אפשר איז שוין צייט פאר קאווע שטיבל צו נעמען א סטאטוס?!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל

אפשר איז שוין צייט פאר קאווע שטיבל צו נעמען א סטאטוס?!

שליחה דורך moshav zekeinim »

קאווע שטיבל האט זיך גענומען א מהלך, אז זיי זענען נאטראל, דא קען מען שרייבן סיי מיט די גאנצע משכילישע ברייטקייט באדערליין אמונה, און סיי מיט די פארפרומסטע כאראקטער. קאווע שטיבל איז נייס.

מיין שאלה איז נאר, פארוואס זאל קאווע שטיבל געבן א מכובד'דיגער פלאטפארם פאר די נאכשלעפער פונעם סיסטעם וואו אויסצורומען זייערע מנהיגים ורבנהם, בעת זיי האבן דיך פיינט און שפייען דיר אויס, פארן בלויזן חטא פון זיין וואס דו ביסט און פארן אקצעפטירן אנדערע שטרעמונגען וואס איז נישט לרוחם. פארוואס מאכן אזא שיין נאטראלער פנים צו זיי ווען זיי זענען מוכן דיר צן צורייסן לעבעדיגערהייט?!

און אגב, האבן די סיסטעם נאכשווענצלער נישט גענוג פלאטפארמעס וואו צו שרייבן זייערע אנשויאונגען אז זיי דארפן קומען אין קאווע שטיבל שרייבן. איז נישטא גענוג וואו אויסצורימען דעם סאטמאר רב און הרב קאניעבסקי'ן נאר און קאווע שטיבל?!

מיט די גאנצע רעספערט פארן זיך וועלן האלטן נאטראל און אביעקטיוו, אבער זיין נייס און אויפריכטוג האט אויך א שיעור. לדעתי דארף קאווע שטיבל נעמען א סטאטוס. כאראקטערס און שיטות וואס שפייען דיר אויס, דארף נישט דא אריין געלאזט ווערן.

כמאמר החכם: "אז מען ווארפט דיר ארויס, בוי דיר אן אייגענער הויז"
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר