בלאט 1 פון 2

נפשיותדיגע פראבלעמען קענען משפיע זיין אויף גדולי ישראל?

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 10:54 pm
דורך אויבערלענדער חכם
אין אן אנדערע אשכול viewtopic.php?f=42&t=9249 האט מען דורך געשמועסט די ענין פון נפשיותדיגע פראבלעמען אין גדולי ישראל, אבער עס איז נישט געווען די עיקר נושא. זחלתי ורעדתי צו עפענען אזא אשכול, עס זאל נישט חס ושלום צוברענגען צו בזיון תלמידי חכמים, אבער מאידך גיסא איז עס גאר אינטערסאנטע נושא וואס איז כדאי אדורך צו שמועסען באופן פון תורה היא וללמוד אני צריך.

איך וויל בעטען מען זאל באגרעניצען די שמועס צו דורות האחרונים פאר צוויי סיבות. מען זאל נישט אריין גיין אין אישי התנ"ך ווייל לגבי זיי איז בעסער נאר אפצולערנען זייער פרעזענלעכקייט דורך די אויגען פון חז"ל. אויב האלט איינער אנדרעש זאל ער עפענען אן אנדערע אשכול וועגען דורות הראשונים. נאך א סיבה איז אז מיר האבען מער הסטורישע געשיכטע וועגען דורות האחרונים ממילא איז דער שמועס מער געגרינדעט אין פאקט.

דער נושא איז ווען קען מען אפטייטשען די מעשים אדער אפילו די שיטות פון גדולי ישראל אין די ליכט פון זייער טבעיותדיגע פרעזענליכקייט באופן כללי, אבער נישט דאס ממש איז די שמועס וואס איך בעט מען זאל דא אויסשמועסען. עס איז צו א ברייטע נושא און מיר וועלען קיינמאל נישט אנקומען. איך וויל בעיקר מען זאל רעדען צו א געוויסע נפשיותדיגע חולי אדער שוואכקייט קען אמאל זיין א סיבה פאר א געוויסע הנהגה אדער אפילו א כלליותדיגע הנהגה פון א גדול בישראל. היות עס איז דא גענוג וואס צו רעדען אן בזיון תלמידי חכמים, קענען מיר דאס דורך שמועסען נאר איז אזא אופן.
א מענטש וואס לייד פון די נערווען אדער פון אנדערע נפשיותדיגע פראבלעמען קען נאך אלץ זיין גאר א גרויסע מענטש. אדרבה ער קען זיין פון די גרעסטער אויב ער האט געקענט זיך מתגבר זיין וכו'. טראץ דעם אז ער איז גרויס קען מען אמאל פארשטיין זיין התנהגות לאור די ידיעה.

למעשה אין פריערדיגע דורות האט מען אנגעקוקט יעדער שוואכקייט אדער חולי אין עניני הנפש ווי א פגם, און ממילא האט מען עס נישט אנערקענט. אויב איינער איז משוגע געווארען און מען האט נישט געקענט מודה זיין דערצו, האט מען אמאל זיך איינגערעדט אז א דיבוק איז אין עם אריין וכו' וכו'.

היינט קוקט מען דאס אן גאר אנדרעש. מען פארשטייט אז פונקט אזוי ווי א מענטש קען ליידען פון א גופניותדיגע מחלה קען ער אויך ליידען נפשיותדיג. שולדיג איז ער נישט פאר קיין איינס פון זיי, אבער א מענטש דארף זיך זוכען מתגבר זיין איבער אלעס, וחולי הגוף וחולי הנפש בכלל.

די מאדערענע וועלט האט זייער ליב דאס צו טוהן. א קאנזערוועטיווע ראביי (כהן) האט געשריבען א בוך אין ווי א diagnosed דער הייליגע עמדין זי"ע מיט א חולי נפש. איך האב א סאך דורך געטוהן די ענין פון דער הייליגע עמדין, און מיר קומט אויס אז דער ראביי לא נגע ולא פגע אין פארשטיין דער גאר גאר גרויסע מענטש. דער יעב"ץ איז געווען פון די גרעסטער אחרונים. ער האט געשריבען מורא'דיגע גוטע ספרים און איז געווען אן אוצר פון חכמה. לעומת כן JJ Schachter האט געשריבען זיין dissertation און גוט ארויס געהאט דער מענטש.

וואס מיין איך ארויס צוברענגען? אז די וואס ווייקן זיך אין די תורה פון א גדול האבען א מעלה אין א חסרון לגבי קענען מחליט זיין די זאכען. זייער חסרון איז אז זיי זענען פארבלינדערט אינגאנצען, סיי מצד אמונת חכמים און סיי מצד אז זייענדיג יענעם'ס גדלות, קענען זיי זיך נישט לאזען גלייבען זיין פראבלעם. מאידך גיסא, זיי האבען א מורא'דיגע מעלה אז זיי קענען דער מענטש א סאך בעסער און פארשטיין אויך מער צו זיין לעבענסגייסט ווייל בבחינת מה לעבען זיי די זעלבע סארט לעבען.

לענינינו דארפען מיר סיי זוכען צו זיין וואס מער objective מען זאל קענען דערגיין דער אמת, אבער מצד שני מיר זאלען נוצען אונזער ידיעות זיך נישט לאזען אריין פאלען אין דמיונות.
איך וויל אנהייבען מיט די סטמר רב, רבי יואל זי"ע. ער איז א באקאנטע פיגור דא אין קאווע שטיבל ממילא האבען מיר א גרויסע מעלה אין קענען עם אפטייטשען. מאידך גיסא א סאך שטיבל גייער'ס זענען brainwashed איבער עם און וועלען נישט קענען ריכטיג זיין objective. איז דאס א ריכטיגע challenge מיט וואס אנצוהייבן.

איך וויל נישט געבען מיין אייגענע מיינונג. איך וויל נאר מציין זיין צו אן ארטיקל פון Allan Nadler satmar http://www.jewishideasdaily.com/824/fea ... he-satmar/ וואו ער diagnosed דער בעל ויואל משה מיט א case פון OCD. ער וויל מיט דעם מסביר זיין זיין מערכה קעגען ציונות, זיין פארנומען מיט צניעות, זיין קפידה אויף נקיות הגוף, עיי"ש.

איך בעט פון דער עולם שוקל צו זיין זיינע טענות און נוצען לאגיע (logic) זיי צו באשטעטיגען אדער אפרעגען.

הערה: Allan Nadler פלעגט זיין אן ארטאדאקס און דורך די השפעה פון חיים גראדע איז ער געגאנגען פון זיין אן ארטאדאקסישע רב צו קאנזערוועטיב. ער איז א ביסל א אידישיסט און קען גוט אידיש. האפנטלעך וועלען מיר קענען צונויף שטעלען א שיינע געשפרעכע און אפשר וועט ער אויך משתתף זיין.

ביטע קוקט אויפ'ן לינק, ליין עס גוט דורך, און נאכדעם זייט'ס מגיב. איך האף במשך די צייט שרייבען אויך מיין תגובה. נאכדעם וואס דער ענין אז דורך געשמועסט זאל מען ארויף ברענגען ענדליכע נושאים.
ייש"כ!

בקשה אישית: היות אז אידיש איז נישט מיין נאטורליכען שפראך זעה איך שוין אז איך האב געמאכט גאנץ א סאך גראבע טעויות אין גראמאטיקע און spelling, כל הקהל מזומן מיר צו פארבעסערען אין אן אישי. עס איז נישט כדאי ברבים ווייל עס וועט פאדרייען די שמועס. נאכדעם וואס תיקונים קומען אריין וועל איך מתקן זיין אויך די טעויות וואס איך באמערק אליין. ייש״כ!

Re: נפשיותדיגע פראבלעמען קענען משפיע זיין אויף גדולי ישראל?

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 11:17 pm
דורך [NAMELESS]
דא איז אביסל אויסגעשמועסט געווארן וועגן האדמו''ר מסאטמאר, viewtopic.php?f=8&t=6831&p=214070#p214070

נפשיותדיגע פראבלעמען קענען משפיע זיין אויף גדולי ישראל?

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 11:42 pm
דורך ירא שמים
אוי. סי. די. קען איך הערן ווען מזאגט עס אויף בריסקער רב אבער אויפן סאטמער רב דוכט זיך קומט עס נישט אריין ער האט זיך געהאט זיינע פאר זאכן וואס אויף דעם איז ער געגאנגען באש ובמים און א געוויסע מהלך המחשבה און דעטס איט כמיין חוץ פון נקיות פארן דאווענען האב איך נישט געהערט ער זאל האבן געווען אזא מחמיר בעניני הלכה .

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:08 am
דורך moshav zekeinim
פאר מען גייט ווייטער וויל איך קודם הערן אויף א אדם הגדול בענקים, א איד צו א גוי, וואס איז געווען "נארמאל". (איך בין נאך מסיפוק וואס דער גדר פון נארמאל איז בכלל, און וויפיל מענטשן אפילו פריווטע קענען מיט רעכט באטיטלט ווערן מיט דעם טיטל אן קיין עירעור).

איך מיין אז א מורם מעם איז מוכרח צו זיין אביסל פאני אדער דיסארדערט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 10:15 am
דורך קויפער
אנדערשקייט קען גרינג פארטוישט ווערן אלץ נפשיותדיג פראבלעמאטיש, יעדער בעל נפש קען לויט דעם אפגעמאלט ווערן אלץ פסיכאלגיש אומסטאביל און ווי טיפער אדער קריעטיוו א מענטש איז, אלץ מער אנדערש וועט ער זיין פונעם המון עם.

שטודיעס האבן שוין דאס אויפגעוויזן מערערע מאל, למשל די charts ווייזט א סעמפל וויאזוי menthal disorders זענען הויעך ביי שרייבער.

פונעם בוך The Creating Brain: The Neuroscience of Genius

Re: נפשיותדיגע פראבלעמען קענען משפיע זיין אויף גדולי ישראל?

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 10:30 am
דורך [NAMELESS]
די ארטיקל פון נאדלער איז באמת א שוואכע ארבעט און אפי' חוצפה'דיג, עס איז נישט גערעכט צו דיאגנאזירן א מענטש מיט ocd באזירט אויף איין קפידא וואס ער האט געהאט,
און האבן קיצוניתדיגע שיטות און האלטן שטארק דערפון האט גארנישט מיט ocd, וועט איינער זאגן אז הראי''ה זצ''ל האט געליטן אויף ocd צוליב זיינע עקסטרעמע לינקע שיטות? אדער נאר ווען עס איז עקסטרעם רעכט טראכט מען אזוי,

Re: נפשיותדיגע פראבלעמען קענען משפיע זיין אויף גדולי ישראל?

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:05 pm
דורך דעת תורה
ווער איז הריא"ה? און וואס הייסט לינקע שיטות?

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:08 pm
דורך אויבערלענדער חכם
מסתמא הרב יצחק אייזיק הערצאג

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:20 pm
דורך moshav zekeinim
מסתמא הראי"ה קוק

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:22 pm
דורך אויבערלענדער חכם
אם כן יש להקדים הא' להי' וגם לא היה מקיל בהרבה ענינים הלכתיים.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:25 pm
דורך יידל
גראדעמעכעלע האט געשריבן:די ארטיקל פון נאדלער איז באמת א שוואכע ארבעט און אפי' חוצפה'דיג, עס איז נישט גערעכט צו דיאגנאזירן א מענטש מיט ocd באזירט אויף איין קפידא וואס ער האט געהאט,
און האבן קיצוניתדיגע שיטות און האלטן שטארק דערפון האט גארנישט מיט ocd, וועט איינער זאגן אז הריא''ה זצ''ל האט געליטן אויף ocd צוליב זיינע עקסטרעמע לינקע שיטות? אדער נאר ווען עס איז עקסטרעם רעכט טראכט מען אזוי,


מ'רעדט נישט פון סאטמארער רב'ס שיטות נאר פון זיינע מעשים (כ'האב נישט געליינט נאדלער, נאר גם אני בחלומי,ליינענדיג מייזעלס' The Rebbe איז מיר גאר שטארק אויסגעקומען אז די התנהגות לגבי נקיות הגוף ועוד שטימט מיט איינער וואס קען זיך נישט באפרייען פון א דאגה אז אפשר איז ער נישט ריין - OCD כפי שכינוהו העכו"ם).

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:27 pm
דורך moshav zekeinim
הרב קוק האט זיכער "געליטן" פון עפעס וואס האט אים געטריבן צו זיין דאס וואס ער איז.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 12:58 pm
דורך berlbalaguleh
גראדעמעכעלע האט געשריבן:די ארטיקל פון נאדלער איז באמת א שוואכע ארבעט און אפי' חוצפה'דיג, עס איז נישט גערעכט צו דיאגנאזירן א מענטש מיט ocd באזירט אויף איין קפידא וואס ער האט געהאט,
און האבן קיצוניתדיגע שיטות און האלטן שטארק דערפון האט גארנישט מיט ocd, וועט איינער זאגן אז הריא''ה זצ''ל האט געליטן אויף ocd צוליב זיינע עקסטרעמע לינקע שיטות? אדער נאר ווען עס איז עקסטרעם רעכט טראכט מען אזוי,

אין אנדערע ווערטער:מענטשן וועלכע ליידן פון או.סי.די. האבן עקסטרעמע מיינונגען און טוען עקסטרעמע מעשים. אבער נישט א יעדער וועלכער האט עקסטרעמע מיינונגען אדער טוט עקסטרעמע מעשים ליידט פון או.סי.די....!
אמאל איז פארהאן מענטשן וואס אין זייער תכונות הנפש מוזן זיי אייביג אנפיהרן מערכות און מלחמות מיט די גאנצע וועלט. ווי דער יעב"ץ און זיין טאטע דער חכם צבי. אויך זייער אייניקל אדמו"ר מסאטמאר זצוק"ל...!

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 6:43 pm
דורך moshav zekeinim
מה לי ocd מה לי "מוזן"? אויב איז עס נישט איינס און די זעלבע, זענען אבער ביידע א שטיפ צו אומגעווענליכע מעשים, גוטע אדער שלעכטע.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 8:15 pm
דורך berlbalaguleh
moshav zekeinim האט געשריבן:מה לי ocd מה לי "מוזן"? אויב איז עס נישט איינס און די זעלבע, זענען אבער ביידע א שטיפ צו אומגעווענליכע מעשים, גוטע אדער שלעכטע.

מושב זקנים: "מוזן", קענמען ענדערש אריינלייגן אין די קאטעגאריע פון..."כאילו כפאו שד"...!איינער וואס האט אן אבסעסיע אדער טוט ער עפעס כאילו ער איז געצווינגען דאס צו טון. דאס קען אויסגעהיילט ווערן מיט מעדיצין און טעראפי. משא"כ ווען איינער האט עפעס אין זיין נאטור (תכונת הנפש) וועט ער זיך אייביג טרעפן אינמיטן פון א מערכה, מלחמה, קאמף אדער קאנטראווערסיע. פארשטייצעך לשם שמים...! און ער האלט אז מ'האט איהם געשיקט מן השמים צו ראטעווען דאס דור...!

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:15 pm
דורך שמעקעדיג
די וועלט זאגט (עס האט ערגעץ א מקור אויכעט) אז אויב איינער ווערט געבוירן אין מזל מאדים וועט עווענטועל זיין א בלוט פארגיסער. אן ערליכער איד וועט עס אלזא נוצן אויף מצוות, ווי ווערן א שוחט און מל זיין אידישע קינדער.

יעדע מדה קען מען אויסנוצן אויף צום גוטן און פארקערט. וואס זאל טון איינער וואס האט א נאטור פון פייטן? זאל ער כסדר פייטן פאר אידישקייט. שטייצעך נאכן פייטן מיט זיין אייגענעם יצה"ר...

דער סאטמאר רב ז"ל וואס איז באקאנט געווען אלס א לוחם מלחמת הקודש, האט אבער אויך געהאט אן אנדער חלק צו אים וואס די שרייבערס רעדן ווייניג דערפון. זיין אהבת ישראל און חסד איז דאך געווען אומבאשרייבליך.

אלא מאי, ער האט געטון וואס ער זעהט פאר ריכטיג מיט א מורא'דיגע קיצוניות. מען קען עס אנרופן, ער האט געליטן אויף ocd פאר אידישקייט. כן נראה לי.

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 10:09 am
דורך געוואלדיג
האי מאן דבחמה יהי גבר זיותן יהי אכיל מדיליה ושתי מדיליה ורזוהי גליין אם גניב לא מצלח האי מאן דבכוכב נוגה יהי גבר עתיר וזנאי יהי מ''ט משום דאיתיליד ביה נורא האי מאן דבכוכב יהי גבר נהיר וחכים משום דספרא דחמה הוא האי מאן דבלבנה יהי גבר סביל מרעין בנאי וסתיר סתיר ובנאי אכיל דלא דיליה ושתי דלא דיליה ורזוהי כסיין אם גנב מצלח האי מאן דבשבתאי יהי גבר מחשבתיה בטלין ואית דאמרי כל דמחשבין עליה בטלין האי מאן דבצדק יהי גבר צדקן אמר ר''נ בר יצחק וצדקן במצות האי מאן דבמאדים יהי גבר אשיד דמא א''ר אשי אי אומנא אי גנבא אי טבחא אי מוהלא אמר רבה אנא במאדים הואי אמר אביי מר נמי עניש וקטיל

שבת קנ"ו.

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 11:35 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: מיט די מידה איז דער סאטמאר'ע רבי זי"ע זצ"ל געווען א חד בדרא. געוויינליך א מענטש וועלכער איז א קנאי איז א בייזער און אומפריינטליכער מענטש. וועלכער רעגט זיך אויף אויף א יעדע קלייניגקייט. און ווייזט נישט ארויס קיין איבריגע פריינטליכקייט צו קיינעם. משא"כ דער סאטמאר'ע רבי . זיין פנים האט אייביג געשטראלט מיט אזא שטארקן שמייכל פון אהבת ישראל. נאר ווען ס'איז געקומען צו מילי דשמיא איז ער געווען שטארק ווי א לייב און געקענט שרייען מיט קולי קולות און זיך בייזערן. אויך האט ער זייער שטארק ליעב געהאט צו זאגן א ווערטל, אפילו אויף יענעם'ס חשבון בתנאי אז יענער זאלל מיט שמייכלען מיט איהם. אויב ער האט געזעהן אז דער בעל דבר האט נישט געכאפט דאס ווערטל אדער האט זיך באליידיגט האט ער איהם טויזנט מאל מפייס געווען. און ער האט נישט געמישט קיין פאליטיק מיט אהבת ישראל. אפילו א מענטש וועלכער איז נישט מיטגעגאנגען מיט זיין שיטה. האט ער איהם דאך געטרייט צו העלפן בכל יכולתו...!

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 11:55 am
דורך געוואלדיג
ר' בערל, אכן כך שמעתי פון הרה"צ ר' נפתלי לעבאוויטש שליט"א וואס איז געווען א הויז בחור ביים דבר"י און אזוי אויך דער תורה שרייבער פאר לאנגע יארן, אז סאטמאר רב האט איהם אמאל געזאגט "איך האב א סענ"ס א"ף יומע"ר און עס קאסט מיר טייער".

נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 1:52 am
דורך שמעקעדיג
און וואס איז מיט ר' עמרם בלוי?
די וואך זענען אלע ספרים פול געווען מיט דעם פנחס בן אלעזר דער קנאי, הנני נותן לו את בריתי 'שלום'. ווייל א קנאי מוז האבן דעם כח פון שלום אויכעט. עס איז תרי ריעין דלא מתפרשין.

נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 2:07 am
דורך אויבערלענדער חכם
שמעקעדיג האט געשריבן:און וואס איז מיט ר' עמרם בלוי?
די וואך זענען אלע ספרים פול געווען מיט דעם פנחס בן אלעזר דער קנאי, הנני נותן לו את בריתי 'שלום'. ווייל א קנאי מוז האבן דעם כח פון שלום אויכעט. עס איז תרי ריעין דלא מתפרשין.

1- די אשכול איז וועגען גדולי ישראל. איך ווייס נישט אויב ר' עמרם בלוי ז"ל גייט אריין אין די קטגוריה.
2- פינחס האט באקומען זיין "ברית שלום" ווייל ער האט מכפר געווען על בני ישראל. מיר הערען אזוי פיל וועגען קנאות און מיר פארגעסען אז די הויכפונקט פון די פרשה מיט פינחס איז געווען "ותעצר המגפה" - "ולא כליתי את בני ישראל בקנאתי" - לכן אמור הנני נותן לו את בריתי שלום! די דגש איז נישט אויף דעם הרג'נן איין איד נאר אויף דער ראטעווען טויזענטער.

נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 3:34 am
דורך berlbalaguleh
אז מ'רעדט שוין פון ר' עמרם בלוי. דער סאטמאר'ער רבי זצ"ל האט איהם אמאל געזאגט בדרך צחות אז ער וועט איהם אויפווייזן אז ער (רע"ב) איז דער גרעסטער ציוני וואס ס'נאר מעגליך.... וויאזוי...? פרעגט ער פארוואנדערט...? האט איהם דער רבי געענטפערט... ווען דו ווארפסט דיך אראפ אין פארנט פון א טראקטאר וואס איז געפיהרט דורך א ציוני, פארלאזסט דו דיך אז ער וועט זיך אפשטעלן. ס'הייסט אז דו האלטסט אז ער האט אין זיך מענטשליכקייט און איז נישט עלול אויף רציחה... ווען דו וואלסט געווען אן אמת'ער קנאי וואלסטו דיך נישט פארלאזט אז ער וועט זיך אפשטעלן...!

נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 9:23 am
דורך געוואלדיג
ר' בערל, דאס איז פון געלבמאן'ס בעקעריי, בריסקער רב האט דאס געזאגט.