בלאט 1 פון 3
הלכות כסוי הרגל לנשים
נשלח: מוצ"ש יולי 11, 2015 11:10 pm
דורך ירא שמים
כהאב געליינט דעם מאמר
שוק באשה ערוה היכן הוא אויף ספרים בלאג וואס איך קלער איז די נקודות פונ'ם מאמר איז ווערט צו דיסקוסירט ווערן מיט די חשבע חברים דא
אשר על כן שרייב איך דא די נקודות פונ'ם מאמר אויף וואס איך האף די עולם וועט צולייגען און אויפקלערן און אויסגראדן:
מקום השוק איז א מחלוקת הפוסקים און רוב פוסקים נעמען אהן דאס איז חלק התחתון מהרגל.
די מ"ב לעומת זאת נעמט אהן כדעת מיעוט הפוסקים אז סאיז חלק העליון.
יעצט בנוגע לכסוי הרגל לאשה איז להפוסקים אז שוק איז די אויבערשטע, דארף ווערן צוגעדעקט נאר ביז צו די קני,
ווידער להפוסקים אז ס'איז די חלק התחתון דארף ווערן צוגעדעקט ביז צו די קרסולים, און אז א טפח דערפון איז מגולה טאר מען נישט זאגן קעגן דעם א דבר שבקדושה, און זאקן הייסט נישט קיין כסוי פונקט ווי פאר העכער די קני.
די מנהג: משנים קדמוניות פלעגט מען גיין צוגעדעקט עד הקרסולים ומשום סיבה בלתי ידוע האט מען מקצר געווען די קליידער (זיין השערה איז ווייל די ציוניסטישע יוגנט מוידן זענען אזוי געגאנגען), ווייסט איינער ווען מ'האט געטוישט אויף קורצע? פארן קריג? נאכן קריג?
אבער לויטן נייעם מנהג איז געווארן א נייע הלכה אז מ'דארף גיין זאקן, און נישט סתם זאקן נאר דיקע אדער שווארצע זאקן
להלכה: קליידער: ביז צו די קנעכל לרוב פוסקים, להמ"ב ביז צו די קני.
זאקן: איז מען נישט מחויב צו גיין אלס ערוה (אלס וואס יא ווייס איך אויך נישט, אפשר אלס עוברת דת יהודית)
נשלח: מוצ"ש יולי 11, 2015 11:27 pm
דורך berlbalaguleh
ירא שמים: איך בין נישט קיין פוסק. נאר א פשוט'ער בעל עגלה. אבער איך ווייס איין זאך. ווער ס'באקומט הירהורים רעים פון זעהן א פוס פון א פרוי, דארף ענדערש גיין אויף טעראפי אדער קיין אווענעלל, ניו דזשערסי. ווי איידער איבערדרייען דעם שולחן ערוך...!
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
נשלח: מוצ"ש יולי 11, 2015 11:29 pm
דורך שמערל
שוין פארהאן גענוג אשכולות איבער די נושא
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
נשלח: מוצ"ש יולי 11, 2015 11:39 pm
דורך ירא שמים
שמערל האט געשריבן:שוין פארהאן גענוג אשכולות איבער די נושא
סאו וואט ?!מיט דיין ווייב רעדסטו נאר נייע זאכן ?!
איך בין שולדיג אז פאר צוויי יאר צוריק האט איינער גערעדט וועגן דעם?!
הלכות כסוי הרגל לנשים
נשלח: מוצ"ש יולי 11, 2015 11:45 pm
דורך ירא שמים
berlbalaguleh האט געשריבן:ירא שמים: איך בין נישט קיין פוסק. נאר א פשוט'ער בעל עגלה. אבער איך ווייס איין זאך. ווער ס'באקומט הירהורים רעים פון זעהן א פוס פון א פרוי, דארף ענדערש גיין אויף טעראפי אדער קיין אווענעלל, ניו דזשערסי. ווי איידער איבערדרייען דעם שולחן ערוך...!
האב איך דערמאנט א ווארט פון הרהורים?
און ווער פונקטליך דרייט איבער דעם שלחן ערוך?!
נשלח: מוצ"ש יולי 11, 2015 11:58 pm
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:ירא שמים: איך בין נישט קיין פוסק. נאר א פשוט'ער בעל עגלה. אבער איך ווייס איין זאך. ווער ס'באקומט הירהורים רעים פון זעהן א פוס פון א פרוי, דארף ענדערש גיין אויף טעראפי אדער קיין אווענעלל, ניו דזשערסי. ווי איידער איבערדרייען דעם שולחן ערוך...!
האב איך דערמאנט א ווארט פון הרהורים?
און ווער פונקטליך דרייט איבער דעם שלחן ערוך?!
ירא שמים: אז מ'דינגט זיך וואו דער שוק פון א אשה איז, אויבן אדער אונטן, איז א סימן אז עפעס טויג נישט. און מ'דארף עס מתקן זיין.
אויך איז מיר א חידוש אז דו פרעגסט נישט וואו איז דאס "אווענעלל". און וואס טוט מען דארט...
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 12:26 am
דורך שמערל
אנטשולדיגט ניטאמאל אין חלום זאל דיך דאכטן אז איך וואלט חתונה געהאט מיט דיר.
עס איז פארהאן דא תקנות, און איינע פון זיי איז אז אז איידער מען עפענט א נייע אשכול, ברויך מען טוהן די מינימאלע אנשטרענגונג צו זעהן אויב עס איז נאכנישט פארהאן קיין אשכול איבער די נושא, און אויב איז שוין דא, ביסטו גערן געלאדענט צו ארויפלייגן דיינע הערות אינעם דארטיגן אשכול, ווי מיר אלע וועלן בכובד ראש איבערגיין און מעיר זיין אויף דיינע חידושים.
דו קענסט נישט ערווארטן אז דער עולם זאל דא איבערשרייבן זייערע מיינונגען נאכאמאל יעדעס מאל וואס פרישער גאסט רוקט זיך דא אן, און אז דו האלטסט נישט ביים זיך צושטעלן, קענסטו רואיג ווייטער שמועסן מיטן באלעגאלע.
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 12:43 am
דורך berlbalaguleh
שמערל: דו האסט דא געשאסן אן אטאמישע באמבע. ווי מיין רבי אין חדר פלעגט צו זאגן...געכאפט צוויי האזלעך מיט איין שאס. דו האסטיך צולאזט אויפ'ן ירא שמים מיט אזא שרעקליכן אויפברויז אז איך האבמיך דערשראקן. מה חרה אפו וחמתו בערה בו. כ'האב מורא אז דער טשאלנט איז נישט גוט אראפגעגאנגען. אדער אפשר די הערינג און גאלע ביי קידושא רבא אין ביהמ"ד נאך מוסף. אז דו ווילסט נישט מגיב זיין אויף דעם מאמר פון ירא שמים, איז נישט. קיינער צווינגט דיך נישט. פאזשאלוסטא...נאכדעם סטראשעסטו איהם אז ער קען שמועסן מיט'ן באלאגאלע. זיכער. איך בין נישט אזוי שטארק אנגעצויגן. מוצש"ק איז ביי מיר איינס פון די פרייליכסטע זמנים...!
נ.ב.: א ביסל אלקא-סעלצער איז זייער גוט פאר'ן מאגן נאך א טשולנט. אפשר טאמס אויכעט...
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 12:47 am
דורך ירא שמים
שמערל האט געשריבן:אנטשולדיגט ניטאמאל אין חלום זאל דיך דאכטן אז איך וואלט חתונה געהאט מיט דיר.
עס איז פארהאן דא תקנות, און איינע פון זיי איז אז אז איידער מען עפענט א נייע אשכול, ברויך מען טוהן די מינימאלע אנשטרענגונג צו זעהן אויב עס איז נאכנישט פארהאן קיין אשכול איבער די נושא, און אויב איז שוין דא, ביסטו גערן געלאדענט צו ארויפלייגן דיינע הערות אינעם דארטיגן אשכול, ווי מיר אלע וועלן בכובד ראש איבערגיין און מעיר זיין אויף דיינע חידושים.
דו קענסט נישט ערווארטן אז דער עולם זאל דא איבערשרייבן זייערע מיינונגען נאכאמאל יעדעס מאל וואס פרישער גאסט רוקט זיך דא אן, און אז דו האלטסט נישט ביים זיך צושטעלן, קענסטו רואיג ווייטער שמועסן מיטן באלעגאלע.
וועגן די עצם זאך אז מדארף זוכן וועל איך נישט יעצט רעדן אבער איך האב גראדע יא געזוכט אביסל און נישט געפונען
אפשר קענסטו מיר זאגן וויפיל איז די שיעור פון די חיוב פון זוכן ? און פאר ווי לאנג צוריק מעג האבן געווען יענע אשכול ,
ראובנ׳ס אשכול פון אורך השמלה האט נישט קיין שייכות מיט דעם שמועס , נו געב א לינק בבקשה.
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 1:37 am
דורך שמערל
הלכות כסוי הרגל לנשים
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 2:08 am
דורך ירא שמים
אקעי ס׳נישט קיין אשכול וועגן דעם ס״ה איין תגובה פון איבער איאר צוריק וואס זאגט וואס איך זאג און חוץ מזה איז נישטא דארט גארנישט קיין חידושים בענין זה ,און דאס האב איך געדארפט צו געפונען!! און וואוזוי פונקטליך וואלט איך געקענט אנהייבען א שמועס דערוועגן ?! און חוץ מזה רובם ככולם פון די שרייבערס דארט זענען נישטא מער אדער כמעט נישטא מער און רוב פון היינטיגע אקטיווע מעמבערס זענען מן הסתם נישט אנגעקומען צו ליינען יענע תגובה ,
איז דיין קריטיג איז פשוט אוממענטשליך צו לייגען צוגרינד מיין ארבעט ,
אלזא כצווינג קיינעם נישט איבערצושרייבען זייערע געוואלדיגע חידושים אין דעם נושא ,
איז ווער סהאט שוין געשריבען זאל לינקען צו וואס ער האט געשריבען ,
און ווער נישט און האט וואס צוצעלייגען איז מכובד
א גוטע וואך.
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 2:13 am
דורך כוכב
ירא שמים ביזט גערעכט, און שמערל'ס קריטיק איז נישט אין פלאץ. זייער גוט פאר'ן עפענען דעם וויכטיגן אשכול.
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 2:37 am
דורך [NAMELESS]
ייש''כ פארן עפענען די טעמע.
צוויי געדאנקן,
א - לויט די בילדער פון אינדערהיים קוקט מיר אויס אז יענער איז נישט גערעכט מיט זיין השערה אז די קורצע קליידער האט מען ערלויבט אלץ תגובה צו ציונות. קען זיין איך בין נישט גערעכט זאל דאס א גרעסערע מומחה ווי מיר אנאליזירן.
ב - לגבי די עצם טענה אז אויב מ'זאל אנעמען כדעת רוב הפוסקים אז שוק מיינט אונטן מיינט דאס שוין דוקא קליידער און נישט זאקן בין איך נישט זיכער צו מ'קען נישט זאגן אנדערש. סוכ''ס איז דאס נאר ערוה לגבי צניעות וקריאת שמע און נישט עפעס וואס ס'רייצט אן אז מ'זאל זאגן אז מ'טאר נישט גיין שמאל געפאסט, ע"כ י"ל אז זאקן איז גענוג.
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 3:15 am
דורך יהושע חיים
געהערט בשם הרב אלישיב (נאר מפי השמועה) בנוגע נא"ד טייט"ס אז אויף וויפיל עס דארף זיין צוגעדעקט איז דאס צוגעדעקט
עס זעהט מיר אויס אז ער גייט לויט די משנה ברורה אבער אזוי ווי דאס איז נישט געשריבן ווייס איך נישט זיין הסבר
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 3:35 am
דורך דעת תורה
וואס עפעס איז זאקן נישט קיין כיסוי? וממוצא הדבר אתה למד, דלדידן דמחמירינן לכסות גם חלק התחתון, אין שום חילוק כלל בין למעלה מהברך או למטה, ואין שום ענין הלכתי לכסות לא עד הברך ולא למטה ממנה בחצאית.
דער גאנצער שמועס איז נאר אפשר אז ס'איז נישט איידל, אמאל האט עס געהייסן א געפערליכע פריצות אז מען גייט נאר ביז די קני (עיין הקו"ק מרבני ירושלים על זה), ווייל זיי זענען געווען געוואוינט צו גיין ביז דער ערד, כהיום וואס אין די וועלט גייט מען מיט פיל קורצערע סקירטס איז נישטא קיין סיבה אונז זאל מיר זאגן אז ביז די קני איז צניעות העכער נישט, און זיכער נישט צו פארלאנגען 4 אינטשעס אונטער די קני.
אפשר אין די ניי אנטדעקטע חלק 'שו"ע הלכות צניעות" (געזען די וואך אינעם לוח המודעות) איז דא א מקור אויף דעם.
(ר' משה פיינשטיין רעדט וועגן פרויען וואס גייען נישט מיט קיין שטרימפ כפי פסקו של המ"ב וצידוד החזו"א, ואינו ענין לכאן כלל).
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 4:29 am
דורך געפילטע פיש
דאס וואס ער זאגט אז דאס גיין קורצע קליידער איז געווען קעגן די תנועת נוער הציוני איז הוילע פאנטאזיעס עט בעסט, אדער גאר סילוף במזיד, וואס יעדער מיט אויגן וואס האט נאר אמאל געזען בילדער פון דעמאלס קען זיך אליינס איבערצייגן.
אידן האבן אלעמאל מער ווייניגער מיטגעגאנגען מיט די קליידער וואס די ארומיגע געזעלשאפט האט געטראגן, חוץ חסידישע מענער וואס זענען געבליבן מיט די לאנגע בגדים, און די רעביצינס זייער רביצינישע קאפ צודעק.
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 9:01 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער יסוד פון צניעות איז לאו דוקא דאס רייצען. א מענטש מיט א בעלעבתישקייט, אן ערנסטע בליק אויף זיך גייט אנגעטוהן בכבוד'יג אין א אופן וואס באהאלט זיין פריוואטע זאכען. גייען אין 'צניעותדיגע' שלאפקליידער אין גאס איז א פריצות. וועגען דעם אז מ'רעדט פון דער חיוב צוצודעקען דער שוק, מיינט מען נישט נאר דאס רייצען מענער, נאר בעיקר צודעקען פריוואטע חלקים פון גוף, וואס דאס ווערט באשטעטיגט לויט'ן פארשטאנען פון חז''ל.
הנלע''ד כתבתי.
ליטוואק החופ''ק ק''ש
מלפנים בודאפעסט יצ''ו
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 9:15 am
דורך שמערל
ירא שמים האט געשריבן:אקעי ס׳נישט קיין אשכול וועגן דעם ס״ה איין תגובה פון איבער איאר צוריק וואס זאגט וואס איך זאג און חוץ מזה איז נישטא דארט גארנישט קיין חידושים בענין זה ,און דאס האב איך געדארפט צו געפונען!! און וואוזוי פונקטליך וואלט איך געקענט אנהייבען א שמועס דערוועגן ?! און חוץ מזה רובם ככולם פון די שרייבערס דארט זענען נישטא מער אדער כמעט נישטא מער און רוב פון היינטיגע אקטיווע מעמבערס זענען מן הסתם נישט אנגעקומען צו ליינען יענע תגובה ,
איז דיין קריטיג איז פשוט אוממענטשליך צו לייגען צוגרינד מיין ארבעט ,
אלזא כצווינג קיינעם נישט איבערצושרייבען זייערע געוואלדיגע חידושים אין דעם נושא ,
איז ווער סהאט שוין געשריבען זאל לינקען צו וואס ער האט געשריבען ,
און ווער נישט און האט וואס צוצעלייגען איז מכובד
א גוטע וואך.
הייסט שוין נאכן לינקן, האסטו ניטאמאל גענומען די מי עס אדורכצוליינען און זען אז עס איז דא דארט מער ווי צען תגובות אין די נושא.
און ניין דיין עולה איז נישט פארן נישט זוכן, ביסט נישט ערווארטעט עס צו טרעפן, פארהאן אבער א אשכול איך זיך א אשכול, געמאכט פאר אט די סיבה - צו פרעגן אונזערע חברים דא ווי מען האט שוין אויסגעשמועסט דא א נושא, וואס פאר עפעס א סיבה וועט מען די נייע ניקים ניטאמאל פאר א רפואה טרעפן דארט.
למעשה אבער וויבאלד כוכב - אונזער חשובסטער ניק, וואס לייגט דא אריין די מערסטע ארבייט אין קאווע שטיבל, האט בחוות דעתו איינגעזען אז מיין קריטיק איז נישט אין פלאץ, א"כ בטלה דעתי כקלופת השום, ועלה והצלח.
הלכות כסוי הרגל לנשים
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 11:59 am
דורך ירא שמים
געפילטע פיש האט געשריבן:דאס וואס ער זאגט אז דאס גיין קורצע קליידער איז געווען קעגן די תנועת נוער הציוני איז הוילע פאנטאזיעס עט בעסט, אדער גאר סילוף במזיד, וואס יעדער מיט אויגן וואס האט נאר אמאל געזען בילדער פון דעמאלס קען זיך אליינס איבערצייגן.
אידן האבן אלעמאל מער ווייניגער מיטגעגאנגען מיט די קליידער וואס די ארומיגע געזעלשאפט האט געטראגן, חוץ חסידישע מענער וואס זענען געבליבן מיט די לאנגע בגדים, און די רעביצינס זייער רביצינישע קאפ צודעק.
זינט איך געדענק ווייסען אלע אז גאר לאנגע קליידער איז א מאדע , ודבר זה אומר דרשוני וועלכע מאדע איז עס ? פון די גוים ? וועלכע גוים גייען דען אין לאנגע קליידער ?! אפשר די אראבקעס ? לויט זיין טעאריע וואלט איך געקענט פארשטיין פון וואו ס׳קומט אבער אז דו זאגסט מיר אז סשטומט נישט מיטן מציאת איז הדרא קי׳ לדוכתי׳.
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 12:11 pm
דורך moshav zekeinim
שמערל, איך פארשטיי לכתחילה נישט דער ענין פון אזא שארפקייט צו איינעם וואס איז געקומען מיט א אויפריכטיגקייט בארייכערן דעם שטיבל, און אז עס זאל שוין זיין א טעות פון אים, איז עס בסך הכל א טעות, און ווייט נישט אזא מוגזם'דיגע עוולה אויף זיך ערלויבן יענעם צו באוואשן אזש אים צו פארגיין דעם אפעטיט.
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 12:56 pm
דורך שמערל
אבטולמוס, עס איז נישטא קיין שום קראנטע הלכה מקור אויפן איסור פון בגדים צמודים, און לויטן טריקענעם הלכה איז נישטא קיין איסור "ערוה" צו גיין אנע קלייד בכלל כל זמן די פיס איז פארדעקט מיט טייטס.
הרב פאלק פראבירט אין זיין ספר מיט אלע כוחות אויפצוגראבן א איסור אויף בגדים צמודים - לדעתי אן סוקסעס.
די גאנצע געדאנק אבער אז "רוב" פוסקים האלטן שוק מיינט די חלק התחתון קען אפשר זיין אמת פון אקדעמישע שטאנדפונקט, פון די הלכה'דיג שטאנדפונקט איז אבער נישט אזוי, ווייל לשיטת המקילים רעדן די פוסקים נאר ביי א בהמה, משא"כ ביי א מענטש וועלן כו"ע מודה זיין אז שוק מיינט עליון. וכן מבואר בשלמת חיים - שו"ת בע"פ מאת ר' יוסף חיים זאנאנפעלד, אז לכו"ע מיינט שוק ביי אדם די חלק העליון, און להלכה ברויך מען נישט גיין שטרימפ ביז די קני.
Re: הלכות כסוי הרגל לנשים
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 1:11 pm
דורך שמערל
אינעם פריערדיגן אנגעצייכענטן אשכול ווי דער ענין איז שוין אויסגעשמועסט געווארן, ברענג איך אז אפילו אזא ראדיקאלער ווי סאטמארער רב, וואס האט אלטס פארפירט אז א ברכה קעגן דינע שטרימפ איז לבטלה, האט קיינמאל נישט געזאגט עפעס ענליכס אויף קורצע קליידער, אין זיין אייגן סקול איז בראשית ניטאמאל געווען א תקנה דערגעגן, ער האט בסך הכל געזאגט אז קורצע קליידער איז א בגד פריצות, און אז א סאטמארער טאר נישט גיין דערמיט, איז מוכח אז ער האט נישט געהאלטן אז קורצע קליידער איז אסור להלכה.
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 1:49 pm
דורך [NAMELESS]
שמערל,
איך ווייס נישט צו הרב פאלק האט מצליח געווען צו נישט, אבער איך מיין אז דו וואלסט אויך פארשטאנען אז צמודים לגוף אויפן גאנצן גוף טייט איז נישט קיין צניעות, אלזא עפעס א גדר מוז זיין, איז לאמיר דאס אויספיגערן. הרב פאלק כפי זכרוני בויעט עפעס אויף צוויי באזונדערע דינים פון פיסוק רגלים און חמוקי יריכיך ולא עיינתי בזה כל הצורך ואי"ה בל"נ כשיבא ספרו תח''י אעיין בזה.
שלמת חיים איז נישט תשובות בעל פה נאר בכתב, און כפי זכרוני נעמט ער אן די משנה ברורה און נישט זיין אייגענער חידוש.