בלאט 1 פון 1

הונט קולטור

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 2:09 pm
דורך moshav zekeinim
פון זינט איך געדענק מיך, קען איך דעם באשעפענישט וואס איז ביי א טייל דאס באליבסטע און גלייכצייטוג די פארפיינסטע, און דאס איז דער הונט.

שטענדיג ווען איך פלעג זען א הונט אויף די גאס בין איך אריבער די אנדערער זייט גאס. טאמער האט מיר א הונט אנגערירט מיין שפוץ הויזן האב איך עס באלד געטוישט מיט א געוואלדיגער אפשיי.

ווען איך פלעג גיין שפאצירן זומער צייט בערי השדה, פלעג איך ציטערן אימת מוות פון באגעגענען א גוי צו א גויה שפאצירן מיט א הונט, און אז עס האט יא פאסירט האב איך מיטן גרעסטן דרך ארץ יענעם באגריסט, כדי ער זאל נישט אנרייצן דעם הונט אויף מיר. פארשטייט זיך אז איך האב באלד געזאגט דעם טראדיציאנעלן "ולכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו" כדי איך זאל גערעטעט ווערן פונעם הונט.

א גוי מיט א הונט איז ביי מיר אטאמאטיש געווען א רשע, דער סימבאל פון עשיו, אפגעזען ווי שיין ער האט געגריסט. איך געדענק נאך דעם ניגון וואס איך האב געהערט אלץ יונגל: "הונט הונט הונט, דו ביסט עשו'ס קינד, אויב דו וועסט מיר בייסן, וועט פאטער יעקב דיך צורייסן". און דאס פלעגן מיר זינגען מיט א נקמה געפיל יעדעס מאל נאך מיר האבן זיך געשפירט באדרויעט פון א הונט.

א גוי מיט א הונט איז ביי מיר געווען א צווייטער באשעפעניש, אפילו צווישן די גוים. "אן ארנטליכער גוי פארמאגט נישט קיין הונט" - האב איך געגלויבט - דאס פארמאגן בלויז די ביליגע גוים. איך למשל נישט געקענט גלייבן אז א דאקטאר אדער א בעסערער גוי א.ד.ג. פארמאגט א הונט. פון א איד איז אפגערעדט, א איד, אפילו א שטארק מאדערנער, וואס האט פארמאגט א הונט איז ביי מיר באטראכט געווארן ווי א סייקאו.

אלס דוגמא ווי פוסט דער גוי איז, פלעג איך כסדר הערן אפ'חוזק'ן פונעם שייגעץ וואס לויט אין פארק מיט זיין הונט.
ביי אידן אדוקים בני אדוקים, וצידקתך'ניקעס מיט פארפרומטע פנים'ער, די וועלעכע זאגן דבר אחר אויף א חזיר, יום הקדוש אויף יום כיפור א.ד.ג. האב איך דאס ווארט כלב אדער הונט נישט געהערט, כף למד בית האט מען געדארפט זאגן

אונזערע אור אלטע מקורות זענען דווקא נישט געווען אזוי אויסגעשפראכן אנטקעגן הונט (לכלב תשליכין אותו), בעת מגדל זיין בהמות דקות איז פאר עקאנאמישע סיבות געווען אסור אויפצוהאדעווען, וואס גראדע ווייזט דאס נאכמער דאס פאזעטיווקייט צו הונט בימים ההם, ווייל צו וואס אויפהאדעווען הונט אויב עס זענען נישטא קיין שאף אויף וועמען צו היטן.

נאך מער, כאטש וואס לויט די מדרשים קומט אויס אז ביי די מצריים, כנענים און עמלקים, די פעלקער וועלעכע זיי און זייערע מעשים זענען אזוי פארהאסט אין די תורה, זענען הונט געווען גאר פאפולער, סיי אלץ שומר און סיי אלס טשאטשקע, און פינדעסטוועגן פארהאסט נישט די תורה זייער דאזיגער מנהג, ווייזט דאך לכאורה אויס אז דער אידישער שנאה צו כלבים האט זיך ערשט שפעטער אנטוויקלט.

פארשטייט זיך אז עס פעלט אויך נישט קיין אויסדרוקן בגנות הכלבים, ווי "כלב המת" וכדו' אבער אזעלעכעס זענען פארהאן אויך אויף זיין קאזין דער שועל. און טאמער דער טמאת הכלב נעמט זיך פון דעם, דאן איז דער אריה גאר א קדוש, וויבאלד דער גנות הכלב (והשועל) ווערט געווענליך געמאסטן כלפי דעם שבח האריה. מכאן שלא בא הכתיב ללמדינו אלא חשבתם בעיני בני אדם.

אין חז"ל זעען מיר אפילו א פאזעטיווער נוטריקון אויף כלב, ארויס ברענגענדיג א פאזעטיווער נאטור, כילו לב.

א

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 2:18 pm
דורך שמעקעדיג
viewtopic.php?f=4&t=3996

און אז מען רעדט שוין, דא איז א זיסע עפיזאדעלע פון יואב
viewtopic.php?f=4&t=6428

Re: הונט

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 2:43 pm
דורך דעת תורה
פונקט געזען לעצטנס אין יושר דברי אמת ווי ער גיט א משל אויף א יראה מענייני העולם, וואס מען קען מעלה זיין צו א יראה עילאה, זאגט ער אויב למשל קומט אים אקעגן א נכרי אדער א כלב.

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 3:04 pm
דורך רויטע וואנצעס

Re: הונט

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 3:12 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
מען זאגט נאך פין ר אייזיק שניטצלער ע"ה פין מאנסי.
אז פין ווי ווייסט מען אז אפגעפארנער וועט צוריק קומען זאגט אויב האט ער מורא פין א הונט האטער נאך די אידישע פינק אין זיך [emoji3]

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 4:40 pm
דורך berlbalaguleh
רבותיי: איך האב גארנישט צו זאגן איבער די סוגיה פון הונט. איך בין מסכים צו אלע זאכן וואס די חשוב'ע חברי הקאווע שטיבל האבן געזאגט. ס'איז מיר גארנישט שווער. אלעס איז שוין פארענטפערט...!

Re: הונט קולטור

נשלח: פרייטאג יולי 10, 2015 7:43 pm
דורך chaims
א שיינע מאמר וואס איך האב געליינט יארן צוריק אויף דעם נושא


http://musaf-shabbat.com/2011/10/20/%d7%9b%d7%9c%d7%91-%d7%99%d7%94%d7%95%d7%93%d7%99-%d7%90%d7%99%d7%aa%d7%9e%d7%a8-%d7%97%d7%99%d7%99%d7%a7%d7%99%d7%9f/

I can't believe I just said that...

נשלח: מוצ"ש יולי 11, 2015 10:16 pm
דורך moshav zekeinim
ישר כח חיימס, א הערליכער מאמר

נשלח: מוצ"ש יולי 11, 2015 11:53 pm
דורך berlbalaguleh
chaims האט געשריבן:א שיינע מאמר וואס איך האב געליינט יארן צוריק אויף דעם נושא


http://musaf-shabbat.com/2011/10/20/%d7%9b%d7%9c%d7%91-%d7%99%d7%94%d7%95%d7%93%d7%99-%d7%90%d7%99%d7%aa%d7%9e%d7%a8-%d7%97%d7%99%d7%99%d7%a7%d7%99%d7%9f/

I can't believe I just said that...

חיים'ס: ייש"כ. ס'איז א הערליכער מאמר. נאר ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער "רב" הקיבוץ ברענגט זיין ערשטן ציטאט דווקא פון חיים נחמן ביאליק. און נאכדעם, להבדיל, פון די גמ' און שו"ע און מהר"ל מפראג.

נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 1:17 am
דורך ונבנתה העיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:חו"מ סי' ת"ט: אסור לגדל כלב רע אא״כ הוא אפור בשלשלאות של ברזל וקשור בהם, ובעיר הסמוכה לספר מותר לגדלו, וקושרו ביום ומתירו בלילה.

הגה, וי״א דהשתא שאנו שרוין בין הגוים ואומות בכל ענין שרי, ופוק חזי מאי עמא דבר.

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 10:21 am
דורך ציבעלע-קיגל
moshav zekeinim האט געשריבן:פון זינט איך געדענק מיך, קען איך דעם באשעפענישט וואס איז ביי א טייל דאס באליבסטע און גלייכצייטוג די פארפיינסטע, און דאס איז דער הונט.



דו רעדסט פון די צוויי פיסיגע הינט אדער פון די פיהר פיסיגע?