אידן און יהדות – וואס זענען זיי?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

אידן און יהדות – וואס זענען זיי?

שליחה דורך בר-כוכבא »

ווער זענען מיר? מיר זענען אידן; מיר באלאנגען צום אידישן פאלק. וואספארא באשעפעניש איז דאס אבער, דאס אידיש פאלק? בעסער געפרעגט: וואס איז דאס אזוינס "יהדות"?

די שאלה איז נישט די זעלבע ווי "מיהו יהודי", וואס האט אין דער פארגאנגענהייט אויפגעקאכט די אידישע וועלט און שאפט נאך אלץ נישט ווייניג קאפ-ווייטאג ביי חוקרים און געלערנטע. די פראגע איז וואס איז מגדיר, וויאזוי זאלן מיר דעפינירן, יהדות, אידן, כלל ישראל?

וואס דער תירוץ זאל נאר זיין, איז עס אבער נישט דאס: א רעליגיע. יהדות איז גרעסער ווי רעליגיע און אויך שמירת המצוות. די חוקי התורה זענען א פרט, זאל זיין א וויכטיגער, אפילו יסודותדיגער, אין יהדות. זיי זענען אבער פארט נישט דער דעצידירנדער פאקטאר וואס דעפינירט יהדות.

יהדות איז נישט די תורה; די תורה איז געגעבן געווארן צו אידן, צום אידישן פאלק, וועמען דער רבונו של עולם האט אויסגעקליבן פאר דעם שליחות פון פארשפרייטן די השגות און ווערדן פון דער תורה, אויף וויפיל זי איז נוגע דער מענטשהייט, פאר אלע אנדערע פעלקער. אידן זענען אבער געווען אידן פאר דער תורה, און זיי וועלן בלייבן אידן אפילו אן דער תורה. א איד וואס האלט גארנישט איז פארט א איד, און נישט קיין איד בדיעבד, נאר א איד לכתחילה למהדרין. אפילו ווען ער טוט נישט וואס ער דארף, אדער טוט וואס ער דארף נישט, ישראל הוא.

וואס דארפן מיר מער? רוב פון כלל ישראל איז במשך רוב צייט פון אונזער אור-אלטער היסטאריע ביז היינט נישט געווען קיין גוטע אידן. מיט ווייניג אויסנאמען, פון גאר קורצע תקופות, האבן רוב אידן נישט אויסגעפאלגט רוב פון דער תורה. דאס גייט צוריק ביז עטליכע טעג נאך מתן תורה, ווייטער ביז רוב תקופות פון ביידע בתי מקדש, ביז אונזערע צייטן, ווען רוב אידן זענען נישט פרום.

ווען דער אויבערשטער האט אויסגעוועלט כלל ישראל אלס עם סגולה, האט ער אויסגעקליבן דעם גאנצן פאלק, און יעדער יחיד וואס באלאנגט צו דער אומה איז אריינגערעכנט אין "כלל ישראל". א פאלק איז א דבר השלם וואס באשטייט פון א ברייטן ספעקטרום מינים און טיפן מענטשן, אריינגערעכנט מענער און פרויען, אלטע און יונגע, קלוגע און נארישע, בעסערע און שוואכערע, צדיקים און בינונים, און אפילו אזעלכע וואס זענען לכתחילה פטור פון מצוות. דער אויבערשטער האט א תורה, און האט אויסגעקליבן דעם פאלק אלס זיין שליח, צו שלעפן זיין מעסעדזש צו אלע ווינקלען און מענטשן פון דער וועלט. ער האט די מענטשן פון דעם פאלק אויך געהייסן האלטן די תורה, אבער נישט אין דעם באשטייט דאס פאלקישקייט פון עם ישראל.

וואס יא? דאס אידיש פאלק איז באשאפן געווארן צו דינען א באשטימטן אוניווערסאלן צוועק. יהדות איז געמאכט געווארן כדי אראפצוברענגען און פארשפרייטן אויף דער וועלט די פונדאמענטאלע מושגים פון מענטשליכקייט און ג-טליכקייט, פון יושר און צדק, און פון אן איין-איינציגקייט וואס האט די בריאה וכל אשר בה (אריינגערעכנט דארוויניזם, אטעאיזם, מאלעקיולן, פלאנעטן, ספרים, מענטשן, מילבן, אויטאמאבילן, יוטוב קליפס, און מזוזה-שיידלעך) באשאפן פאר א ציל און מיט א צוועק. ס'איז אמת אז נישט אלע געדאנקען וואס מיר אידן האבן במשך די דורות ארומגעפירט מיט זיך צו אלע פלעצער וואו מיר זענען אלץ פארוואנדערט און פארווארפן געווארן זענען אייגנס. דאס ווארט איז נאר אז מיר זענען באאויפטראגט געווארן צו פארשפרייטן די רעיונות און זיי צעטראגן און צעפירן איבער אלע ווינקלען.

דערפאר זענען מיר ווירקליך פארשפרייט געווארן איבעראל, נישט נאר געאגראפיש, נאר אויך איבער אלע שטרעמונגען און סעקטארס פונעם לעבן. כמעט, אויב נישט ממש יעדע באוועגונג און אפצווייג פון מענטשליכן שאפן און דענקען פארמאגט אן אומפראפארציאנעל הויכן פראצענט פון זרע אברהם יצחק ויעקב. יעדער חידוש פון א באוועגונג, אפילו ממש אין אונזערע צייטן, איז אנגעפיקעוועט מיט אידישע קינדער. אידן זענען היפער רעפרעזענטירט אין דעם פינאנציעלן סעקטאר, קונסט, דענקערס, טומלערס, מחדשים, און אפילו פארברעכערס...

בתורת לאנד, איז די היינטיגע ארץ ישראל א פיצל מדינה, קוים א נאדל-שפיץ אויף דער מאפע, אבער פארט איז זי איך שהוא אין די נייעס יעדן צווייטן טאג. בתורת מענטשן איז נישט פאראן נאך א פאלק אדער אפילו גרופע וועגן וועמען עס ווערט אזויפיל גערעדט און וואס ווערט אזוי דורכאויסיג באהאנדלט און באקוקט. ס'איז אויך נישט פאראן נאך א פאלק אדער לאנד וועגן וועמען עס זענען פאראן אזויפיל קעגנגעזעצטע מיינונגען און געפילן. בתורת דת זענען מיר קיינמאל – קיינמאל! – נישט באשטאנען פון מער ווי א מאקסימום פון עטליכע הונדערט טויזנט פולשטענדיגע שומרי תורה ומצוות, און פארט איז די השפעה וואס דת יהודית האט געהאט און האט נאך אלץ אויף דער וועלט אן אומפארגלייכליך פענאמענאלער.

דער מדרש אויפ'ן פסוק אין ישעיהו "תורה מאתי תצא" זאגט, "תורה חדשה מאתי תצא". לעתיד לבוא וועט דער אויבערשטער דרש'ענען א נייע תורה. דאס מיינט נישט אז די יעצטיגע תורה וועט גיין אין שמות, נאר אז די עקזיסטירנדע תורה וועט אננעמען א נייעם משמעות. אויף פשוט-אידיש וועט עס זיין תורה חדשה, אבער באמת וועט יענע תורה זיין די אנטפלעקונג פון טיפערס וואס געפינט זיך אפילו יעצט באהאלטן אין דער זעלבער תורה נצחיות.

מיר אידן וועלן דעמאלט האבן פארענדיגט אונזער תפקיד פון דער פאר-גאולה וועלט, אבער פונקט ווי די תורה וועלן מיר, אונזער וועזן און אויפגאבע, אויך אננעמען א נייע משמעות, וואס וועט זיין אין איינקלאנג מיט יענער "נייער תורה" פון יענע נייער, פּאָסט-גאולה וועלט.

אידן און די תורה זענען ביידע אייביגקייטן. די תורה איז דאס שליחות און כלל ישראל איז דער שליח. די נואנסטן און פרטים – דאס שליחות און דער אופן ווי די שלוחים פירן עס אויס – בייטן זיך אינאיינעם מיטן מציאות און אומשטענדן.

און דאס איז יהדות. דת יהודית איז א פרט, א וויכטיגער און יסודות'דיגער, אבער פארט נישט די עצם זאך, פון יהדות.

_____

באזירט אויף דעם שיעור פון דעם איד.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
[NAMELESS]

Re: אידן און יהדות – וואס זענען זיי?

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין תורה און אין נ''ך זעהט זיך נישט אויס ווי די טעאריע, די שמועס איז אייביג ארום שמירת תו''מ און פערטיג, עס זעהט זיך בכלל נישט אויס אין תנ''ך אז גאט זאל פארלאנגען פון כלל ישראל צו טון מישענערי ארבעט צו פארשפרייטן אידישקייט פאר די וועלט,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נישט פארשפרייטן אידישקייט. קוק אריבער דעם שטיקעל.


[quote="בר-כוכבא"] יהדות איז געמאכט געווארן כדי אראפצוברענגען און פארשפרייטן אויף דער וועלט די פונדאמענטאלע מושגים פון מענטשליכקייט און ג-טליכקייט, פון יושר און צדק

איך פארשטיי אז ס'איז מער אזוי ווי אברהם אבינו האט מפרסם געווען אז ס'איז דא א גאט אויף די וועלט.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: אידן און יהדות – וואס זענען זיי?

שליחה דורך דעת תורה »

אין אומתינו אומה אלא בתורתה

פון די יסודות ההשקפה קעגן דעם ציונות איז די נקודה. הן ליטאים הן חסידים.

למעשה אין תנ"ך זעהט בכלל נישט אויס אזוי ע"פ פשטות. אין חז"ל זעהט מען שוין מער, אין די ראשונים נאך שארפער, צדוקים / קראים וכדו', ווערן באהאנדלט פיל מער ווי א בריה בפני עצמה און נישט א חלק פונעם כלל, ווי איידער עובדי ע"ז וואס דער גאנצער דור האט פארגעסן פונעם ספר תורה און זענען נישט מקפיד אויף יסודות הדת ווי קרבן פסח וכדו' ביים בית ראשון.

און די קולמינאציע פון די שיטה זעהט מען כאמור אינעם לעצטן דור. דער חפץ חיים למשל דריקט זיך אויס, נישטא קיין 'פרייער' איד, א איד איז נישט פריי און א פרייער איז נישט קיין איד.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

בני בני, דבריך מתוקים לחיך. איך שלונג מיט דורשט דיינע רייד ווי דער אונד ביים קוואל וואסער.
#קיעפ דעם קאמינג סוויטי
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[NAMELESS]

Re: אידן און יהדות – וואס זענען זיי?

שליחה דורך [NAMELESS] »

בן אדם האט געשריבן:נישט פארשפרייטן אידישקייט. קוק אריבער דעם שטיקעל.


בר-כוכבא האט געשריבן: יהדות איז געמאכט געווארן כדי אראפצוברענגען און פארשפרייטן אויף דער וועלט די פונדאמענטאלע מושגים פון מענטשליכקייט און ג-טליכקייט, פון יושר און צדק

איך פארשטיי אז ס'איז מער אזוי ווי אברהם אבינו האט מפרסם געווען אז ס'איז דא א גאט אויף די וועלט.

קענסט אנצייכענען ווי אין די תורה גאט פארלאנגט דאס? מען קען מאכן שיינע דרושים אויף ממלכת כהנים אבער דאס זאל דיפיינען אידישקייט?
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ונברכו בך כל משפחות האדמה.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

/
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כִּי יְדַעְתִּיו לְמַעַן אֲשֶׁר יְצַוֶּה אֶת בָּנָיו וְאֶת בֵּיתוֹ אַחֲרָיו וְשָׁמְרוּ דֶּרֶךְ יְהוָה לַעֲשׂוֹת צְדָקָה וּמִשְׁפָּט לְמַעַן הָבִיא יְהוָה עַל אַבְרָהָם אֵת אֲשֶׁר דִּבֶּר עָלָיו.
באניצער אוואטאר
לבלר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 8:46 pm
געפינט זיך: ירושלים והסביבה
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

Re: אידן און יהדות – וואס זענען זיי?

שליחה דורך לבלר »

איוב ברענקסטי א מאמר פין הרב אורי שרקי. קיק איוף זיין וויקפידא ער שרייבט דאך אזאלכע פאני עניינים.
וואס זאקט די עולם איוף די שטיקעל?


היהודים - לאום ולא דת

היהודי הוא תמיד חלק מעם ישראל הנמצא בארץ ישראל. תורת ישראל אינה "דת", אלא המשך הברית שכרת ה' עם האבות על העם ועל הארץ. כל המצוות כולן הן לאומיות ומטרתן המוצהרת היא קיום עם ישראל בארצו‏, ולמעשה אין משמעות לקיומן על ידי יהודים בחו"ל, מעבר לשמירת המסורת‏. תפיסת היהדות כ"דת" בלבד היא חידוש של התנועה הרפורמית שהחל במאה ה-18, בעקבות האמנציפציה ותהליכי החילון בעולם המערבי דאז.

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%95%D7%A8%D7%99_%D7%A9%D7%A8%D7%A7%D7%99
לַבְלָר היה אדם שידע קרוא וכתוב שעסק לפרנסתו
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קיינמאל נישט געוואוסט אז רבי סעדיה גאון איז געווען שוין נאכן רעפארם באוועגונג פונעם 18'טן יארהונדערט.
ווייל כידוע איז דער רס"ג באוואוסט מיטן אראפשטעלן דעם מטבע לשון פון 'אין אומתינו אומה אלא בתורתה'.

במחילת 'הרב' אורי שרקי, שרייבן שטותים און ליגענטס האט א גבול.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: אידן און יהדות – וואס זענען זיי?

שליחה דורך שמערל »

רש"י דברים יא יח, ושמתם את דברי, אף לאחר שתגלו, היו מצויינים במצות, הניחו תפילין ועשו מזוזות, כדי שלא יהיו לכם חדשים כשתחזרו, וכן הוא אומר הציבי לך צוינים.
ועיין רמב"ן ויקרא יח כה, באריכות. שמבאר "כי עיקר כל המצוות ליושבים בארץ השם"

עס קען זיין אז רס"ג איז חולק, אבער מער משמע איז אז ער רעדט דוקא בזמן הגלות, דעמאלטס איז אומתינו אומה בתורה. אבער בזמן שישראל שרויים על אדמתם איז קלאר מחז"ל אז די עיקר אומה איז די עצם לאומייות.
[NAMELESS]

Re: אידן און יהדות – וואס זענען זיי?

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך פארשטיי נישט, רש''י זאגט אז די עיקר חיוב פון מצות איז אין ארץ ישראל, זעסטי פון דעם אז אין א''י איז די עיקר לאומיות? אתמהה,
באניצער אוואטאר
לבלר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 8:46 pm
געפינט זיך: ירושלים והסביבה
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

Re: אידן און יהדות – וואס זענען זיי?

שליחה דורך לבלר »

שמערל האט געשריבן:רש"י דברים יא יח, ושמתם את דברי, אף לאחר שתגלו, היו מצויינים במצות, הניחו תפילין ועשו מזוזות, כדי שלא יהיו לכם חדשים כשתחזרו, וכן הוא אומר הציבי לך צוינים.
ועיין רמב"ן ויקרא יח כה, באריכות. שמבאר "כי עיקר כל המצוות ליושבים בארץ השם"

עס קען זיין אז רס"ג איז חולק, אבער מער משמע איז אז ער רעדט דוקא בזמן הגלות, דעמאלטס איז אומתינו אומה בתורה. אבער בזמן שישראל שרויים על אדמתם איז קלאר מחז"ל אז די עיקר אומה איז די עצם לאומייות.

שמערל טאקע איוף די רמב"ן בעסט ער זיין השקפה.
אבער די רש''י "הניחו תפילין ועשו מזוזות, כדי שלא יהיו לכם חדשים כשתחזרו" דאס איז דאך א פעט שטיקעל ציונית!
לַבְלָר היה אדם שידע קרוא וכתוב שעסק לפרנסתו
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: אידן און יהדות – וואס זענען זיי?

שליחה דורך שמערל »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, רש''י זאגט אז די עיקר חיוב פון מצות איז אין ארץ ישראל, זעסטי פון דעם אז אין א''י איז די עיקר לאומיות? אתמהה,

פאר דו מיטשעסט דיך צו פארשטיין מיינע ווערטער, קודם פארשטיי אז די ווערטער פון הרב אורי שרוקי זענען נישט קיין שטותים און ליגענטס, נאר ממש א מונדליכער איבערטייטש פונם רמב"ן וואס זאגט ממש די רייד אז דער טעם פון די מצוות איז אלטס ולא תקי הארץ אתכם - ווייל קדושת ארץ ישראל פארלאנגט אז מען זאל זיך אזוי אויפפירן כדי מען זאל דארט קענען בלייבן וואוינען. אויב וואוינט מען נישט אים ארץ ישראל - און מען האט נישט אין פלאן צוריקצוגיין איז נישטא קיין מקום לקיום המצוות.

לעצם העניין. עס איז דא צוויי דעפענירונגען מסביר צו זיין וואס מיינט א יהודי. איין מהלך איז, איינער וואס באלאנגט צום נאציאן פון בני אברהם יצחק ויעקב וואס וואוינען אין איר לאנד און פירט זיך אירע מנהגים, די צווייטע מהלך איז אז עס איז א רעליגיע וואס פארלאנגט צו גלייבן אין אירע עיקרים און זיך פירן אירע געבאטן.
אויב איז די צווייטע מהלך אמת, קומט אויס אז טעארעטיש איז שייך אז די אמת'ע אייניקלעך פון אברהם זאלן ווערן אויס אידן אויב זיי ווערן פריי, און עפעס א פאלק פון אפריקע וואס וועט מקבל זיין דת משה וישראל, זיי וועלן ווערן די ריכטיג אידן - דוגמת די נוצרים וואס טענה'ן אז זיי זענען די אמת'ע אידן צו וועם משיח גייט קומען.

דו ווערטער פונם רמב"ן און רש"י וואס מקורו איז בספרי - אז קיום המצוות בגלות איז בלויז צוליב אונזער האפענונג צו שיבת ציון, איז א סתירה מיט די הנחה אז א פאלק אין אפריקע - וואס איז קיינמאל נישט פארטריבן געווארן פון ארץ ישראל, און האפט נישט צוריקצוגיין אהין - קען דורך קיום המצוות ווערן די דת ישראל.

די רעפארמער מיטן אויפגעבן זייער האפענונג צו שיבת ציון, האבן בעל כרחך ערקלערט אידישקייט אלס א רעליגיע און עס אפגעריסן פון איר טראדיציאנאלע באדייט פון א עטנישע נאציאן, ובלשוני לאומיות.
באניצער אוואטאר
לבלר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 8:46 pm
געפינט זיך: ירושלים והסביבה
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

Re: אידן און יהדות – וואס זענען זיי?

שליחה דורך לבלר »

שמערל ווי ביסטי איך וואל דיך געבען א האג!
אמת אין קלאר א יעדא ווארט.
לַבְלָר היה אדם שידע קרוא וכתוב שעסק לפרנסתו
באניצער אוואטאר
לבלר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 8:46 pm
געפינט זיך: ירושלים והסביבה
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

Re: אידן און יהדות – וואס זענען זיי?

שליחה דורך לבלר »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, רש''י זאגט אז די עיקר חיוב פון מצות איז אין ארץ ישראל, זעסטי פון דעם אז אין א''י איז די עיקר לאומיות? אתמהה,

איך מיין אז די פרשטייס שיון איינמאל.
ס'איז נאר אנדריש וויאזוי מהט אינז געלערנט אין חדר, סיפעל עס דעט.
לַבְלָר היה אדם שידע קרוא וכתוב שעסק לפרנסתו
[NAMELESS]

Re: אידן און יהדות – וואס זענען זיי?

שליחה דורך [NAMELESS] »

@שמערל רש''י און רמב''ן זאגן אז קיום מצות בגלות איז כדי מען זאל נישט פארגעסן תורה ומצות ביז מען קומט צוריק קיין א''י, וואס דעמאלטס איז די העכסטע מדרגה פון קיום המצות,
וואס איך זעה אין די ראשונים איז אז די האפענונג פון שיבת ציון איז צו קענען ריכטיג מקיים זיין תורה ומצות, דאס הייסט אז א''י איז נישט קיין value פאר זיך נאר א מיטל צו קענען ריכטיג מקיים זיין תורה ומצות,
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:נישט פארשפרייטן אידישקייט. קוק אריבער דעם שטיקעל.


בר-כוכבא האט געשריבן: יהדות איז געמאכט געווארן כדי אראפצוברענגען און פארשפרייטן אויף דער וועלט די פונדאמענטאלע מושגים פון מענטשליכקייט און ג-טליכקייט, פון יושר און צדק

איך פארשטיי אז ס'איז מער אזוי ווי אברהם אבינו האט מפרסם געווען אז ס'איז דא א גאט אויף די וועלט.

קענסט אנצייכענען ווי אין די תורה גאט פארלאנגט דאס? מען קען מאכן שיינע דרושים אויף ממלכת כהנים אבער דאס זאל דיפיינען אידישקייט?

גאט'ס פלאן פאר די אידען, די mission, ווערט געטון ווען אידען פירען זיך אויף וואו עס דארף צו זיין און אויך ווען נישט
ווען עס קימט א שואה ח"ו זעען אויך די פעלקער אז ס'דא א באשעפער אויף דער וועלט

בין כך ובין כך זענען די אידן אור לגוים
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: אידן און יהדות – וואס זענען זיי?

שליחה דורך שמערל »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:@שמערל רש''י און רמב''ן זאגן אז קיום מצות בגלות איז כדי מען זאל נישט פארגעסן תורה ומצות ביז מען קומט צוריק קיין א''י, וואס דעמאלטס איז די העכסטע מדרגה פון קיום המצות,
וואס איך זעה אין די ראשונים איז אז די האפענונג פון שיבת ציון איז צו קענען ריכטיג מקיים זיין תורה ומצות, דאס הייסט אז א''י איז נישט קיין value פאר זיך נאר א מיטל צו קענען ריכטיג מקיים זיין תורה ומצות,


למאי נפקא מינה וואס די העכסטע מדרגה איז, אויב איז נישט שייך קיין יהדות בלויז מיט קיום המצוות, נאר עס פארלאנגט זיך אויך א ספעציפישע לאום ומדינה דערצו, איז שוין נישט אויסגעהאלטן צו קאטאגאריזירן אידישקייט אלס א רעליגיע.

אבער בעצם בין איך נאך אלס מחולק מיט דיר, רש"י און דער רמב"ן זאגן "נישט" אז קיום המצוות איז די "העכסטע" מדרגה בארץ, נאר אז עס איז שייך "נאר" בארץ, אין חוץ לארץ איז קיום המצוות בכלל נישט שייך.
ווי האסטו געטראפן אין די ראשונים אז די האפענונג צו שיבת ציון איז קיום המצוות? איך האב עס נישט געזען אין זיי, און אין מיין תורה שטייט גאר אן אנדערע טעם, עפעס וועגן זיבן מיני פרוכטן און אנדערע געשמאקע תאוות, די מצוות זענען טאקע א תנאי עס צובאקומען אבער בכלל נישט די סיבה.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: אידן און יהדות – וואס זענען זיי?

שליחה דורך דעת תורה »

קוקט אויס די אר סי עי האט גענומען א שטעלונג אין די נושא
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך בר-כוכבא »

[tag]גראדעמעכעלע[/tag], רוב מוסר פון די נביאים באציט זיך דוקא צו צדק און יושר - פשוט מענטשליכקייט און גערעכטיגקייט צו אנדערע מענטשן. קוק דעם ערשטן קאפיטל אין ישעיהו וועסטו טרעפן ג-טליכע דיבורים וואס הערן זיך ווי: גייט אייך געזונטערהייט ארויס פון שול, פארמאכט די ספרים, דאוונט נישט און לערנט נישט, און רופט מיך אפילו נישט, כל זמן איר פירט זיך נישט מיט צדק און יושר.

ווען מען רעדט פון משפיע זיין און פארשפרייטן דעם ג-טליכן מעסעדזש איבער דער וועלט מיינט מען נישט אידישקייט, ווייל יהדות ווארפט אפ מיסיאן. מען רעדט פון אוניווערסאלע מעסעדזשעס וואס זענען נוגע אלע מענטשן פון אלע צייטן. דאס ליגט טיף פארווארצלט אין דער אידישער נשמה, און דער רעיון פון "תיקון עולם" איז עפעס פון וואס דער אפגעפרעמסטער איד וועט זיך נישט שיידן.

"אין אומתינו אומה אלא בתורה" מיינט נישט נאר די חוקים ומשפטים, וואס איז נאר א חלק פון דער תורה. די תורה אנטהאלט אלעס וועגן אלעם אויף דער וועלט - "הסתכל באורייתא וברא עלמא".

[tag]הקטן[/tag] האט גוט אילוסטרירט דעם געדאנק. אידן פארשפרייטן דעם הימלישן מעסעדזש מיט זייער וועזן, עקזיסטענץ, און געשעענישן וואס טרעפן זיך צו כלל ישראל.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
פארשפארט