בלאט 1 פון 1

Kave Shtiebel Summit

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 6:01 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט באקומען אויף אי מעיל א אינוועטעישאן צו די קאווע שטיבל סאממיט וואס גייט פארקומען אין קאנעטיקעיט.

לויט ווי די צייטונגען באריכטן גייט די סאממיט זיין דער ערשטער פון זיין סארט וואס גייט געבן אנווייזונגן פאר שרייבערליך אויפן שטיבל דא וויאזוי גוט אויס צו נעמען ביי די ליינער. לאנג ערפארענע שרייבער א שטייגער ווי [tag]שמעקעדיג[/tag] [tag]יאיר[/tag] און [tag]געפילטע פיש[/tag] גייען געבן ערשטהאנטיגע אנווייזונגן וויאזוי זיי האבן זיך ארויף געדראפעט אויפן לייטער פון סוקסעס.
א באזונדערע שיעור גייט געגעבן ווערן דורך [tag]מאראנצןזאפט[/tag] וויאזוי ער קאלעקט אזויפיל ערשט האנטיגע אינפארמעישאן אויף מענטשן, און וויאזוי ער מאכט אפ ווער ס'איז נעקסט אויף די רייע.
[tag]רויטע וואנצעס[/tag] גייט ערקלערן ווי גוט ס'פילט ווען מ'קען נוצן דעם מעקער. און אויך וויאזוי ס'כאפט אים אן א נערוו צו שרייבן א פאזיע אינמיטן העלן טאג.
[tag]ראשעקאל[/tag] גייט אונז אויס לערנען וויאזוי ער באקומט זיך אריין אין יעדע פריוואטע קעמרע און נעמט ארויס ערשט האנטיגע בילדער נאך איידער ס'ווערט אפילו ארויס געשיקט.
[tag]אבטולמוס[/tag] גייט אויך רעדן פון די נושא, און ספעציל פארוואס ער האט זיך דייקא אריינגעלאזט אין העקן קאמפיוטערס פון צייטונגען און נישט פון פריוואטע מענטשן.
[tag]כוכב[/tag] גייט האבן א קלאס מסביר צו זיין וויאזוי אויסצונוצן דעם טאג צום מאקסימום, און וויאזוי ער באווייזט צו ארבעטן, שרייבן תגובות דא, זיין א טאטע צו קינדער, דאווענען, עסן, און ארויסגעבן צייטונגן. אויך גייט ער דעם ערשטן מאל מגלה זיין ווי ער האט דערווישט דער בילד פון די קול מבשר עיטש קיו.
[tag]קופערניקוס[/tag] גייט פארציילן די גוטע געפיל ווען יעדע דריי וואכן פרעגט מען ווי ער איז אין די פארשווינדענע ניקס אשכול.
[tag]אדנירם[/tag] גייט מגלה זיין וויאזוי אנצוציען א הויעכע נומבער פון לייקס אין א קורצע תקופה, ווי אויך גייט ער ערקלערן פארוואס טראץ ער שטעלט זיך אהער אלץ א ברייטע קאפ איז ער אבער זייער איינזייטוג ווען עס קומט צו געוויסע חצרות חסידים און רבי'ס.
[tag]חקרן[/tag] גייט געבן דאטום'ס ווען ער גייט ווייטער שרייבן פון די לעווער. און פארוואס ער האט אים כעת איבערגעלאזט אין זיך גענומען צו רבי שמריה.
[tag]ונבנתה העיר[/tag] גייט צום ערשטן מאל פארציילן איבער א ווידיאו וואס ער האט געלאזט פרודעצירן און האליוואד מיט געדינגענע עקטערס און ס'האט אויף געשטורעמט די וועלט. אזאש אז אלע רבנים פונעם קלענסטן ביז רבי חיים האבן זיך געזעצט עס קוקן
[tag]לעיקוואד[/tag] גייט אויסלערנען וויאזוי מגייט אליין אריין אין ביזנעס אן קיין פארמיטלער וואס קענען צומאל מעקען.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 6:07 pm
דורך אפטעמיסט
גוט גוט...

וויפיל גייט קאסטן א טיקעט, $299?

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 6:15 pm
דורך [NAMELESS]
אפטעמיסט האט געשריבן:גוט גוט...

וויפיל גייט קאסטן א טיקעט, $299?

קלאר אז נישט. ס'גייט קאסטן פון $2000 און ארויף, ווענדט זיך אויף די סיעט. ענק מוזן פארשטיין אז מרעדט דא פון ערענסטע פראפעשענעל'ס וואס אלע פון זיי קומען מיט פראווען ריזאלטס אין זייער סאבדזשעקט. נישט קיין דאמירן בעלמא.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 7:21 pm
דורך רויטע וואנצעס
.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 7:27 pm
דורך I'm back
.

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 3:14 pm
דורך [NAMELESS]
איך זעה דער עולם געלייכט מער די BBQ ווי מיין סאממיט.

דער עולם קוקט אויס גלייבט נישט אינעם מאמר החכם; ביזנעס ביפאר פלעזשער

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 3:22 pm
דורך וכדומה..
איך מיין אז די חברה ווערן פשוט מיד, דא שלעפט מען זיי אין קאווע קאנטרי, דא צו א בארביקיו, דער שלעפט זיי צום אראבישן קאווע צימער און דער צום קאטוילישן, און יעצט א סאמיט אין קאנעקטיקעט?

וויפיל איז די שיעור אזויפיל ארומצושלעפן דעם עולם...?

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 11:17 pm
דורך Kool man
וכדומה.. האט געשריבן:איך מיין אז די חברה ווערן פשוט מיד, דא שלעפט מען זיי אין קאווע קאנטרי, דא צו א בארביקיו, דער שלעפט זיי צום אראבישן קאווע צימער און דער צום קאטוילישן, און יעצט א סאמיט אין קאנעקטיקעט?

וויפיל איז די שיעור אזויפיל ארומצושלעפן דעם עולם...?


אויך זעהט מען אז עזריאל וויל נישט באלמוטשען דעהם עולם, האט ער נאר געלאדענט א מספר מצומצם צום סאמיט, און ער רעדט זך גאהר אפ אז דער עולם קומט נישט אהן, ק"ש מעמבערס זענען ביזי גייס, אז מ'רופט נישט פערזענדליך קומט מען נישט :|