כד הווינא טליא כבר תליסר וארביסר, נשמתי היתה הומיה, ולא יכלה דומיה, ועל הכתב נתעלה, ועתה כאן נתגלה,
דער קאזניצער מגיד ר' ישראל
האט זיך גע'חלום'ט אמאל
און אין חלום האט ער געזעהן
נעבן בעש"ט איז ער געווען
האט ער איהם געטוהן פרעגן
א שאלה וואס איז אין איהם טיף געלעגן
ילמדינו רבינו, גיב מיר צו פארשטיין
עפעס וואס שטערט מיר אין מיין מיין
פארוואס אין אנהויב פון מיין וועג
אין מיינע ערשטע טעג
וואס איך האב אין עבודת ה' געטוהן
געשטיגן יעדן טאג איך בין
יעדן איינציגסטן טאג
האב איך געפילט מיין פלאג
יעדן טאג האב איך געטוהן ארויף גיין
איך האב זיך נישט דערקענט אליין
אריבער א שטיק צייט
איך בין געשטיגן זייער ווייט
אבער לעצטנס פונקט פארקערט
איך האב מיין שטייגן אויגעהערט
איך פיל ווי איך פאַל נאך און נאך
אריין אין א טיפען לאך
ערקלער מיר ביטע
וואס איז די ריכטיגע שיטה
וואס עס גייט פאר מיט מיר
עס שטערט מיר אן א שיעור
***
צו א קליין קינד איז דאס געגליכן
וואס טוהט זייער גוט קריכן
אבער גיין האט ער נאכנישט געקענט
זיך געשטעלט, און געפאלן אויף די הענט
קוים איין טריט געלונגען
יעדער האט איהם געפאטשט און געזינגען
אויפצומארגנס האט ער שוין צוויי טריט געשטעלט
די עלטערן האבן נחת געקוועלט
אזוי יעדן טאג געשטיגן
און נישט שטיין געבליבן
מען האט זיינע טריט שוין מער נישט געציילט
עס איז שוין געווען א געוואוינהייט
אבער אויב ער פאלט אראפ אמאל
איינס צוויי דריי אין צאל
דערשראקן זייער מען ווערט
ווען איהם אראפ פאלן מען הערט
דאס איז א סימן פון שטייגן
ווען מען טוהט שוין מער נישט צייגן
וויפיל טריט מען טוהט לייגן
נאר ווען מען טוהט זיך אראפ בייגן
דער נמשל איז זייער פארשטענדליך
עס איז דאך זייער ענדליך.
נאך פון יענע זיסע יארן וועט נאכקומען אי"ה
טריט ביי טריט
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
טריט ביי טריט
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
טריט ביי טריט
סהייסט דו האסט נישט געזען אז דו שטייגסט סאו האסטעך מחזק געווען מיט די מעשה אז דו בוסט שוין אזוי גרויס אז דו שפירסט שוין נישט ?!
כהייב אהן צו האבן דרך ארץ !
און דאס איז נאך געווען אלס בחור !
די היינטיגע מדרגות איז שוין מעלה מעלה מהשגתינו הדלה!!!
כהייב אהן צו האבן דרך ארץ !
און דאס איז נאך געווען אלס בחור !
די היינטיגע מדרגות איז שוין מעלה מעלה מהשגתינו הדלה!!!