בלאט 1 פון 1

"מאנטריאל'ע נייעס"

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 4:39 pm
דורך פראפעסאר שפירא
הכנסת אורחים אויפען 87 צוריק געפענט,

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 1:52 am
דורך זר זהב
דאס איז מאנטרילע נייעס ?

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 2:31 am
דורך דבילה
זר זהב האט געשריבן:דאס איז מאנטרילע נייעס ?


הערט זיך טאקע מער ווי אן עד, אבער פאר דעם היבש פארשלאפענע מאנטריאל איז דאס אויך נייעס... און א'מ'רעדט שוין, וואסיטאקע נייעס אין מאנטריאל?

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 2:33 am
דורך זר זהב
איך שוין יעדן איד וואס וואוינט אין מאנטריאל.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:24 pm
דורך זר זהב
אזוי שטיל איז אין מאנטריאל?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:25 pm
דורך שמואל הלוי
ראנג אשכול...
דא קומט דיין פראגע ;)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:34 pm
דורך שמעקעדיג
שמואל, כסדר א פאסיג ווערטל 8-)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 11:37 am
דורך חבקוק הנביא
שניי שטורעם ערווארטעט אין מאנטריאל, היינט נאכט אין מארגען, לכבוד חנוכה.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 11:45 am
דורך דער (פינטעל) איד
פארוואס זאל איינער וואוינען דארט אין אזא קאלטע פראנצויזישע דרעקישע שטאט וועל איך קיינמאל נישט משיג זיין

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 11:59 am
דורך יואב
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:פארוואס זאל איינער וואוינען דארט אין אזא קאלטע פראנצויזישע דרעקישע שטאט וועל איך קיינמאל נישט משיג זיין

גלייב מיך הלוואי זאל איך קענען וואוינען אין מאנטריאל. פארוואס איינער זאל וועלן וואוינען אין וויליאמסבורג צעקוועטש ווי סארדינס, הויעכע רענט, קיין פעני צו דער נשמה, גאן וויילענס, פארברעכן, משוגענע תפיסה אורטיילן, פאשקעווילן, עקסטרעמיסטן, קולות וברקים, אן קיין מנוחה אין יעדעס הינזיכט האב איך אויך קיין שום השגה. און אגב, מאנטריאל איז נישט אזוי, זוי, זוי מער צפון ווי ניו יארק. יא, ס'איז עטוואס קעלטער אין די ווינטער. אבער מאך נישט דעם קלימאט געפ פון מאנטריאל ביז ניו יארק, ווי מיאמי און סיביר.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 12:05 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אנטשולדיגט. דאס פארקערטע פון מאנטריאל איז נישט וויליאמסבורג , כהאב נישט געזאגט אז וויליאמסבורג איז יא אזוי גוט. סדא מאנסי מאנרא לעיקוואד לאנדאן. אבער עם כל זה איז מאנטריאל גאר ערגער פון וויליאמסבורג. און מאנטריאל איז רענט נישט ביליגער כמעט! און שנייט א גאנץ ווינטער. א רעלאטיוו קליינער היימישע עולם. וויליאמסבורג האסטע כאטש א לעבעדיגע שטאט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 12:41 pm
דורך יואב
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:אנטשולדיגט. דאס פארקערטע פון מאנטריאל איז נישט וויליאמסבורג , כהאב נישט געזאגט אז וויליאמסבורג איז יא אזוי גוט. סדא מאנסי מאנרא לעיקוואד לאנדאן. אבער עם כל זה איז מאנטריאל גאר ערגער פון וויליאמסבורג. און מאנטריאל איז רענט נישט ביליגער כמעט! און שנייט א גאנץ ווינטער. א רעלאטיוו קליינער היימישע עולם. וויליאמסבורג האסטע כאטש א לעבעדיגע שטאט



ביזט גערעכט אז וויליאמסבורג איז נישט די פארקערטע פון מאנטריאל. אבער מאנסי מאנרוי זענען נאר בעסער אין געציילטע הינזיכטן. לעיקוואד איז עטוואס בעסער, און לאנדאן? הממ.

רענט איז יא ביליגער, און מארטגעדשעס קען מען קריגן סאך גרינגער און ביליגער אין מאנטריאל.

א רעלאטיוו קליינע היימישען עולם? נאך א מעלה צו בעפארצוגן א לעבן אין מאנטריאל.

שניי? איך זאג דיך דו מאכסט דאס מער ווי ס'איז. אין מאנסי לעקט מען נישט קיין האניג ווינטער, און אין מאנטריאל איז מען נישט איינגעשפארט אינדערהיים א גאנץ ווינטער.

וויליאמסבורג א לעבעדיגע שטאט מיינסטו די פייער טראקס וועלעכע לעכערן די אויערן פיר און צוואנציג שעה, די (נישט) פארקינג, אדער די פראטעסטן,מחאות, פאשקעווילן און שיסערייען?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 3:29 pm
דורך שמעקעדיג
כיואב ועוד, מאנטריאל האט א געוויסע חן און רואיגקייט וואס ניו יארק האט נישט.
דער קלענערער עולם איז איין מעלה,
די נארמאלע רעגירונג, עקאנאמיע, פאליציי, פאליטיק איז נאך א מעלה,

מיט די שניי גיבן זיי זיך גאנץ גוט אן עצה מיט א ספציעלע סיסטעם פון טראקס, מען שארט נישט די שניי אין דיי זייט נאר מען נעמט עס אוועק לחלוטין. משא"כ ביי אונז אין ברוקלין (כ'רעד שוין נישט פון בלומברערג'ס אנזעץ פאר צוויי יאר צוריק :twisted: ) און אפילו אין מאנסי/קרית יואל בלייבט די שניי אין די זייטן פאר די נעקסטע פאר וואכן.

ניו יארק סיטי איז די ערגסטע פלאץ צו וואוינען. אויסער פאר די מאנכע וועלכע גלייכן קיינמאל נישט צו שלאפן..

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 11:16 pm
דורך חבקוק הנביא
והשלג ירד על הארץ

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 11:14 pm
דורך יואב
יואב האט געשריבן:
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:אנטשולדיגט. דאס פארקערטע פון מאנטריאל איז נישט וויליאמסבורג , כהאב נישט געזאגט אז וויליאמסבורג איז יא אזוי גוט. סדא מאנסי מאנרא לעיקוואד לאנדאן. אבער עם כל זה איז מאנטריאל גאר ערגער פון וויליאמסבורג. און מאנטריאל איז רענט נישט ביליגער כמעט! און שנייט א גאנץ ווינטער. א רעלאטיוו קליינער היימישע עולם. וויליאמסבורג האסטע כאטש א לעבעדיגע שטאט



ביזט גערעכט אז וויליאמסבורג איז נישט די פארקערטע פון מאנטריאל. אבער מאנסי מאנרוי זענען נאר בעסער אין געציילטע הינזיכטן. לעיקוואד איז עטוואס בעסער, און לאנדאן? הממ.

רענט איז יא ביליגער, און מארטגעדשעס קען מען קריגן סאך גרינגער און ביליגער אין מאנטריאל.

א רעלאטיוו קליינע היימישען עולם? נאך א מעלה צו בעפארצוגן א לעבן אין מאנטריאל.

שניי? איך זאג דיך דו מאכסט דאס מער ווי ס'איז. אין מאנסי לעקט מען נישט קיין האניג ווינטער, און אין מאנטריאל איז מען נישט איינגעשפארט אינדערהיים א גאנץ ווינטער.


וויליאמסבורג א לעבעדיגע שטאט מיינסטו די פייער טראקס וועלעכע לעכערן די אויערן פיר און צוואנציג שעה, די (נישט) פארקינג, אדער די פראטעסטן,מחאות, פאשקעווילן און שיסערייען?

עה העם!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 11:12 pm
דורך מאן דאמר
א חסידישער אינגערמאן איז געשטאכן געווארן ביים ארויסקומען פון באנק אף מאנטריאל.
די מאטיוו איז נישט קלאר, ס׳גייט שמועות אז ס׳רעדט זיך פון א האס פארברעך

נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 3:28 am
דורך שלמה המלך
נישט געשטאכען נאר דערשטיקט מיט די האנט!
ווער ווייסט וויזוי די אינגערמאן הייסט?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 3:43 am
דורך מבקר
שלמה המלך האט געשריבן:ווער ווייסט וויזוי די אינגערמאן הייסט?

שלמה זלמן ראזענבערג
www.vosizneias.com/212904/2015/08/21/montreal-violent-attack-sends-chasidic-man-to-hospital-in-outremont/