בלאט 1 פון 1

עס קען נישט אזוי אנגיין מער רבותי!

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 11:57 am
דורך קאמפיאטער
איך בין שוין דא איבער א וואך ב"ה מיט רשות כתיבה עס האט מיר טאקע גענימען אבער... אין איך האב שוין מיטגעהאלטן פין פארדעם אויך די הלוך יילך אלס גאסט אין איך האב טאקע געזען פאטענשעלס פאר אזא סייט ווי די מנהלים זענען דא צי פארבעסערן יעדע קלייניקייט אין ארויסהעלפן מיט וואס עס איז נאר מעגליך, אין טאקע עס זעהט אויס ווי עס בליעט אבער יא דא קימט די אבער!!
ווי יעדער פארשטייט מיז אזא סייט נעמען חיזק פין גאווה, יא גאווה יעדער איינער מיז זיך האלטן פאר א יש אין מען דארף שרייבן אין שרייבן אין נישט אויפהערן מען קען נישט נאר אויסהערן יענעם עס גייט נישט אזוי! (יעצט נעם דיר נישט שרייבן שטיתים פליז.)

עס איז דא איבער 320 איינגעשריבענע ב"ה כן ירבו
בסך הכל זענען געווען 739 באניצער אנליין ::80 רעגיסטרירטע, 20 באהאלטענע און 639 געסט (באזירט אויף אקטיווע באניצער איבער די לעצטע 24 שעות)

איר הערט עס איז דא געווען 793 באניצער יא עס איז א קאמפיאטער ער זאגט דיר נישט קיין ליגענט אז ער זאגט אז עס איז געווען איז געווען.

איז מיינע ווערטער געוואנדען צי די 639 געסט יא די גאסט! וואס איז דאס איך זאל מיר אויסשרייען דא ווי א נער? אין די זאלסט הנאה האבן אימזינסט? פארוואס? שנעל גיי אין שרייב דיר איין אין לאממיר הערן וואס די האסט צי זאגן.
אין די איינגעשריבענע באניצער קארגן אויך זייערע ווערטער עס קען נישט אזוי אנגיין מען מיז זיך נעמען שרייבן אביסל.
וואס יא? צים פרייוועטען פארם האב איך נישט קיין ציטריט (מיט די ניק. lol....) אפשר דארט איז מער ביזי אבער איך גלייב שווער. אבער די געסט דאס איז זיכער אן עוולה.
אפשר זאל מען מאכן אז זיי זאלן נישט קענען זעהן יעדע צווייטע תגיבה עפעס מיז געטאן ווערן.
האב איך נישט קיין פוינט?