בלאט 1 פון 1
האדמור רבי יעקב מסערעט
נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 8:31 pm
דורך שמואל פרימו
עפענען מיר אצינד אן אשכול, איבער די תולדות און היסטאריע פון ר' יעקב מסערעט שליט"א. ווי באקאנט איז ער אן איינציגער זוהן פון זיין פאטער זצוק"ל און האט אצינד איבערגענומען די מלוכה. ער הייסט צו זיין א חשוב'ער איד, הגם ביי די לעצטע מחלוקת האט ער זיך אביסל פארפאטשקעט.
ווער קען איבערגעבן מער פרטים איבער אים?
נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 8:37 pm
דורך [NAMELESS]
ער היסט נישט ברוך, נאר יענקל. און מ'זאגט אז ער איז זייער אן איידעלער.
נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 8:39 pm
דורך שמואל פרימו
שכוח, שוין פארראכטן.
נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 8:49 pm
דורך דולה ומשקה
בן אדם האט געשריבן:און מ'זאגט אז ער איז זייער אן איידעלער.
אה, אויף די בילדער זעהט מען אז ער איז איידעל... גאר א חשוב'ער מקור.
א סערעט'ער חסיד אליינס האט מיר אויך געזאגט אז ער איז זייער איידל, טיילט צדקה, העלפט ארויס וועם אימער...
הה"ד בלא בלא בלא
איין זאך איז זיכער, אז ער איז דער נעקסטע צו שטיין מיטן אחור צום כותל מיט א באמאכטע פנים כאילו ער איז זיך מצער אויף גלות השכינה.
נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 8:54 pm
דורך [NAMELESS]
דולה, איך מיין אז דערווייל ביזטו זיין ערשטער מתנגד, אבער דו האסט אנגעפאנגען די פייט...
נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 8:58 pm
דורך אהבת ישראל
שמואל פרימו האט געשריבן:עפענען מיר אצינד אן אשכול, איבער די תולדות און היסטאריע פון ר' יעקב מסערעט שליט"א. ווי באקאנט איז ער אן איינציגער זוהן פון זיין פאטער זצוק"ל און האט אצינד איבערגענומען די מלוכה. ער הייסט צו זיין א חשוב'ער איד, הגם ביי די לעצטע מחלוקת האט ער זיך אביסל פארפאטשקעט.
ווער קען איבערגעבן מער פרטים איבער אים?
כיוון שעלה לגדולה מוחלין לו על כל עוונותיו . אפילו אויב דיין לעצטע סטעטמענט וואלט געווען אמת !!!
געב אים א טשענס לאמיר זען וואס גייט געשען אין די נאנטע חדשים
ער איז בעצם א פיינער מענטש וואס איז ארוםגענומען נחשים ועקרבים אויבי איש אנשי ביתו !!!! לאמיר האפען אז זיי וועלען נאכלאזען פין דע מחלוקת וייל אין יותר סיבה למחלוקת ער נעמט איבער די גאנצע רעביסטעווע מיט א לענסס לייט
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 12:39 am
דורך שלמה המלך
דולה ומשקה האט געשריבן:איין זאך איז זיכער, אז ער איז דער נעקסטע צו שטיין מיטן אחור צום כותל מיט א באמאכטע פנים כאילו ער איז זיך מצער אויף גלות השכינה.
אמת.... עס וואלט געוועהן אסאך חשוב'ער ווען ער שטייט ווען מיט'ן אחור צי דיר און איז פוער כדבעי און מיט א שמייכעל אויפן פנים!
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 7:38 am
דורך פלעין יודיש
כ'האב אזא פילינג אז דעי אשכול איז העדינג "צימעס".
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 7:40 am
דורך [NAMELESS]
פלעין יודיש האט געשריבן:כ'האב אזא פילינג אז דעי אשכול איז העדינג "צימעס".
עס ווענד זיך אין די שרייבערס.
יעדע מענטש האט מעלות און חסרונות, אויב וועט מען באשרייבן די פשוטע פאקטן, ער איז כך וכך, די מעלה מיט די חסרון, קען עס ווערן א שיינע ביאגראפיע, אויב וועט מען אנפאנגען אריינגיין ווער עס איז גערעכט [וד״ל], קען עס טאקע אריין אין צימעס.