בלאט 1 פון 2

הרב (משה) חיים (אפרים) בלאך

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 9:38 pm
דורך [NAMELESS]
[center]לכבוד מיין 500'סטע תגובה שטעל איך ארויף דעם ארטיקל.[/center]

א נאמען וואס ווייניג האבן געהערט און נאך ווייניגער זענען באקאנט מיט דעם פערזאן , א נאמען וואס רופט אויפן ערשטן קלינג קריאזע און זייפנות , ווער איז דער פארשוין : א חרדישע רב בישראל א שטודירטער פון ווינא א חוקר חסידות און קבלה א פלאקערדיגע אנטי ציוניסט א קוסובער חסיד א באזוצער פון איטליכע שפראכן א כתבא רבה מיט טויזענטער אויף טויזענטער מכתבים זיך שרייבענדיג מיט שטודירערס, דאקטוירים, ארטאדאקסישע רבנים, רעפארם רבנים, אישי ציבור, פאליטישענס, פון ר' עמרם בלוי ביז פרפ' גרשום שלום, דער פויפסט און וועם נישט , א געלונגענע זאמלער צו א פשוטע פסיאודאפיגראף ? א מייסטער פלאגיאיסט ווי גולדשמידט באטיטעלט איהם אדער דער זייפן הדורות מיטן ה' הידוע ? אן אייניקעל פונעם דגל ארויף צום בעש"ט אדער א כשר שטיקל געבעקס ? און קורצען : א קוריאזען פארשוין במלוא המובן !

Bloch 7.png


זיין ביאגראפיע

ר' חיים (איך וועל איהם רופן מיט זיין ארגינעלע נאמען נאך איידער ער האט זיך פלוצים מוסיף שם געווען אויף די עלטער.. --- ער האט זיך צוגעלייגט נאכן קריג די נעמען משה אפרים. אזוי זאל ער זיך קענען אידענטיפיצירן מיט זיין פרישע זיידע דער דגל מחנה אפרים --- אין א בריעוו פרעגט איהם דער ציעשניווער רב פארוואס פון איין מינוט אויפן צווייטן האט ער זיך צוגעלייגט נעמען !..) איז געבוירן אין שטאט דעלאטין אין יארע תרמ"א צו זיין טאטען ר' אברהם אבא בלאך א רבנישע פיגור. ארויף ציענדיג א שיין יחוס ביז ר' מאיר פרומעשלאנער זצ"ל , ר' חיים האט אלץ בחור געלערנט אין שטאט חוסט (לגירסתו ביים ערוגת הבושם ). שפעטער אין יאר תרס"ד האט ער חתונה געהאט מיט גאלדה די טאכטער פון ר' משולם פייוויש לאנדמן-העללער זצ"ל אן אייניקל פונעם בעל יושר דברי אמת . ווי ער איז געזעצען קעסט צוויי יאר ביים שווער אין א שטעטעלע נעבן בערזאן , ר' חיים געבט זיך אן אלץ א נאנטער תלמוד פון די גדולים המהרש"ם מבערזאן פון וועמען ער האט באקומען סמיכה . פונעם ערוגת הבושם . און פונעם סטאניסלובער דער הרי בשמים זצ"ל , ווי אויך פאררופט ער זיך אלץ א קוסובער חסיד . פון ר' משה'לע קוסובער דער בעל לקט עני . (אין איינע פון זיינע מאמרים געפונט זיך א לאנגע מאמר אנטקעגן ציונות פון זיין רבי'ן דער קוסובער ) , דערנאך האט ער זיך אריינגעלייגט אין די 'האלץ ביזנעס' פון ווי ער האט געצויגן חיונה דערפון פאר א פאר יאר.

ביים ערשטן וועלט קריג איז ער אנטלאפן קיין ווייטצען פון ווי ער איז אנגעקומען קיין ווינא . דארטן האט מען איהם אריין געשלעפט אין מיליטער אינטער די עסטרייך-אונגארישע רעגירונג . ווי ער האט געקעמפט אין די ביטערע שלאכטן . ביים ענדע פונעם קריג האט ער זיך געפונען אלץ טשאפלעין אין שפיטאל פאר אידישע פארוואנדעטע אין ווי ער האט ארויסגעהאלפן מיט די אידישע פארלאנגען און באדערפענישן ,

לויט ווי ער געבט אן האט ער דאן עוסק געווען אין היילן דעם פארשפרייטען מחלה פון עגונות , ווי ער האט ביי זוך צענדליגער בריוון פון גדולי הדור ההיא א שטייגער ווי ר' חיים עוזר זצ"ל. מהרצ"י מיכלזאהן בעל תירוש ויצהר. ר' יודא ליב צירלזאהן קעשונעבער הויפט רב . (וואס פון די בריווען איז נישט דא קיין זכר ...)
נאך איבער זיין עסקנות פון יענע תקופה איז ווי ער שרייבט אין א בריעוו צום פאפא דיין ר' משה לינק ווי ער באדאנקט זיך פארן איהם העלפן ראטעווען און אריבער פירן הינדערטע מצבות פונעם שטאט טשאטה קיין פאפא איידערן ווערן וואנדעליזירט דורך די ארטיגע באהערדע ,

נאכן ערשטען קריג האט ער זיך צירוק באזעצט אין שטאט ווינא ווי ער איז געגאנגן שטודירן אין די ארטיגע גרויסע אינווערזיטעטן . שוין דארט האט ער שוין ארויסגעוויזן זיין שטארקע אנטי ציוניסטישע אנשויאונגען און ווי ער האט זיך ארום געאמפערט מיט גרויסע אקודעמיקער און שטודירער (וואס ע"פ רוב זענען זיי אלע געווען מער נוטה צום רעיון הציונות)

דארט אין ווינא האט ער זיך גענומען מיט א פעסטקייט צו זיין געצערטלט טאלאנט וואס ער איז געווארן באשאנקען 'שרייבן'! א טאלאנט מיט וואס ער ער האט זיך גאר שטארק אויסגעצייכענט . ער האט אנגעהויבן ארויס געבן צענדליגער ספרים און ביכער .אויף די דייטשע שפראך אויף אידיש אויף לשה"ק , (מער איבער זיינע ספרים זע אינעם נעקסטן תגובה ,) יעדער פאר יאר מיט א פרישע ספר אויפן מארק , (בעצם האט ער שוין ארויס געגעבן ביכער פון זיין חתונה . אבער נישט ברציפין) צווישן זיי די באקאנטע בוך איבערן גולם המהר"ל וואס דאס איז געווען א שטארקע גורם אויף זיין פאפולערקייט , א חלק פון זיינע ביכער זענען געבליבן גאר פאפולער ביזן היינטיגן טאג ! און יענע יארן האט ער זיך שטארק אפגעגעבן און חוקר זיין חסידות און קבלה אזש מאנכע פאררעכענען איהם אלץ ממשיך פונעם באקאנטן חוקר ד"ר בלאך ע"ה (זיי פארמאגן אבער נישט קיין שום פארבינדונג ) לויט ווי ער געבט אן האט ער שוין געהאט צוזאם גענומען ווארע איבער חסידישע אדמו"רים פרא און אנטי . און ווי אלעס איז געגאנגן לטמיון ביים אנקום פונעם דייטשן שלאנג קיין עסטרייך ,

ווען די דייטשן זענען אריין קיין וויען עסטרייך פרייטאג צונאכטס דעם עלעווטען אין מערץ תרצ"ח. האבן די געסטאפא תיכף אנגעהויבן ארעסטירן די אידן פון שטאט . צווישן די געפאנגענע האט זיך געפונען דער ר' חיים . לויט זיין ווערסיע איז איהם דאן פארלוירן געגאנגן זיין גאנצע אוצר פון טויזענטע דאקומענטן און בריעוון . צווישן זיי האט זיך געפונען זיינס א ספר 'אנציקלופדיה איבער שו"ת ספרים עס האט אנטהאלטן אריבער 850 ! דפים און איבער 50 הסכמות פון גדולי הדור ...(נישט דא ווער זאל לאכן ...)ער באדאנקט זיך אין א בריעוו צו זיין חבר ר' יוחנן קיהן וואס האט פארברענט און מבער געווען אלע זיינע כתבים און אזוי פארמיטען פון אריינפאלן צו בייזוויליגע הענט , (און אן אנדערע פלאץ שרייבט ער אז זיינע זאכן זענען ליידער אנגעקומען צו די רשעים און ער ווייסט ליידער נישט וואס זיי האבן אלץ געטון דערמיט ...)ער איז אבער באפרייט געווארן נאך עטליכע חדשים דורך זיינס א ידיד אן עסטרייכישע שישקע אויפן תנאי אז ער מוז פארלאזן דעם באדן ביז פיר וואכן אויפן האר ! זיי האבן געהאלטן חשבון צו ער האלט ווארט. און א מוצאי שבת ז' אלול האט ער זיך אריבער געכאפט קיין אמסטערדאם און פון דארט קיין לאנדאן ביז ער איז אנגעקומען קיין אמעריקא ווי ער האט זיך באזעצט אין די בראנקס ביז צו זיין פטירה .

דא אין אמעריקא איז ער געווארן אנגעשלאסן אין אגודת הרבנים (נישט פארמישן מיט אגודת ישראל .אדער אגודת האדמו"רים וואס האט געפירט א קאמף איינער קעגן צווייטן , אן אשכול פאר זיך) נאך אפאר יאר איז ער געפלויגן פון דארט און ער האט געפירט א פעסטע מלחמה אנטקעגן זיי . ער האט ארויס געגעבן עטליכע ספרים נאר אויף זיין מחלוקה אליינס , (מער איבער דעם זע אינעם שפעטער'דיגן תגובה ) דא אין אמעריקא האט ער זיך ווייטער באשעפטיגט מיט שרייבן (און באשאפן..) ספרים און ביכער און הינדערטע טויזענטע מכתבים מיט וועם עס האט זיך נאר נישט געלאזט.,

ער איז נפטר געווארן כ' שבט תשל"ג אין הויעכן עלטער פון 92 יאר . און איז באערדיגט געווארן אינעם באראן הירש בית החיים אין לאנג איילענד.

Bloch 3.png

Bloch 11.png


פון זיינע מפורסם'דיגע אנטדעקונגען

ער האט אנטדעקט און מפרסם געווען א פרישער נוסח וואס מען זאגט אין הגדה ביים ליל הסדר ! אויף אזוי ווייט אז עס זענען פארהאן כהיום א שיינע סכום הגדות וואס פארמאגן שוין אפציעל דער נוסח שפוך אהבתך ..
Bloch 12.png


דער נוסח ברענגט ער אין זיין ספר קובץ מאמרי חז"ל . לויט ווי עס קומט אויס פון די מבוא אין פון די הערות אויפן נוסח איז די מעשה אזוי : ערגעץ תרצ"ו - תרצ"ח האט ער זיך אנגעטראפן מיט א גענעראל אין מיליטער . שוין אן עלטערער געווען כמעט א בן מאה און יענער האט זיך אנגעגעבן אלץ אן אייניקל פונעם גרויסן גאון ר' שמשון ווערטהיימער דורך זיין מאמעס זייט. זיין מאמע האט זיך געטויפט צו קריסטנטום רח"ל , און אין זיין באזוץ וואס ער האט געירשנט געפונט זיך א חלק פון זיינע ווערק וואס ער זיכט עס צו פארקויפן . ר' חיים האט שנעל אפגעקויפט דעם גרויסן אוצר איידער ער באקומט קאלטע פיס צום גאנצן געשעפט . צווישן די אוצרות האט זיך געפונען דריי פולע בענדער מיט חידושים פון ר' שמשון און נאך ארום צוויי הינדערט בריעוון פונעם גאון , דארט האט זיך אויך געפונען דעם היסטורישן הגדה פון ר' שמשון וואס ער האט בשום אופן נישט געהאלטן ביים פארקויפן. דער הגדה איז געווען א פראכט שטיקל געשריבן מיט א שיינע כתב און צענדליגער בילדער אויסגעמאלן אלעס אויף א שיינע קלף . דער הגדה איז נערך געווארן דורך יהודה ב"ר יקותיאל נכד רש"י הק' בעיר ווארמס שנת רפ"א , , אזויפיל האט ער איהם ערלויבט. צו מאכן עטליכע בילדער פונעם הגדה . דארט האט ער געטראפן די אויבנדערמאנטע נוסחאות . און נאך פארשידענע געזאנגען וואס מיר פארמאגן נישט ...

ער שרייבט אז ער גאר אסאך געשריבן און באארבייט איבער דער היסטורישן ניסח און זיין ספר "דער יודענהאסס" אבער דער ביכל איז ליידער אנגעקומען צו די הענט פון די געסטאפא ..די מומחים האבן אפיר געזוכט אין די גרויסע לייברעריס אין ווינא ולא דובים ולא יער עס איז נישט פארהאן אזא ספר אויפן כדור העולם ...

למעשה זענען געווען וואס האבן עס אנגענומען אלטץ אויטענטיש , אזאנס ווי דער באקאנטער עיתונאי (יוני) בן מנחם. האט אפגעשריבן א גאנצע מאמר איבער דער נוסח אננעמענדיג אלץ אן ארגינעל אנטדעקטע נוסח ! און דורך זיין אפדריקן האבן עס צענדליגער אנדערע הגדות אריינגעלייגט אינעם הגדה גלייך נאכן טראדיציאנאלן נוסח פון שפוך חמתך...
bloch 13.png

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 9:43 pm
דורך [NAMELESS]
יצירת הגולם

נאך א זאך פון זיינע גרויסע זיופים איז דער היסטורישן בריעוו פונעם הייליגן מהר"ל . ווי דער מהר"ל שרייבט ארויס קלאר ווי אזוי און פארוואס ער האט באשאפן זיין גולם . אלטץ געשריבן בכתב יד קדשו , און עס איז אינטער גע'חתמ'עט מיט זיין חתימה ...איי , צו וואס האט איהם אויסגעפעלט אפיר צו טרעפן דעם בריעוו ? איז אזוי : און יארע 1919 וואוינענדיג אין ווינא האט ער ארויסגעגעבן איינס פון די בעסט סעלינג בוקס. דער בוך "עלילת הגולם מפראג" אויפן דייטשן שפראך , דער בוך איז געווען גאר פאפולער און האט זיך פארקויפט אין די שווערע טויזענטער , אין די פארווארט שרייבט ער אריין אז ער האט דאס געטראפן אין אן אלטער כתב יד ... דער אמת איז אבער , אז דער ביכל איז א פשוטע ריין איבערזעצונג פונעם ערשטן אידישן ביכל איבערן גולם פון די מהר"ל ארויסגעגעבן דורך דער באקאנטער חרדישע רב וזייפן הרב יודל ראזענבערג ע"ה (אנצומערקן . אז ר' יודל אליין שרייבט (א ליגענט) אז ער האט דאס אפגעקויפט פארן פולן פרייז ביי די ארכיוון אין פראנקרייך ...)

ר' חיים האט געהאט א שטיקל אבסעסיע אויפצו ווייזן דאס אויטענטישקייט פונעם גולם (און וואס ער האט ווירקליך געגלייבט דערין ! ) האט ער גענומען די מיה אויף זיך. און האט באוויזן צו פאר(בא)שאפן דעם פקסימיליה פונעם מהר"ל . ער האט דאס מפרסם געווען אין זיין ספר "קובץ מכתבים מקוריים מהבעש"ט ותלמידיו" (יא אב תרפ"ג) קיין סך האט ער נישט געשריבן ווי אזוי עס איז אנגעקומן צו איהם אין האנט אריין , ער שרייבט אז דער בריעוו האט דער מהר"ל געשריבן צו זיין חבר ר' יעקב גינזבורג זצ"ל רב אין פרידבערג . מיטן דאטום פרשת וירא שנת שמ"ג . דערנאך באדאנקט זיך ר' חיים פאר ר' שמואל נויבירט ע"ה וואס האט איהם פארשאפט דעם מכתב נדיר.

ער האט אבער נישט אין אכט גענומען. אז אין דער בריעף האט ער נאך געשריבן ווארט ביי ווארט ווי אזוי דער אופן יצירת הגולם ווערט געברענגט אין ראזענבערג'ס ביכל, ווען אין פאקט. אז מען וויל עס זאל אויסקוקען מוסמך דארף עס האבן עטליכע שינויים.

עס איז דא צענדליגער צענדליגער הוכחות אז דער בריעוו איז מזיוף מכף רגל עת תמו ! איך וועל נישט יעצט דא מאריך זיין. אבער איין ראיה וועל איך יא ברענגן . מער סוף פונעם בריעוו שרייבט דער מהר"ל די ווערטער : כלי המ"ש (המורה שעות) א זייגער . ווען אין פאקט איז דער ווארט נישט אריין אינעם לעקסיקאן הערשט אינעם ניינצנטען יאר הינדערט !...עס זענען פארהאן נאך אסאך ראיות איבער די פאלשקייט דערפון , נעמט למשל די חתימה פונעם מהר"ל , דא האט איר ווי אזוי ר' חיים האט עס געמאכט.
bloch 16 good.png


און דא האט איר די אויטענטישע חתימה ווי אזוי דער לייברערי פון פראג האט לעצטענס מפרסם געווען.
bloch 17.png


אינטערעסאנט איז . אז בערך אין יענע יאר 1931 האט דער ספינקער רבי דער אמרי יוסף זצ"ל אויך מפרסם געווען א מכתב פונעם מהר"ל געשריבן צום אויבנדערמאנטע ר' יעקב גינזבורג איבערן באשאף פונעם גולם (אבער אן די חתימה פונעם מהר"ל) , זיין זון דער חקל יצחק ברענגט אראפ די מעשה פון זיין טאטע אין אמרי יוסף על מועדים , ווי אזוי דער ספינקער רבי האט עס אנטהאלטן איז פארהאן צוויי עדות'שאפטן איבער דעם , איינס , שרייבט דער קאדלבורגער רב ר' יעקב ווייס אין זיין ספר כתב אלף אז דער ספינקער רבי האט איהם פארציילט ביום ז' תמוז תרפ"ב אז ער פארמאגט א מאנוסקריפט פונעם מהר"ל איבערן באשאף פונעם גולם ,

דער צווייטער עדות איז ר' שמואל וויינגארטן ע"ה , ער פארציילט אז בערך אין יאר 1922-1923 איז ער געווען ביים מונקאטשער רבי'ן אינדערהיים . און עס זענען געקומען אויף א באזוך ר' נפתלי און ר' ישראל חיים ווייס די זון פונעם ספינקער רבי , אינמיטן שמיעסן האבן זיי ארויסגעצויגן פון א גרויסן ברוינעם ענוועלאפ אן אלטן מאנוסקריפט אין עס אראפ געלייגט פארן מנחת אלעזר ער זאל זאגן מבינות דערויף , זיי האבן פארציילט פארן מונקאטשער אז זייער טאטע האט עס געקויפט פון א גוי . דער גוי האט געדינט אין מיליטער, און ער איז גענומען געווארן אין געפענגעניש דורך די רוסן. שפעטער ווען די צארישע רעגירונג האט אינטער געבראכן. האט ער אנטיילגענומען אין די פלינדערייען אינערהאלב די רעגירונג'ס ארכיוון. ווי ער האט צווישן אנדערע געכאפט דעם מאניסקריפט, דער מנחת אלעזר האט דורכגעליינט און באטראכט דעם מאניסקריפט און נאך א פיפצען מינוט געבעטן צו ברענגן א פארגרעסערונג גלאז . נאך א קוק דא און דארט רופט ער זיך אן. עס איז נישט ווערט קיין גרייצער ! עס איז פאלש...זיי האבן זיך אומגעקערט אהיים צום טאטן מיט א ווערטלאזע שטיקל פאפיר ..

בלייבט נאר איבער צו וואונדערן ווי אזוי האט דער ספינקער פארשאפט אקוראט די זעלבע בריעוו פונעם מהר"ל וואס ר' חיים האט פאבריצירט ...

א פייערדיגע אנטי-ציוניסט

ר' חיים איז געווען אן אויסגעשפראכענער שונא צום רעיון הציונות , אלע יארן זיינע האט ער געפירט אן עקשנות'דיגן קאמף אויפן פאפיר אנטקעגן ציוניזם, שוין פון זיין פריהסטן יוגנד אן איז ער אויפגעוואקסן מיט א ברענעדיגע שנאה. ירשנ'ענדיג דאס פונעם זיידן זיינע. און ווי פארשטענדליך אז אנטי ציוניזמוס איז פון אייביג אן געווען ידו על התחתונה פון פרא ציוניזמוס. מילא האט ער אנגעהויבן באשאפן בריעוון פון גדולי עולם ווי זיי שרייבן שארף און אפשיי אנטקעגן דעם רעיון הציונות,ער האט ארויס געגעבן דריי בענדער "דובב שפתי ישנים" פול מיט בריעוון אנטקעגן ציונות. די קנאים פארשטייט זיך האבן עס אפגעקויפט פאר גוט געלט. האבענדיג פאר זיך אזא אוצר בלום. ([tag]קאך לעפל[/tag] למשל. איז פון די סארט וואס האט שוין דא אפן שטיבל נאכגעברענגט זיינע שקרים אלטץ אויטענטיש...) אפילו נאך ער האט שוין געדריקט די ספרים. זענען נאך ערשינען אין דעם עקסטרעמיסטישן "חומותינו" פרישע בריעוון אנטקעגן ציונות (קוקט אויס אז עס זענען געווען די בריעוון וואס ער האט נאך נישט געהאט באשאפן בשעת דפוס הספרים ...) די קנאישע קרייזן פלעגן זיך פאסמאקעווען מיט זיינע (פאברעצירטע) ווערק , ער האט אפילו געשריבן עטליכע מאמרים אינעם "יוד" ! אנטקעגן הערצעל. ([tag]אבטולמוס[/tag] טרעף אפיר אין די ארכיוון.)

עד שבא ר' שמואל וויינגארטן און ארויסגעגעבן זיין ספר : מכתבים מזויפים נגד הציונות. (מוסד הרב קוק. תשמ"א) ווי ער דעקט אויף איינס ביי איינס די שקרים און פעלשערייען וואס ער האט דא אנגעטון אין נאמען פון אונזער ערליכע מנהיגים.

ובכלל איז לעכערליך ביז גאר. אז אלע זיינע מכתבים האט ער נאר פארמאגט קאפיס. נישט די ארגינאלע דערפון. (ווייל כלומר'שט האט ער אלטץ פארלוירן ביי די נאציס..) און און אפילו אין די בריעוון. איז כמעט נישט פארהאן קיין ספעציעלע לשונות און פסוקים. א זאך וואס מען זעט געווענליך ביי בריעוון פון רבנים אז עס זאל זיין גדוש מיט חידושים ומליצות ,

נאך א פאקט וואס ווייזט אויף די אומפראפעסיאנאלקייט איז. אז אין אן א צאל בריעוון בספרו דובב שפתי ישנים איז ער געשלאגן מיטן קאפי פעיסטן דעם שלאג ווארט 'קורי עכביש' - שפין געוועבאכטץ. ווי ער ניצט איבער די ווערטער נאכאנאנד. לדוגמא ביים מכתב מר' אהרן האלבערשטאם : בונים מצודים גדולים על קורי עכביש, ר' ברוך עפשטיין : וכל ההוכחות מיסודות על קורי עכביש, ר' יצחק חיות : מתחילה דומה כחוט של קורי עכביש, ר' משה מרדכי פשערהאפער : והם שעונים על קורי עכביש, ר' עמרם הירש : כל היהדות של הערצעל תלוי בקורי עכביש, רי"ל צירלזאהן : נאחזים הם בקורי עכביש, דער תפסת מרובה ... האט איהם באגראבן !

ער האט געהאט אסאך אויסצושטיין פון גדולים איבער זיינע שטיקעס, אין איש חמודות - ר' מיכאל בער זצ"ל. ווערט געברענגט אז ר' מיכאל בער האט אפגעהאלטן דעם סאטמארער רב פון געבן אן הסכמה אויף זיינע ספרים דובב שפתי ישנים ! טענה'נדיג אז מיט סאטמארער רב'ס הסכמה וועט דאס שוואך מאכן די גאנצע שיטה. אז אלטץ איז די זעלבע שקרים וזויפים .. (ווי באקאנט האט ר' משה היללער אריין געטראגן זיינע ספרים צום סאטמארער רב. עס איז מיר אבער אומבאוויסט צו ער פלעגט זיך באנוצען דערמיט ,) און אין א בריעוו שרייבט צו איהם ר' מיכאל בער אז דאס וואס די געבסט זיך אן צו פארמאגן ווערק פון ד"ר בלאך איז א שקר ... ובכלל. ביסטו א מענטש וואס איז נישט באגלייבט מיט זיינע רייד !

דער ליבאוויטשער רבי זצ"ל האט איהם אויכט אפיר געהאלטן. היתכן ער האט געפעלטשט בריעוון פונעם ראגעטשובער גאון.
Bloch 20.png

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 9:46 pm
דורך [NAMELESS]
זיין מערכה אנטקעגן אגודת הרבנים

שוין וואוינענדיג דא אין אמעריקא ווי ער איז געווען אנגעשלאסן אין אגודת הרבנים קארפעראציע אינטער ר' אליעזר סילבער זצ"ל. און אין יארע תש"ו האט ער זיך פארפלאנטערט אין א די"ת ביי אגודת הרבנים ווי ער אין די ענדע מיאוס פארלוירן. ועל זה יצא ה'גרימצארן שלו בגדול! די געשעעניש האט זיך אנגעהויבן ווען ער האט געטראפן א יוד מיטן נאמען חיים פינקלשטיין וואס האט מסכים געווען ארויס צו געבן זיין ספר 'פתגמי חז"ל' למעשה נאך א האלבע יאר האט חיים פינקלשטיין באשלאסן צו מבטל זיין די קאנטראקט. און אויף דעם ארויף האט זיך פארצויגן א העפטיגע די"ת ווי ער האט פרובירט צו שלעפן צענדליגער רבנים לצדו. דא האט איר א בריעוו ווי קאשויער רב דרייעט זיך ארויס פון זיך מישן אינעם קוגעל.
Bloch 4.png


א בריעוו פונעם חסידישן פוסק רב חיים ביק זצ"ל איבער די דין תורה.
Bloch 8.png


עס זענען אויך פארהאן עטליכע תשובות פונעם חזון איש איבער די די"ת אין וועלכע ער האט איהם פרובירט אריין צו שלעפן דערין. עווענטועל האט ער זיך מיאוס צושלאגן מיט זיינע אלטע חברים. ר' יהודה לייב זעלצער דער מנהל הלישכה. ר' יוסף לייב הענקין פון די פירער אינערהאלב אגודת הרבנים. ער האט גע'רצח'ט שטיקער קעגן זיי מיטן גאנצן קראפט. געשאטן קללות נמרצות פון ארבעל ארויס ווי א כשר 'פרענק' מדורי דורות... אין זיינע ספרים שטעלט ער זיי אין איין שורה מיט סטאלין און היטלער (....) און אפילו מיט א שמוץ אריבער מער ווי זיי ...זיך פאררעכענט ער אזוי ווי די פאראורטיילטע. מענדיל בייליס. דרייפוס. סולינסקי (וואס איז געהאנגן געווארן אין פראג) אין א בריעוו צום חזון איש זע איך ווי ער איז זיך מזכיר מיט זיין מאמע'ס נאמען און ער פארענדיגט דעם בריעוו. הנזוף והשפל הנעלב והנרדף ....ער האט אזוי שטארק געשפילט דעם נרדף שפיל אזש ער האט פאבריצירט צענדליגער בריעוון מיט רב הענקין'ס לעדערהעד ווי רב הענקין איז כלומר'שט גובע עדות פון ווינע אידן אז ר' חיים איז געווען א מחלל שבת בפרהסיה און איז א כל בו'ניק (??) און נאך אזעלכע עבירות, דאס איז געווען נאך א מיטעל פון איהם ווי אזוי צו באגראבן רב הענקין אלטץ א ביליגע מענטש וואס פאבריצירט פאלטשע עדות ....

ער האט ארויס געגעבן פינעוו ספרים במשך די דין תורה. יעדער יאר א פרישע ספר. ביז צום סוף האט ער ארויס געגעבן דעם ספר השחור. http://www.hebrewbooks.org/2902 (רעקאמענדעט צו ליינען, ס'איז אין אידיש.)

וואס דאס האט איבערגעצויגן דעם שוין אזוי אויסגעצויגענע שטריק. אזש מאנכע האבן געקלערט פון א געמיינזאמע חרם אויף איהם! אפילו זיין בלוט פריינט רב גרינוואלד רב אין קלאמבוס אהייא. האט אויך עמטליך פארדאמט און פרובירט אפצושטעלן זיינע העסליכע אטאקעס אויף די רבנים.

עטוואס שפעטער האט ער געפירט א פרישע מערכה אנטקעגן שמעון פדרבוש , ארויסגעבענדיג דאן דעם קונטרס 'משא פדרבוש', דא זע איך אן אויסצוג פון ר' מאיר אמסעל אין המאור.
Bloch 19.png

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 9:56 pm
דורך [NAMELESS]
זיינע ספרים:

ארויס געבן ספרים און ביכער איז געווען פון זיינע פעיווערטס, פן זיינע צוואנציגער יארן תיכף נאך זיין חתונה האט ער שוין געדריקט זיינע ווערק. דאס איז א טיילווייזע רשימה.

א. תפארת בנים = על יחוס משפחת ליפא.

ב. הר שלום = על רבו הבערזאנער רב זצ"ל.

ג. אוצר החיים = מפתח מקיף על ספרות שו"ת. עם למעלה מחמישים הסכמות מגדולי עולם. הפרוספקט כבר נדפס בתר"ף אבער די ספר אליינס איז קאנפעסקירט געווארן דורך די געסטאפא אין תרצ"ח.

ד. עלילת הגולם מפראג = בשפה הגרמנית.

ה. עלילת ר' הערשעלע אסטראפאלער.

ו. הגולם של ר' אליהו מחלם = עס איז פארהאן היינט צוטאגס די באקאנטע קאמיקס ביכער איבער דעם.

ז. קובץ מכתבים מקוריים מהבעש"ט ותלמידיו = בעצם איז דאס א קאפי פונעם ספר חכמי ישראל בעש"ט וואס איז געבויט אויפן באקאנטער 'כארסאנישע גניזה', נאר מיט עטוואס פרישע ווארע צוגעלייגט, ער האט אויך אריין געלייגט דא די אויבנדערמאנטע בריעוו פונעם מהר"ל איבערן גולם באשאף.
Bloch 15 good.png


ח. ודע מה שתשוב = זיינע תשובות איבער די אידישע גלויבן און קולטור. וואס ער האט (מכלומר'שט) געענטפערט צום וואטיקאן פארן פויפסט ...(קוקט אויס אז זיכענדיג די קליגסטע איד. האבן זיי זיך אנגעטשעפעט אין איהם ...)
bloch 14.png


ט. היכל למאמרי חז"ל = א פלאץ ווי ער ברענגט אראפ פארשידענע מאמרים וואס זענען מיט די צייט פארלוירן געגאנגן. צוליב צענזור אדער אנדערע סיבות , כמובן אז ער ברענגט מאמרי חז"ל צוגעצייכענט למשל פונעם מהרש"א אדער דעם מהר"ץ חיות וואס האבן קיינמאל עקזיסטירט! (און לויט זיין טענה שאין עליו תשובה אז ער האט פארמאגט פילע אלטע מכתבים, פלעגט ער אנלייגן יעדע דבר בקורת אינעם מהרי"צ חיות. און יעדע דבר רעיונו אין ר' שמשון ווערטהיימער, און יעדע חסידיש ווארט אין זיין <פריש געווארענע> זיידע, דער דגל. אבער גיי פרעג איהם אפ... ) צוליב דעם דריקערס ביטול החוזה. האט ער זיך אנגעשטויסן אינעם אויבנדערמאנטע די"ת. און ער האט דאן ארויס געגעבן די קימענדיגע 5 ספרים!

י. קום רוב את ההרים = אודות הפסדו בדי"ת אצל אגודת הרבנים.

יא. מריבות קודש = בענין הנ"ל.

יב. מאשרים תועים ומתעים = בענין הנ"ל.

יג. א דרייפוס משפט אין אגודת הרבנים = כשמו כן הוא.

יד. אבן מקיר תזעק = בענין הנ"ל.

טו. מהרש"ם הפוסק האחרון = על רבו המרש"ם מבערזאן זצ"ל.

טז. מי נתן למשיסה יעקב וישראל לבוזזים.

יז. דובב שפתי ישנים = שלש כרכים מלא מכתבים (מזויפים) נגד ציונות.

יח. זרע קודש מצבתה = בענין הפריה מלאכותית. למעשה האט ער מבער געווען די גאנצע הויפן געדריקטע קובצים.

יט. והיה מחנך קדוש = בענין הפריה מלאכותית. ער שרייבט דארט אנטקעגן ר' משה פיינשטיין זצ"ל בו בזמן ווען עס האט אן הסכמה פון ר' משה!...אין אגרת משה (אבן העזר. סימן יב) איז פארהאן א תשובה צו איהם פון ר' משה בענין הפריה מלאכותית ווי ר' משה פארענטפערט זיך אז ער טוט נאר ע"פ תורה סיי להחמיר און סיי להקל, און זיינע מיינונגען נעמט ער נישט פון קיין גויאישע צייטונגען און מקורות.. אלנפאלס פירט ער אויס. אז דיין (ר' חיים'ס) קריטיק איז לשם שמים (....) און די מיינסט נאר גוטס.

זיינע ספרים וואס זענען געבליבן אומגעדריקט:

כ. שבעים שנה כיום אתמול.

כא. אלף גדולי ישראל שפגשתי.

כב. תולדות הבילבולים והעלילות על ישראל.

כג. שערי אורה = ביאורים לכתבי קודש.

כד. צדקת ישראל כהרי אל = ביאורי מאמרי חז"ל תמוהים.

כה. מאוצר המנוצר = שיחות ובדיחות מגדולי ישראל.

ווי ס'קוקט מיר אויס, א באגלייבטער- ביז עס קומט צו זיינע אגענדעס.

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 10:02 pm
דורך כוכב
Wow.
איך טו מיך אויס דעם דאשיקל פאר אונזער געוואגטן יונגל.
כמדומה אז מ'האט שוין בארירט די טעמע אמאל אין שטיבל ויבוא כו'

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 10:17 pm
דורך [NAMELESS]
הערליך שיין!!!
רייכע קלארע שפראך, גוטע נושא, זאפטיג אראפגעלייגט!

[tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag] האט געמאכט א געלונגענע געוואגטע דזשאב!
כה לחי.

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 11:28 pm
דורך גאנצל
אי מאנסי איז דא א הר' בלאך דוכט זיך אז ער האט עפעס שייכות מיט קרית ראדין אויך א פייערדיגער אנטי ציוני איז דאס משפחה מיט דעם חיים ? איינער ווייסט ?

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 12:07 am
דורך [NAMELESS]
ניין, ער איז א זוהן פונעם טעלזער ראש ישיבה.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 12:10 am
דורך אחד העם
גאנצל האט געשריבן:אי מאנסי איז דא א הר' בלאך דוכט זיך אז ער האט עפעס שייכות מיט קרית ראדין אויך א פייערדיגער אנטי ציוני איז דאס משפחה מיט דעם חיים ? איינער ווייסט ?

ער פארדינט אן אפהאנדלוג פאר זיך. איבער אים און אלעס ארום אים.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 12:17 am
דורך [NAMELESS]
אחד העם האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:אי מאנסי איז דא א הר' בלאך דוכט זיך אז ער האט עפעס שייכות מיט קרית ראדין אויך א פייערדיגער אנטי ציוני איז דאס משפחה מיט דעם חיים ? איינער ווייסט ?

ער פארדינט אן אפהאנדלוג פאר זיך. איבער אים און אלעס ארום אים.

נו [tag]אחד העם[/tag], ביסט מכובד!

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 8:17 am
דורך כוכב
יעצט איבערגעליינט, ממש גין גאלד. איך קען מיך נישט איבערקומען פון דעם געוואגטן אינגלס בריליאנטענעם פעדער. נישט געוואוסט מיר האבן דא אן אוצר באהאלטן אונטערן אויוון.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 9:59 pm
דורך [NAMELESS]
נו, פון ווי מיינסטו האב איך דערווישט זיינע געבעקסן אויב נישט פון ליגן אינטערן אויוון!?..

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 4:57 pm
דורך [NAMELESS]
אן הזמנה פון ר' שבתי מרדכי צו ר' חיים בלאך אויף א דרינגענדע אסיפה ביי התאחדות הרבנים תשכ"א

Bloch 5.png

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 5:01 pm
דורך [NAMELESS]
אן הזמנת חתונה צו ר' חיים פון ר' עמרם בלוי'ס איידעם בשם זיין שווער.

Bloch 18.png

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 5:07 pm
דורך [NAMELESS]
א בריוו פון ר' שלום פויגל אין נאמען פונעם רב זצ"ל אז ער זאל זאפארט אויפהערן שיקן בריוון און דאקומענטן פון זיין טאטע, דער מהרי"ד, אנטקעגן ציונית, צו ר' עמרם בלוי, און אז דער רב וויל נישט קענען ר' עמרם'ן.

Bloch 9.png

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 5:18 pm
דורך [NAMELESS]
א בריוו פון הרב הירשקוביץ צו ר' חיים. הירשקוביץ ערווענט אינמיטן אז סאטמאר'ער רב האט נאכגעזאגט זיינע זאכן (אנטקעגן גולדמאן?) פארשטייט זיך אנע געבן קרעדיט פאר ר' חיים.
(ביטע; ווער קען מפנח זיין דעם בריוול.)

Bloch 1.png

נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 9:28 pm
דורך [NAMELESS]
איך דארף דרינגענד א פוענח אויף די לעצטע בריעוו איבער וואס סאטמארער רב האט פלאגיאירט פון רב בלאך שלא ברשות.
ווער עס קען מפענח זיין מה ועל מה המדובר, וואלט איך עפרישיעיטעט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 20, 2015 1:51 am
דורך [NAMELESS]
דא איז די דרשה אין המאור, בלאך'ס ספר מי נתן למשיסה איז זייער פארנומען אראפצורייסן נחום גולדמן לאורך כל הספר, אבער איך זעה נישט אין סאטמאר רב'ס דרשה עפעס א ספעציעלע חידוש אז מ'זאל קענען זאגן אז ער האט דאס געדארפט גנב'נען פון בלאך.

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 12:31 am
דורך berlbalaguleh
ראובן: ייש"כ. ער דער זייפן הגדול זאגט צווישן אנדערן אז ס'קומט איהם אן שווער צו שרייבן צוליעב זיין שוואכקייט. גראדע איז דער מצב פארקערט. צוליעב זיין שוואכקייט מזייף צו זיין קומט איהם זייער גרינג אן צו שרייבן. ווען ס'קומט איהם נישט אן גרינג, וואלטן מיר נישט געהאט זיינע ווערק... :lol: :roll:

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 12:44 am
דורך berlbalaguleh
דער געוואגטער יונגל: צוערשט, א גרויסן יישר כח פאר די מאסיווע ארבעט פון פארשן און זאמלען די אלע כתבי יד און דרוקסארטן וועלכע דו האסט דא אראפגעברענגט. איך האב געשלונגען מיט דארשט א יעדעס איינציגע ווארט. איך ווייס נישט וויאזוי איך האב געקענט פארפאסן אזא גרויסן, שיינעם און וויכטיגן אוצר. (איך ווייס יא. כ'עלל עס בלי"נ מתקן זיין.(
איך (און אנדערע) האב גארנישט געוואוסט אז אין קאווע שטיבל דרייצעך...אזא מלומד וחוקר גדול...! ארי עלה מבבל...!
איך ווינטש פאר דיר און אלע אנדערע חוקרים און מלומדים דא אויף קאווע שטיבל ווי ראובן און אדנירם ועוד...אז עטץ זאלט זיין כמעיין המתגבר. און צו שטעללן פרישע און שיינע סחורה, ספעציעל פון היסטארישן ווערד. ביי מיר איז אדורכטון היסטארישע פרשיות בעסער ווי אויפעסן א גאנצן טאפ פון קליינ'ס אדער מהדרין'ס בעסטע אייז קריעם. אדער געווינען דעם קאנטעס פון עסן פרענקס ביי נעיטענ'ס פעימאוס אין קאני איילענד... :lol: :like :o :|

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 11:00 pm
דורך [NAMELESS]
יא יא, פון א באלעגאלע איז א קאמפלימענט אויך ווערד איינצוקעשן.

שכח בערל פאר די ווארימע ווערטער.

Re: הרב (משה) חיים (אפרים) בלאך

נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2017 1:21 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס׳וואלט געווען ראטזאם ווען איינער קען אפיר ברענגען אלע ׳באקאנטע׳ מימרות קעגען ציוניזם און הרב קוק זצ"ל, וואס מקורם מפרי עטו פון בלאך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2017 6:47 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: לאמיר מדייק זיין אין דיינע ווערטער..."אלע מימרות קעגן ציוניזם פון הרב קוק זצ"ל"...אדער, אלע מימרות אקעגן ציוניזם. און פון הרב קוק זצ"ל"...?!...ילמדנו רבנו...דו קענסט שרייבן די תשובה נאך שבת...ייש"כ...!