בלאט 1 פון 5

הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 10:53 am
דורך דולה ומשקה
איינער פון די גרעסטע מאדירי התורה בדורינו, און פון די סאמע גרעסטע פוסקים וואס די חרדישע וועלט בפרט דא אין ניו יארק איז הגאון הגדול המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א, וועלעכע איז כעת משמש אלס ראב"ד פון איינע פון די חשובסטע בתי דינין בישראל 'יראי ה' ד'קארלסבורג' וואס איז תחת נשיאותו פון הגאון האדיר רבי יחזקאל ראטה שליט"א בעמח"ס שו"ת עמק הלכה.

ווי אויך דינט ער אלץ דומ"ץ בק"ק פאלטיטשאן תחת נשיאותו פון זיין גרויסע טאטע דער פאלטיטשאן'ער רב וואס דער גאנצע עולם קען איהם אלץ בלשון חיבה רבי מאטיל שטיין. רבי מאטיל איז איז געוועהן פון די אריות שבחבורה אין סאטמאר, און וועם רביה"ק מסאטמאר האט אויסגעוועלט צו שטיין אינאיינעם מיט דער דעמאלסדיגע ראש ישיבה רבי נתן יוסף מייזעלס זצ"ל. רבי מאטיל האט זוכה געוועהן צו עפעס וואס בלויז עטליכע זענען צוגעקומען צו דעם, צו אבען שמעוסן מיט רביה"ק מסאטמאר פנים אל פנים אונטער פיר אויגען, הערען הדרכות ישרות איבער הנהגת החינוך, ישיבה, וכו' וכו' ואכמ"ל בזה. אומדיירעקט האט ער זוכה געוועהן מעמיד צו טויזענטער תלמידים. (וואס דאס באדייט א באזונדער אשכול).

רבי יצחק שטיין אויסער זיין גרויסע יחוס שטאמענדיק פון צדיקים מפורסמים מנהיגי העדה. איז ער זעלבסט אויס געוואקסען צו זיין א יחוס עצמו דורך זיין התמדת התורה און ידיעות התורה.

ווייניג ווייסען אבער כמעט יעדע שווערע נושא וואס ווערט היינו צו טאגס ארויף געברענגט על שלחן מלכים היושבים על מדין קומט עווענטואל אן צו איהם, רוב דיינים פון די גרויסע קהילות ווילן הערען זיין חוות דעת, וואס ער זאגט אלע מאהל מיט א באזונדערע בהירות וקולע אל השערה. זיין היסטוריה אין דעם געביט איז א לאנגער (ואי"ה עוד חזון). כמעט ביי יעדע אסיפת הרבנים פון ערנסטע שאלות בהלכה איז ער דער ראש המדברים. גדולי הפוסקים פון פריעדיגען דור זענען געוועהן עומד ומשתעה פון זיין גאונות און בקיאות וואס ארבעט האנט ביי האנט צו לייזען פראקטישע שווערע מציאות'דיגע שאלות.

נישט קיין ווינדער איז געוועהן ווען איינע גאר א חשובע רב האט זיך אויסגעדריקט אויף איהם אז "דער קומענדיק דור האט שוין גרייט א פוסק", און אנדערע ווערטער א פוסק הדור. שמו הטוב פיגערירט שוין אין גאר אסאך תשובת ספרים ווי זיי שרייבען זיך צו איהם כחד מהגדולים ממש און מיט גאר אומדערהערבארע טיטלען.

אויסער דעם איז ער באוויסט מיט זיין באשיידענקייט, צניעות, אנטלויפט פון סיי וועלעכע סארט פורסם, ער האט זיך קיינמאל נישט געלאזט אינטערוויאון פאר קיין שום צייטונג אדער מאגאזין. פשוט דאס איז נישט איהם ער וויל עס נישט און ער דארף עס נישט. אזוי אויך ווער אימער קען איהם אפשטעלן רעדן צו איהם בכל נושא, זייענדיק אויך א ידען נפלא אין אידישע היסטוריה, חסידות, מנהגים, ועוד.

דער כאראקטער וואס ער באזיצט, קען אונז דערמאנען פון להבחל"ח הגאון האדיר רבי משה האלבערשטאם זצ"ל בעל שו"ת דברי משה, וועלעכע אויסער זיין גאונות און צדקות איז ער געוועהן א גרויסע יחס'ן, וואס דאס מיינט ער האט גוט פארשטאנען אסאך פראבלעמען וואס אנדערע איז שווער מסביר צו זיין. דאס זעלביגע איז דא וואס אסאך בנש"ק פילען זיך זייער באקוועם אדורך צו שמועסן מיטן קארלסבורגער ראב"ד וויבאלד ער פארמאגט דער זעלבע שלימות.

ועוד יש הרבה לדלות ולהשקות, אי"ה

Re: הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 11:53 am
דורך chaims
איך קען איהם נישט פערזענליך אבער לויט ווי איך פארשטיי איז ער אן אויבערפלעכליכער וואס זאגט א מיינונג אין יעדער נושא אבער ווערט נישט גענומען ערענסט
Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 11:55 am
דורך רויטע וואנצעס
דאכט זיך ער איז א קרוב מיט [tag]שרולי שטיין[/tag]. שרולי, קלאר אויס.

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 11:56 am
דורך רויטע וואנצעס
בילד

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 11:57 am
דורך לית דין בר נש
דולה פארוואס אין אנשי שם נישט אין שמייכל?
אשפ"גתי

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 12:27 pm
דורך signout
נישט געוויסט אז דער נייער פוסק הדור שרייבט אויף קאווע שטובעל אויך

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 12:31 pm
דורך signout
דולה ומשקה האט געשריבן:איינער פון די גרעסטע מאדירי התורה בדורינו, און פון די סאמע גרעסטע פוסקים וואס די חרדישע וועלט בפרט דא אין ניו יארק איז הגאון הגדול המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א,
רוב דיינים פון די גרויסע קהילות ווילן הערען זיין חוות דעת, וואס ער זאגט אלע מאהל מיט א באזונדערע בהירות וקולע אל השערה.

נישט קיין ווינדער איז געוועהן ווען איינע גאר א חשובע רב האט זיך אויסגעדריקט אויף איהם אז "דער קומענדיק דור האט שוין גרייט א פוסק",

און אנדערע ווערטער א פוסק הדור. שמו הטוב פיגערירט שוין אין גאר אסאך תשובת ספרים ווי זיי שרייבען זיך צו איהם כחד מהגדולים ממש און מיט גאר אומדערהערבארע טיטלען.

אויסער דעם איז ער באוויסט מיט זיין באשיידענקייט, צניעות, אנטלויפט פון סיי וועלעכע סארט פורסם,

דער כאראקטער וואס ער באזיצט, קען אונז דערמאנען פון להבחל"ח הגאון האדיר רבי משה האלבערשטאם זצ"ל בעל שו"ת דברי משה,

ועוד יש הרבה לדלות ולהשקות, אי"ה

בין איך דא אויף היידפארק? אדער צימעס? רוב דיינים ווילן הערן זיין חוות דעת? אפשר זאגסטו ווער דער חשוב'ער רב וואס האט זיך אויסגעדריקט איז? (אבער מיט דעקונג), אנטלויפט פון סיי וועלעכע סארט פורסם? פארוואס פארשעמסטו ר''מ האלבערשטאם? אדער רעדסטו בלשון סגי נהור? כ'האב גארנישט קעגן דעם איד, שטארק מעגליך ער איז א ת''ח, פין מיין זייט זאל ער זיין גדול הדור אדער פוסק הדור אבער דעק אויף די אגענדע

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 12:44 pm
דורך לית דין בר נש
לכאורה איז די אגענדע די זעלבע ווי אין בעלעד אונז צונער צומאכן

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 12:45 pm
דורך berlbalaguleh
chaims האט געשריבן:איך קען איהם נישט פערזענליך אבער לויט ווי איך פארשטיי איז ער אן אויבערפלעכליכער וואס זאגט א מיינונג אין יעדער נושא אבער ווערט נישט גענומען ערענסט
Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2

חיים'ס: איך האב געוואלט זאגן די זעלבע וואס דו האסט געזאגט. אדער ענליך. א סאך מאל קומט איינעם'ס גדלות נאר פון פראפאגאנדע. ער איז אויפגעכאפט ביי דעם עולם. איך קען אנ'אנדער'ן רב וועלכער איז א גרויסער בעל הוראה, און עלטער פון איהם. א מרביץ תורה און א גומל חסדים וועלכער איז אן אמת'דיגער הצנע לכת און ער פיגורירט כמעט נישט אין די העדליינס. און ער איז א גרויסער משיב ובעל הוראה אין עניינים פון היינטיגע טעכנאלאגיע לגבי שבת. און קאמפליצירטע מעדיצינישע שאלות. ה"ה הרב (אברהם חיים?) שטיינווארצל שליט"א.
לגבי הרב יצחק שטיין שליט"א. איך קען איהם נישט פערזענליך.

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 12:45 pm
דורך יואליש
signout האט געשריבן:נישט געוויסט אז דער נייער פוסק הדור שרייבט אויף קאווע שטובעל אויך


דאכט זיך אז 'דער בלאט' האט צוגעטיילט די טיטל "אינטערנעט רב" פאר ר' יצחק ווייל ער האט אנגעדרייט א צומעטאכע איבער די ק"י מוסקאווי קאטשקעס און דערביי זיך באניצט מיט א פרינטאוט פון וויקיפידיע איבער די מין העוף.

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 1:41 pm
דורך דולה ומשקה
signout האט געשריבן:1) רוב דיינים ווילן הערן זיין חוות דעת?
2) אפשר זאגסטו ווער דער חשוב'ער רב וואס האט זיך אויסגעדריקט איז? (אבער מיט דעקונג),
3) אנטלויפט פון סיי וועלעכע סארט פורסם?
4) פארוואס פארשעמסטו ר''מ האלבערשטאם?


רבי יצחק שטיין וועלעכע האט שוין אין דער פארגאנגענהייט ארויס געגעבען גאוינישע תשובות וואס תלמידיו האבען געלאזט דרוקן אין פארמאט פון קונטריסים. די תשובות זענען אויף די הארבסטע וואס אונזער תקופה האט אריין געקלאפט אין זיי, ווי לדוגמא אינדיע שייטלעך, אריזאנע מצות, האט-קאפס, דער ביימער פון בית החיים וואס בייקט זיך איבער דער גאס, פרידאם טאוער צו איז כהנים ערלויבט צו גיין אהין, לאמיר נישט פארגעסן פון משמרת סת"ם וואס ער איז ממש דער הארץ פון דעם פאריעקט און אויף וועם הגר"ש וואזנער האט זיך שטארק פארלאזט, ועוד, ועוד, וואס מ'ווייסט און פון וואס מ'ווייסט נישט.

אזעלעכע חשובע רבנים פון דעברעצינער רב, פאפא דיין, אבד"ק באבוב 45, באבוב (48) דיין, וויזניצער דיין, בעלזא דיין, טאהש דיין, וכו' וכו', אלע ווילן הערען וואס ראב"ד קארלסבורגט האט צו זאגען אויף דברים הנוגעים להם, גערעכט נישט אלע און נישט ביי יעדע פאל נעמנט אן ווי אזוי ער פסק'נט אבער דאס נעמנט נאך אלץ נישט אוועק דער פאקט צו הערען דער דעת תורה פון קארלסבורגער ראב"ד.

אויך איז דער רב שליט"א שטארק טעטיג בעניני כשרות און אין פארטיליטי. און טאקע אט דער לעצטע האט געברענגט אז הגאון האדמו"ר מקאסוב שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט אויף דער רב שליט"א אז ער וועט זיין דער נעקסטע פוסק הדור, דאס איז געוועהן נאכדעם וואס דער קאסוב רבי האט צו איהם געשיקט א יונגערמאן וכו' ואכמ"ל. וכידוע דער קאסוב רבי שליט"א פארלאזט זיך שטארק אויף זיין שיקול הדעת.

דער רב שליט"א איז אויך א יחיד מומחה אין דיני חושן משפט, וואס אסאך רבישע אייניקלעך גייען דייקא צו איהם אויס צו גלייכען זייער סכסוכים. ווייל דער רב שליט"א געפונט זיך אין א זעלטענע סיטואציע זייענדיק כמעט פון די איינציגסטע פוסקים מובהקים וואס זענען ארום גענומען פון אלע זייטען און א יחוס בוים מיט שטארקע רבישע משפחות. ממילא קען ער זיך גוט אויס און ווייסט ווי אזוי צו צו גיין צו אזעלעכע
האקעלע ענינים, און אלע צדדים זאלען ארויס גיין צופרידען, ווען אלע אינפראמאציע בלייבט אין געהיימס. וואס אין דעם הינזוכט דערמאנט עס פונעם גרויסע גאון רבי משה האלבערשטאם זצ"ל וועלעכע איז אויך געוועהן נישט נאר א פוסק מובהק נאר אויך א שטארקע רבי'שע אייניקעל.

Re: הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 2:02 pm
דורך chaims
דולה טייערע איך מאך חתונה און אפאר וואכן וואס נעמסטו פאר בדחנות?

Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 2:14 pm
דורך רויטע וואנצעס
כ'ווייס נישט פארוואס די גאנצע גע'שפעט פון אן ערענסטע אשכול. ביסט נישט מסכים מיט דולה'ס הנחות, אדער דו האלטס ער מאכט בעלעדע ליצנות, גיי ווייטער. נישט צורייס א אשכול באזירט אויף ממשות וואס איז נישט סתם לופט.

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 3:04 pm
דורך קרעקער
איך רייס מיך פאר געלעכטער פון דולהס געמאכטע תמימות, (אויזער אויב ער איז ר' יצחק אליינטס) ווער עס קען עם פערזענדליך ווייסט אז ער איז די גרעסטע לץ פון די כאפטע ליצים אין קארעלסבורג בי"ד (וואס באשטייט פין כראנישע ליצים בראש הגאב"ד שליט"א), און פון די גרעסטע ליצים בכלל אינעם היינטיגען דור, איך ווייס אפילי נישט ווי אנציהייבען שרייבען פון די געריבענע ליצנות פונעם קארלסבורגער ראש בי"ד

דאכט זיך אז 'דער בלאט' האט צוגעטיילט די טיטל "אינטערנעט רב" פאר ר' יצחק

צו זיין אויפריכטיג "אינטערנעט מלקט"

Re: הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 3:15 pm
דורך petergrifin
דו ברענגסט דער בלאט אלס א צד בכלל? [emoji5] [emoji15] [emoji14] [emoji13]

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 5:10 pm
דורך ראש הישיבה
ער האט מצליח געווען זיך צו זעצן אויף א בענקל וואס קען אים אולי ברענגן צו זיין איינער פון די גאר שטארקע פוסקים. אבער עס איז דא גאר אסאך צו שרייבן איבער אים וויאזוי ער בויט זיך מיט די קארלסבורגער בי"ד בראשות רבי יצזקאל ראטה שליט"א. עס איז א מאפיה פונקט ווי יעדער מאפיע. לכשירחיב הפנאי וועל איך בלי נדר שרייבן מיט מער פרטים.

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 5:26 pm
דורך [NAMELESS]
אפגעזען פון אלע גרויל וואס מ'קען צאמשרייבן, נאכן ליינען אזויפיל שטותים אויף א ת"ח [לאמיר שוין זיין ברייט: ת"ח מופלג]. וויל איך נאר פרעגן איין שאלה:

מיט וואס איז הרב שטיין גרעסער פון -
רבי חיים דוד כ"ץ דומ"ץ סאטמאר ב"פ
רבי חיים לייב כ"ץ אבד"ק סערדאהעלי
רבי חיים יעקב טויבער דומ"ץ באבוב 48
רבי שלמה גראס דומ"ץ בעלזא [כשהיה בתוקפו]
הרב וואזנער דומ"ץ סאטמאר מאנסי
רבי יוחנן וואזנער דומ"ץ סקווירא מאנטריאל
רבי געצל בערקאוויטש דומ"ץ סאטמאר קר"י
הרב לערנער דומ"ץ בעלזא מאנטריאל
רבי זלמן לייב פיליפ דומ"ץ סאטמאר וומס"ב
רבי שלמה לייב וויינבערגער דומ"ץ התאחה"ר
רבי אברהם יהושע העשיל ביק אבד"ק מעזיבוז
רבי נחמן יחיאל מיכל שטיינמעטץ דומ"ץ סקווירא ב"פ
א.א.וו.

האט איינער אמאל געהערט אז זיין פסק זאל זיין מער איבערוויגנד ווי סיי וואספארא אנדערע פוסק'ס ווערטער?!


און צו רעדן שארפער:
ווען ער וואלט גערעדט מיט סיי וועלכער ארויפגעקוקטער חסיד'ישער פוסק אין ארץ ישראל, פון ר' מענדל שאפראן ביז ר' משה שאול קליין, וואלטן זיי אים דען נישט 'צוקוועטשט' אין אונטער א מינוט מיט זייער כח הפסק וכח התורה?!

כ'מיין 'קאם אן'! הרב שטיין זאל זיין א שיינער ת"ח, אבער 'דער צוקונפטיגער פוסק הדור'?! אדער אפילו 'איינער פון די גרעסטע פוסקים בדורינו'?!

האבדה בושה בישראל?!


כ'וואלט ממליץ געווען, אז די לשון 'דולה ומשקה' וואס מיר טרעפן אין חז"ל, טרעפן מיר ביי אליעזר עבד אברהם וואס איז געווען 'דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים'. כ'האב מורא אז אונזער דולה ומשקה איז אויך סך הכל 'דולה ומשקה' גדולת רבו [?] לאחרים...

אבער סארי, דא זענען נישטא קיין קונים.

Re: הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 5:33 pm
דורך chaims
Relax מדארף כאפן די וויץ ע''ע בעלעד....

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 5:37 pm
דורך ראש הישיבה
אדנירם האט געשריבן:אפגעזען פון אלע גרויל וואס מ'קען צאמשרייבן, נאכן ליינען אזויפיל שטותים אויף א ת"ח [לאמיר שוין זיין ברייט: ת"ח מופלג]. וויל איך נאר פרעגן איין שאלה:

מיט וואס איז הרב שטיין גרעסער פון -
רבי חיים דוד כ"ץ דומ"ץ סאטמאר ב"פ
רבי חיים לייב כ"ץ אבד"ק סערדאהעלי
רבי חיים יעקב טויבער דומ"ץ באבוב 48
רבי שלמה גראס דומ"ץ בעלזא [כשהיה בתוקפו]
הרב וואזנער דומ"ץ סאטמאר מאנסי
רבי יוחנן וואזנער דומ"ץ סקווירא מאנטריאל
רבי געצל בערקאוויטש דומ"ץ סאטמאר קר"י
הרב לערנער דומ"ץ בעלזא מאנטריאל
רבי זלמן לייב פיליפ דומ"ץ סאטמאר וומס"ב
רבי שלמה לייב וויינבערגער דומ"ץ התאחה"ר
רבי אברהם יהושע העשיל ביק אבד"ק מעזיבוז
רבי נחמן יחיאל מיכל שטיינמעטץ דומ"ץ סקווירא ב"פ
א.א.וו.



ער איז טאקע נישט. ;)

איך ווייס נאר נישט מיט וואס זיי זענען אזוי גרויס אז דו פרעגסט וואס ער איז גרעסער פון זיי!!!

אקעי, איך מיין נישט ממש יעדן איינעם (אויסער הרב שלמה גראס [כשהיה בתוקפו]) :)

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 5:38 pm
דורך ליפא
אדנירם האסט דערמאנט הרב משה שאול קליין אפשר שרייבסטו מער איבער אים. פאר הרב וואזנער'ס פטירה האב איך נישט געקענט אזא נאמען, איז ער עפעס ארויסשטייענד?

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 5:45 pm
דורך ראש הישיבה
הרב משה שאול איז איינער פון די שטארקע פוסקים אין ארצינו הקדושה בעניני יורה דעה און אורח חיים. ער איז גאר א באקאנטע תלמיד חכם. מען רעכנט זיך מיט זיין פסק ביי די אלגעמיינע רבנים, דהיינו ביי די קלענערע רבנים ווערט ער פאררעכנט פאר שטארקע מקום וואס קען פסק'נען. לגבי די גרעסערע רבנים ווערט ער פאררעכנט ווי איינע פון די נארמאלע רבנים.

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 5:53 pm
דורך ראש הישיבה
דא האסטו פון וויקיפידיה:

נולד בבני ברק לשיינדל ושלמה קליין, חסידי ויז'ניץ. למד בתלמוד תורה "חוג חת"ם סופר" ובישיבת חכמי לובלין. בגיל 19 הוסמך להוראה על ידי ראש הישיבה, הרב שמואל הלוי וואזנר. באותה שנה נישא לשרה, בת הרב אלקנה אוביץ, משגיח בישיבת ויז'ניץ.

לאחר נישואיו החל לכהן כמו"צ מטעם בית הוראה שבט הלוי. כיהן משך כ-20 שנה כראש כולל "שבט הלוי" בשכונת זיכרון מאיר בבני ברק. בשנות ה-80 מונה לרב שכונת אור החיים בבני ברק (לצד הרב צבי פרידמן) ולרב בית הכנסת החסידי המרכזי "משכן שמואל" בשכונה. בתחילת שנות ה-90 מונה כרבו של בית החולים "מעייני הישועה" הסמוך לשכונה. כמו כן משמש כראש בית דין בבית הדין של חסידות ויז'ניץ. בבית מדרשו יש בית הוראה שבו הוא ותלמידיו מקבלים קהל. בנוסף הוא מכהן כראש ועד הרבנים של משמרת הסת"ם, חבר בהנהלת קופת העיר וראש מכון "טהרת ישראל" להחדרת ערכי הטהרה בישראל.

נחשב לאחד מהבולטים בתלמידיו של הרב וואזנר. מאמצע שנות ה-90 כשהרב וואזנר הפסיק לקבל תלמידים לשימוש חכמים, רבים פונים לרב קליין לקבל היתר הוראה.

חתנו הרב אפרים נייהויז משמש כדיין בבית דינו.

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 6:03 pm
דורך [NAMELESS]
לדעתי איז ר' משה שאול פון די צוקונפטיגע פוסקי הדור.
ער איז שוין יעצט איינער פון די אנערקענסטע פוסקים אין ארץ ישראל. ער איז געווען די יד ימינו פון הרב וואזנער די לעצטע פאר יאר, און אפיציעל האט הרב וואזנער זיך אויסגעדריקט אויף אים זייער שטארק, און ער האט אים מטפח געווען ביז ער איז געווען נומער 2 אין הרב וואזנער'ס בי"ד, דהיינו גלייך נאך הרב וואזנער אליינס [משום הפחד, שהיה שמו של רבי משה שאול הולך לפניו, האט מען שנעל צוריקגעברענגט רבי חיים וואזנער פון לאנדאן קיין בני ברק, צו שטיין לעבן דעם טאטן, ואכמ"ל].

ער איז אין די ליגע פון הרב מענדל שאפראן, הרב יעקב מאיר שטערן, הרב מרדכי גראס, הרב שלמה זלמן אולמאן, הרב שמואל אליעזר שטערן, ועוד.