בלאט 1 פון 1

עקסטרעמע קנאות אין פרשת ראה

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 12:17 am
דורך moshav zekeinim
עס איז אנגענומען ביי א סך ליבעראלע אידן צו שטיפן אן אגענדע, אז די תורה איז כאילו נאר נועם הליכות, אין די קנאות'דיגער מענטאליטעט איז א שפעטעריגע המצאה גענומען פון די קריסטן א.ד.ג.

עס פעלט אבער נישט אויס אויפצו ווייזן אז די ממשיכי מסורת היהדות במשך כל הדורות זענען פיל מיט קנאות בשם הדת. עס פעלט נישט אויס צו ברענגען קיין גמרות ומדרשים, וואו עס איז פול מיט אזעלעכע מעשים. מיר פארגעסן אדער נעמען נישט אין באטראכט אזעלעכע אפענע ווערטער ווי "מות יומת" "סקול יסקל" "באש ישרף" מיט די גאנצע ארבע מיתות כמבואר בחז"ל.

לאמיר נאר א בליק טאן אין פרשת ראה, און לאמיר זען וואס דארט טוט זיך.