בלאט 1 פון 1
ווייסט איר פון א רב וואס שרייבט אויף קאווע שטיבעל?
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 6:06 pm
דורך קרעקער
ווער סהאלט מיט אלע אשכולות ווייסט אז פין צייט צי צייט קימט ארויף א חשד אז "סמוז זיין אז דער רב אליינס איבער וועם מרעד האט דאס געשריבען"
איך ווייס 100 איבער א רב פון די זעכציגער יארען, א געהעריגער באקאנטער רב, נישט קיין פאני אדער א זשאוקער, וואס שרייבט אין קוואע שטיבעל, און ער האט נאך געשריבען אין הייד פארק אין די הייסע צייטען, וואס דעמאלטס האבען אסאך געוויסט אז ער שרייבט
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 6:12 pm
דורך פארוואס?
.
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 6:21 pm
דורך [NAMELESS]
רבנים האב איך נישט באמערקט אבער שוחטים האבן זיך שוין יא אנגעוויזן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 6:21 pm
דורך moshav zekeinim
קען זיין אז דאס ביסטו...
איך ווייס פון א רב וואס ליינט קאווע שטיבל, איך ווייס אבער נישט צו ער שרייבט דא און ווי ווייט ער האלט מיט. אבער סיי ווי איז דער רב נישט פון די ליגע פון פראמינענטע רבנים.
און דער אמת איז אז עס מאכט נישט אויס, ווייל אונטערן טיש טוט מען א סך זאכן. דעריבער אפילו עס זאלן זיין אזעלעכע טיפוסים פון די פני הדור ווי ר' זלמן לייב פיליפ'ס, ר' שמאי גראסעס און ר' מיכל שטיינמעץ'עס וואס ליינע. אדער שרייבן דא איז עס נישט מעלה און נישט מורד.
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 6:40 pm
דורך שמואל פרימו
איך ווייס פון איינעם (יענער ווייסט נישט אז איך ווייס), וואס דא שרייבט ער זייער זייער ליבעראל, אבער אויף אן אנדערן פארום, וואס טראגט מער א פרומערע כאראקטער (נישט אייוועלט - פרומער ווי אייוועלט), שפילט ער גרויסע קנאי. לעצטנס איז דארט געווען א וואויט, אויב מען מעג ארויפלייגן ווידיאס וואס האבן בילדער פון פרויען (צניעות'דיגע), און ער האט פארפירט אז חס-ושלום וכו' וכו'... אבער דא שרייבט ער זייער ליבעראל, און זיין השקפה דא איז גענצליך פארקערט פון דארט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 6:59 pm
דורך lazar
וועלכע פארום איז פרומער פון אייוועלט?
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 7:03 pm
דורך קרעקער
פארדרייט נישט די אשכול
מרעדט דא וועגען רבנים
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 10:28 pm
דורך טאמבל סאס
עמיצער וואס מ'האט פאראויס געזאגט אז ער וועט אויפוואקסן א רב אבער סאמהאו זענען די נביאות נישט מקיום געווארן - קאונט אויך ?
Re: ווייסט איר פון א רב וואס שרייבט אויף קאווע שטיבעל?
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 10:39 pm
דורך אחד העם
טאמבאל ווער האט מנבא געווען אויף דיר?
און מהיכי אז די ביסט נישט קיין רב? [emoji12]
נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 1:27 am
דורך פידלער
שמואל פרימו האט געשריבן:איך ווייס פון איינעם (יענער ווייסט נישט אז איך ווייס), וואס דא שרייבט ער זייער זייער ליבעראל, אבער אויף אן אנדערן פארום, וואס טראגט מער א פרומערע כאראקטער (נישט אייוועלט - פרומער ווי אייוועלט), שפילט ער גרויסע קנאי. לעצטנס איז דארט געווען א וואויט, אויב מען מעג ארויפלייגן ווידיאס וואס האבן בילדער פון פרויען (צניעות'דיגע), און ער האט פארפירט אז חס-ושלום וכו' וכו'... אבער דא שרייבט ער זייער ליבעראל, און זיין השקפה דא איז גענצליך פארקערט פון דארט.
Actually, this sort of contrary-views writing has a lovely mesorah. They say that many maskilim spent half their days writing for money in Yiddish newspapers with a religious bent, and the other half writing out of love and idealism for maskilic newspapers and magazines (that paid less or nothing). The writers would often preach two opposing points of view on the same day -- depending which paper they were writing for.
Re: ווייסט איר פון א רב וואס שרייבט אויף קאווע שטיבעל?
נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 7:09 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך טוה אויך אזוי. איך פרעדיג מיין קינדער צו זיין וואויל און הארכזאם. דערנאך גיי איך אויף מיין פאון קעגען דער פסק פונ'ם צעטל דרוקער. ממש אן אמאליגע אידישיסט!
נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 8:40 am
דורך פידלער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך טוה אויך אזוי. איך פרעדיג מיין קינדער צו זיין וואויל און הארכזאם. דערנאך גיי איך אויף מיין פאון קעגען דער פסק פונ'ם צעטל דרוקער. ממש אן אמאליגע אידישיסט!
גיין אויף דיין פאון איז דיין גרעסטע עבירה? Not bad.
נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 11:08 am
דורך געוואלדיג
גיב אכטונג עס זאל זיך נישט צוברעכן ווען דו גייסט אויף דעם

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 11:23 am
דורך berlbalaguleh
אחד העם האט געשריבן:טאמבאל ווער האט מנבא געווען אויף דיר?
און מהיכי אז די ביסט נישט קיין רב? [emoji12]
איך ווייס איין קהילה אדער סעמינאר וועלכע וואלטן אויפגענומען טאמבל סאוס פאר א רב. דארט דאוונט מען אין ווייבער שול...

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 11:28 am
דורך [NAMELESS]
בערל, מיינסט אפשר צו זאגן אז דארט דאווענען די נשים אין די מענער שול?
נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 11:39 am
דורך berlbalaguleh
היינו הך. ס'איז די זעלבע זאך. (קען אריינגיין אין פאעזיע אשכול) שלי שלך ושלך שלי. די מענער שול ביי די ווייבער און די ווייבער שול ביי די מענער...

Re: ווייסט איר פון א רב וואס שרייבט אויף קאווע שטיבעל?
נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 12:44 pm
דורך גר ותושב
איך קען א הרב הצעיר וואס שרייבט דא אויף כמה ניקים זיין טאטע דע רב אליינס איז אמאל געפארן א מרחק רב ארויס צו ווארפן דע קאמפיוטער פון זיין זונס הויז.
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 8:28 pm
דורך גר ותושב
און איך קען אויך איינער א ת"ח וואס שרייבט דא
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 10:07 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
איך קען א חתן מדריך וואס שרייבט דא.
כ'מיין מדארף איהם אריינלאזן מאחורי
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 11:10 pm
דורך יהושע חיים
פון סתם א רב האבן מיר גארנישט, עס וועט גארנישט אויפטוהן, אבער א חתן מדריך קען זיין גאר ניצבאר, אסאך אינפארמאציע דא (און זיכער אין מאחורי ענינים)
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 11:20 pm
דורך אהבת ישראל
איך האב שוין עטליכע מאהל באמערקט שרייבען דאס ווארט " מאחורי " קען מיר איינער ביטע אויפלייכטען די אויגען וואס דער פשט פין דעם מאחורי ????
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 11:28 pm
דורך דולה ומשקה
דער ענפערן אויף דער שאלה זעלבסט פונם פותח האשכול "אויב ווייס איך פון א רב וואס שרייבט דא?". איז דער תירוץ ניין. איך ווייס נישט פרעזנטליך אפילו נישט בכלי שני ושלישי פון א רב וואס שרייבט דא. אבער דאס ווייס איך יא פון עטליכע וואס ליינען קאווע שטיבעל, אבער צו זיי שרייבען אויך - ווייס איך שוין נישט כאמור.
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 12:29 am
דורך געוואלדיג
יהושע חיים האט געשריבן:פון סתם א רב האבן מיר גארנישט, עס וועט גארנישט אויפטוהן, אבער א חתן מדריך קען זיין גאר ניצבאר, אסאך אינפארמאציע דא (און זיכער אין מאחורי ענינים)
נעם נישט ערנסט, ער האט געמיינט בדרך צחות.