ם דער גר''א זיי האבן שוין געוואוסט די אלע קשיות, האלט דיך נישט קלוגער פון זיי''.
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:57 am
דורך [NAMELESS]
מ'זעהט בחוש
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 1:01 am
דורך ירא שמים
ווען נישט די רעבעזעכרוינעליבראכע וואלט נישט געווען קיין יוד וואס לייגט תפילין אין אמעריקע.
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 7:56 pm
דורך לבלר
קיינער איז נאך קיינמאל נישט אריוף אוף די לבנה! ס'איז א באללאני.
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 8:23 pm
דורך berlbalaguleh
אין א געוויסן "שטעטל" ביי קידוש לבנה פארלעשט מען אלע לייטס און מ'טאנצט לאור הלבנה, זינגענדיג דעם פסוק..."דוד מלך ישראל חי וקיים"...!
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 9:34 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס לאזטו אויס א האלבע בילד, דאס איז אפשר געווען אמאל ווען די פלעגסט זיך דרייען דארט,
היינט צוטאגס אבער איז עס אויף אסאך א גרעסערע פארנעם, קודם, די קאר וואס פארט ארום אויסרופען אלע איינוואוינער צו קומען זיך באטייליגן, דערנאך די רויטע טעפיך וואס מען שפרייט אויס פון זיין הויז ביזן שטח קידוש לבנה, דערנאך ביים ענדיגן ווי דער רבי רופט אויס די ערשטע מאל מיט א שטיל קול און דערנאך העכער און העכער: 'לעבן זאל דער קעניג דוד' ושונה ומשלש, ווי דער עולם ענטפערט אפ מיט א הילכיגן אמן, דערנאך איז ער מכבד די זקני הקהילה אנצוהייבן דער באקאנטער ניגון 'דוד מלך ישראל (בנציון שענקער) ווי דער עולם טאנצט פאר צען מינוט, און תיכף דערנאך קומט פאר די דערהויבענע מעמד ווי דער עולם גייט דורך אן די שיך און יעדער באזונדער גיבט א קניה און זאגט: מלך דוד, 'בוי אויף דיין מלוכה' און דער רבי ענטפערט לעומתו א גוט חודש.
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:41 pm
דורך moshav zekeinim
איך ווייס נישט פון וועם איר רעדט. אבער אויב עפעס איז עס א מעשה טיפשות, און נישט קיין מאמר טיפשות אויף וואס דער אשכול איז מיוחד
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:58 pm
דורך וכדומה..
"זיי נישט קלוגער ווי די סיסטעם, וועסט נאך אנקומען וואו ... איז אנגעקומען"
"דו פרעגסט וואו ס'שטייט? בוסט אן אפיקורוס"
"ווילסט ווערן קלוגער, רייכער, וכו', טינק דיינע פינגער נאך הבדלה..."
Re: אשכול מיוחד לדברי טיפשות
נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 12:42 am
דורך לבלר
בוש איז אריין אין איראק נאר פאר די אול,
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 4:43 am
דורך berlbalaguleh
moshav zekeinim האט געשריבן:איך ווייס נישט פון וועם איר רעדט. אבער אויב עפעס איז עס א מעשה טיפשות, און נישט קיין מאמר טיפשות אויף וואס דער אשכול איז מיוחד
מושב זקנים: אין די ערשטע דריי ווערטער האסטו מגלה געווען פון וועלכן "שטעיטל" מ'רעדט דא. און וועלכן אפגאט/רעבע. די רעבע וואס ..."וועיסט נישט" אייביג, ווען מ'קומט איהם פארציילן אז ס'ווערט אפגעטון מעשה רשעות בשמו ולשמו ולכבודו המחולל, זאגט ער איך וועיס נישט בא אונז אין שטעיטל...? אונז זעמיר צו געוואוינט עיביג צו געין נאר בדרכי נועם. אפילו ווען א היציגער בחור'ל געיט אונטערצינדן עינעם'ס הויז וואס איז א מורד במלכות, געיט ער אויך בדרכי נועם. אז יענער שטעלט זיך אקעיגן איז ער דאך נישט שולדיג...!