בלאט 1 פון 3

וויפיל פראצענט פון שלום עליכם אשכול בלייבן דא?

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 7:10 pm
דורך שמואל פרימו
"איך האב זיך איינגעשריבן אין קאווע שטיבל, ווען איך האב געהערט פון א חבר און געזען אז דא רעדט מען זאכן פון וואס איך האב ליב, האב איך זיך איינגעשריבן און איך האף צו פארברענגען מיטן גאנצן עולם. איך מיין אז איך האב שוין פערציג ווערטער, יעצט האטס מיר א גוטן טאג..."

אזעלכע און ענליכע תגובות ליינען מיר כסדר אין דעם אויבערטשן אשכול מיטן נאמען "שלום עליכם - לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך". יעדע מאל עס שרייבט זיך דא איין א נייער ניק, עפענט ער צום ערשטן דארט אויף און שטעלט זיך פאר פארן עולם.

דער פראבלעם איז, אז א גרויסער פראצענט פון די דאזיגע ניקים, זענען דאס זייער איינציגסטער תגובה וואס בלייבט אין שטיבל, זינט דאן הערט מען מער נישט פון זיי. אמאל מאכט זיך אז איינער שרייבט צוויי תגובות, אדער אמאל דריי, אבער איבערגייענדיג די בלעטער שטעלט זיך ארויס אז א גרויסער פראצענט בלייבן נישט דא.

וואס איז דער דעת הקהל, וויפיל פראצענט בלייבן באמת דא עכטע שרייבער? - עס איז אויך אינטערעסאנט צו דעבאטירן, פארוואס שרייבער שרייבן זיך דא איין און לאזן די זאך לויפן, און וואס מען קען טון צו מאכן אז די דאזיגע שרייבער זאלן וועלן דא בלייבן.

נקודה למחשבה.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 7:14 pm
דורך ישמעאל הכהן
ס'איז גרינגער צו נעוואגירן אויפן זייטל ווען מ'האט א ניק, און ביים מאכן א ניק מוז מען זיך פארשטעלן. דער יו גאו

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:20 pm
דורך כפתור
ס'קען זיין אז נייע שרייבערס ווערן "אינטימידעטעד" פון די עלטערע און באקאנטע שרייבערס. ספעציעל פון די פראפעסיאנאלע שרייבערס ציווישן אונז. מ'קען טאקע ווערן פארלוירן (יא, איך רעד פון זיך אויך)

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 12:17 am
דורך ירח בן יומו
איך מיין אז די אלע זענען מבני חבורתינו,
ווען ס'פאלט זיי איין א געדאנק וואס זיי ווילן נישט שרייבן אויף די אייגענע נאמען (משום גילוי אדער פון מורא פון ווערען אנגעגרייפט פון די ותיקים וואס מ'האט שוין מיט זיי א חשבון) מאכען זיי אויף א הוראת שעה א נייע ניק.
(עסט וועטס ענק וואונעדערן ווען ביים ק"ש bbq, קאנטרי וכו' צאמקום וועלן נישט אנקומען קיין מנין וועט מען שוין געוואר ווערן וויפיל מענטשן זענען דא משתמע בשתי אנפין).

איך האב נאר איין ניק, עכ"פ אזוי הייטסט עס

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 12:26 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
מ׳רודעפט זייער שטארק דא נייע ניקים. דאס איז די סיבה פארוואס איך האב אויפגעהערט צו שרייבען. איך האב געהערט פין אנדערע אויך אז זיי האבען געהאט די זעלבע עקספיריענס.

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 12:30 am
דורך וכדומה..
אז דו רעדסט שוין איז אינטרעסאנט אנצומערקען א שיינע זאך, א מנהג פון אונזער באליבטן [tag]ראשעקאל[/tag],

נישט קיין חילוק צו דער ניי-געבוירענער ניק רעדט צום זאך, אדער צוברעכט זיך די ציין און קיעבארד ארויסצוקוועטשן א האלב אפגעבאקענע תגובה, קומט דער ראשעקאל און דערלאנגט אים א ברייטן שלום עליכם מיטן אפגעבן דעם ערשטן לייק פארן ניק. און אים געבן די ווארימע געפיל "יא, איר זענט וועלקאם, מאכט אייך באקוועם".

#לערנעןמדות

וויפיל פראצענט פון שלום עליכם אשכול בלייבן דא?

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 12:53 am
דורך קאסטנער
ראשקאל אין קאפקע

אויב זיכט איר אן אימזיסטע לייק שרייבט א תגובה אין די שלום עליכם אשכול אין זיי וועלען אוטמאטיש לייקן

Re: וויפיל פראצענט פון שלום עליכם אשכול בלייבן דא?

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 1:00 am
דורך ראשעקאל
שוין גראדע דא נאך אפאר וואס געבן....

Re: וויפיל פראצענט פון שלום עליכם אשכול בלייבן דא?

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 1:06 am
דורך ראשעקאל
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:מ׳רודעפט זייער שטארק דא נייע ניקים. דאס איז די סיבה פארוואס איך האב אויפגעהערט צו שרייבען. איך האב געהערט פין אנדערע אויך אז זיי האבען געהאט די זעלבע עקספיריענס.

ממש מ'רודף'ט???! ס'דא אפאר טשעפנאקעס וואס טשעפענען יעדעם - נייע און אלטע. זעהט אויס די נייע כאפן נישט אז ס'איז נאר אפאר מענטשן

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 1:12 am
דורך פידלער
ישמעאל הכהן האט געשריבן:ס'איז גרינגער צו נעוואגירן אויפן זייטל ווען מ'האט א ניק, און ביים מאכן א ניק מוז מען זיך פארשטעלן. דער יו גאו


מ'מיז זיך פארשטעלן ביים מאכן א ניק? איך האב נישט געוואוסט די הלכה.

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 1:20 am
דורך ישמעאל הכהן

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 9:34 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
ראשעקאל האט געשריבן:
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:מ׳רודעפט זייער שטארק דא נייע ניקים. דאס איז די סיבה פארוואס איך האב אויפגעהערט צו שרייבען. איך האב געהערט פין אנדערע אויך אז זיי האבען געהאט די זעלבע עקספיריענס.

ממש מ'רודף'ט???! ס'דא אפאר טשעפנאקעס וואס טשעפענען יעדעם - נייע און אלטע. זעהט אויס די נייע כאפן נישט אז ס'איז נאר אפאר מענטשן

קיינמאל נישט געטראכט דערפין. קען זיין ביסט גערעכט. ס׳חומר למחשבה.

וויפיל פראצענט פון שלום עליכם אשכול בלייבן דא?

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 10:04 am
דורך סאשי פיש
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:מ׳רודעפט זייער שטארק דא אלטע ניקים. דאס איז די סיבה פארוואס איך האב אויפגעהערט צו שרייבען. איך האב געהערט פין אנדערע אויך אז זיי האבען געהאט די זעלבע עקספיריענס.

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 10:10 am
דורך כוכב
ווער רודפט?

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 11:30 am
דורך שמואל פרימו
איך בין היבש ניי, קיינער האט מיר נישט גע'רודפ'ט.

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 12:23 pm
דורך סאשי פיש
כוכב האט געשריבן:ווער רודפט?

קיינער.
א נייע ניק מיינט אז וויבאלד ער איז ניי קען ער טון וואס ער וויל ווייל ער איז דאך ניי!!

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 12:37 pm
דורך moshav zekeinim
כוכב האט געשריבן:ווער רודפט?

איך קען זאגן פון מיין עקספיריענס, גלייך ביים אנהייב (נאך פאר איך האב אנגעהויבן שרייבן קאנטערווערשענל זאכן) האב איך געכאפט רעכט און לינקס פאר פאר ממש נארישקייטן.

פאר א ספעלינג מיסטעיק אין ענגליש האב איך געכאפט פון @ שמעקעדיג, פארן ארויס ברענגען מיין בענקשאפט נאך א געוויסן ניק, האב איך געכאפט פון @יתרו (אהא, דאס ביסטו אליין), און פארן עפענען אן אשכול "דאגה בלב איש" מיט אן ערנסטע כונה, האב איך געכאפט פון א הויפן ניקים ("אפשר הערסטו אויף צו קעקעצן די בצים" און ענליכע לשונות), און אפילו דער אינטעליגענטע שרייבער @הוגה האט זיך נישט אפגעהאלטן פון אפ'חוזק'ן אז איך בעט זיך צו הערן יענעם'ס צרות. בעת אין אישי האב איך באקומען חיזוק פאר דעם איינפאל האט מען אין פאבליק שוין מורא געהאט ארויס צו ברענגען ערווארטונג דערויף און עס איז דערפון גארנישט געווארן.

דורך @איך אויך האב "איך אויך" זוכה געווען צו כאפן א פאר פארציעס.

הכלל, יש דברים בגו

Re: וויפיל פראצענט פון שלום עליכם אשכול בלייבן דא?

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 1:27 pm
דורך דעת תורה
זעהסט דאך אז זיי האבן געהאט א גוטן שמעק. אפילו אויבנאויף איז אלעס געווען גלאטיג מיט דיר...

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 1:37 pm
דורך שמעקעדיג
moshav zekeinim האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:ווער רודפט?


פאר א ספעלינג מיסטעיק אין ענגליש האב איך געכאפט פון @ שמעקעדיג,

טאקע? כ'געדענק נישט. אפשר לינקסטו מיר אהין?
סיי וויאזוי, א טשעפנאק בין איך נישט (הגם כ'קען צומאל ארויספאלן פון די גלייזן, כ'בין נאר א מענטש), און אויב האב איך דיר וויי געטאן בעט איך דיר איבער ברבים.

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 3:38 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווען איך בין געווען ניי דא, האט מען מיר אויך אביסל געציפט, אבער כ'האב שנעל געזעהן אז די חברה זענען אין אלגעמיין אויך ציפערס. ס'איז אזוי ווי א נייע אינגעל אין קלאס, די פאר בוליס זענען כסדר פארנומען ווייזן מיט'ן פינגער, חחח ער איז די נייע אינגעל אין קלאס.

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 4:48 pm
דורך געוואלדיג
ביסט אמאל געווען ניי דא?

#כאנישגעוויסט

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 7:03 pm
דורך moshav zekeinim
שמעקעדיג האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:ווער רודפט?



פאר א ספעלינג מיסטעיק אין ענגליש האב איך געכאפט פון @ שמעקעדיג,

טאקע? כ'געדענק נישט. אפשר לינקסטו מיר אהין?
סיי וויאזוי, א טשעפנאק בין איך נישט (הגם כ'קען צומאל ארויספאלן פון די גלייזן, כ'בין נאר א מענטש), און אויב האב איך דיר וויי געטאן בעט איך דיר איבער ברבים.

איך בין זיך נישט געקומען דא אויסוויינען אדער ארויס ברענגען א טינא בלב אויף עימיצן, איך האב מיט מיינע ביישפילן נאר געוואלט ווייזן פון בלויז מיין ערפארונג אז דער עדיטוד פון טשעפעריי איז גאנץ פיין דא אין קאווע שטיבל.

שמעקעדיג, איך בין שווער מיט לינקן (איך בין א גערעכטער...) דעריבער וועל איך דיר בלויז זאגן וואו דיין טשעפע איז געווען, און דאס איז אין די מונה רוזנבלום אשכול, לשבחך מוז איך דערמאנען אז דו אליין האסט עס שפעטער ארויס גענומען.
אבער, אזא טשעפע איז גענוג אויף אוועק צו נעמען די חשק פון א מענטש צו שרייבן

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 7:07 pm
דורך moshav zekeinim
דעת תורה האט געשריבן:זעהסט דאך אז זיי האבן געהאט א גוטן שמעק. אפילו אויבנאויף איז אלעס געווען גלאטיג מיט דיר...

און מיט אזעלעכע שמעקערייען פארטרייבט מען גוטע פאטענציאנאלע שרייבערס