בלאט 1 פון 1

זאל א איד הענגען א פאן July 4th?

נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 5:49 pm
דורך BAL TSHIVA
עס קען זיין עס איז שוין דא אז אשכול אויב יא ביטע לינקען.

די אויבען דערמנטע שאלה פארציילט מען אז מ'האט געפרעגט הר"ר אביגדור מילר זצ"ל אין די תשובה איז גיוועזן אז יא וזה"ל
Should Yidden in the United States hang a flag on the 4th of July?

The United States of America is a good country. We came from countries where we were persecuted, and this country gave us all the rights. We should kiss the ground of America.

I was in Europe for some time when I went to study in Yeshiva. I came back here, and I realized this was a blessed country; it's a gift from Hashem to us. Shouldn't we appreciate it?

Therefore I say a Yid should hang out the flag.

(Rav Avigdor Miller #750)
וואס זאגט איר דערויף
Let the debate begin

Re: זאל א איד הענגען א פאן July 4th?

נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 6:28 pm
דורך petergrifin
זאל מען טאקע הענגן א פאן אבער מען זאל עס אויף הענגן די ריכטיגע וועג נישט ס'זאל אויסזעהן חוזק.

נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 7:39 pm
דורך אפטעמיסט
זאל איד עסן קאקאש קעיק אדער מארבל?

יעדער זאל טון וואס ער וויל. הערטס מיר שוין אויף מאכן קידוש השמ'ס. קיינער קוקט אונז נישט אן.

נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 7:49 pm
דורך רויטע וואנצעס
לעצטענס קוק איך שטארק ארויף אויף איסלאם. כ'האב היינט געזעהן אין קענזינגטאן ווי יונגע פאקיסטאנע מוסלעמענער שיסן פייערקרעקערס צוליב די פערדן אין יולי.

Re: זאל א איד הענגען א פאן July 4th?

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 8:54 am
דורך יהושע חיים
לכאורה איז נישט די שאלה אויב מען זאל אויפהענגן א פאן נאר אויב מען מעג כנלע"ד

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

Re: זאל א איד הענגען א פאן July 4th?

נשלח: מוצ"ש מאי 11, 2019 10:45 pm
דורך מי אני
די בני בנים (ח״ב סימן ל) פסק׳נט אז עס איז נישט קיין איסור משום חוקות הגוי [בפרשתינו] זיך אויפצושטעלן ביום הזיכרון פאר די געפאלענע סאלדאטען פון די מדינה וואו מ׳וואוינט ע״ש. ולכאורה ה״ה לענין זה.


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: זאל א איד הענגען א פאן July 4th?

נשלח: זונטאג מאי 19, 2019 10:11 am
דורך חוקר ודורש
IMG_3201.jpg

מספר תולדות הגה״צ רבי יוחנן סופר מערלוי


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: זונטאג מאי 19, 2019 12:12 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:לעצטענס קוק איך שטארק ארויף אויף איסלאם. כ'האב היינט געזעהן אין קענזינגטאן ווי יונגע פאקיסטאנע מוסלעמענער שיסן פייערקרעקערס צוליב די פערדן אין יולי.

רויטע וואנצעס: דו ביסט אייביג וועלקאם זיך צו שמד'ן צו איסלאם, ח"ו. די אימאמ'ס זיצן מיט פארלייגטע הענט. און זיי ווארטן בכליון עיניים פאר א ביסל ארבעט. די העצערישע ארבעט האבן זיי שוין אפגעטון. און זייערע צאן מרעיתם פאלגן אויס די אנווייזונגען. ביז צו א יעדן סעיף קטן וואס די חכמי השאערייא האבן מתקן געווען...!

אויכעט דיין רביצין שתליט"א אויב זי וועט מיט גיין מיט דיר קען שוין אנהייבן אנצוטון דעם שווארצן יוניפארם. נאר כדי צו זיין זיכער אז ס'אנטהאלט ח"ו נישט קיין שעטנז. קען זי ארדערן פון די לב טהור גרופ וועלכע זענען יעצט שוכן כבוד אין מדינת גוואטעמאלא. די פונקטליכע אדרעסס קענסטו באקומען ביי די גוואטעמאלא עמבעססי אין וואשינגטאן, ד.סי. אויך א ווייסן יוניפארם (זי זאלל אויסזעהן ווי א ווייסער פויגל) לכבוד שב"ק ויו"ט קענמען באקומען ביי זיי...!

איך האב א פערזענליכע בקשה צו דיר. ווען דו וועסט שוין זיין א מוסלעם, ח"ו היל"ת. עפ"ל שר"י ארענדזש, וכו'. זאלסטו ביטע נישט ווארפן קיין שטיינער אויף מיין באס ווען איך פאר אריבער דיין געגנט אין קענזינגטאן...יישר כח למפרע. אני הקטן בערל בעל עגלה...!

Re: זאל א איד הענגען א פאן July 4th?

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2019 3:55 pm
דורך חוקר ודורש
מענין לענין באותו ענין, אינעם נייען אוצר פלאות התורה אויף סדר במדבר ברענגט ר׳ וואלף זיכערמאן ני״ו אז זיין רבי האט ״מספיד״ געווען פרעזידענט קענעדי! און מען האט געהאנגען לכבוד המעמד אן אמעריקאנע פאן

בילדבילד