בלאט 1 פון 1

איך זוך א גוטע סעלפאן פלאן

נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 4:11 am
דורך הדד בן בדד
די לעצטע פאר יאר האב איך אינטערנעט דורך א קאמפאני פאר וועמען איך טוה געוויסע ארבעט, אבער עס קוקט מיר אויס אז דאס קומט צו א סוף און איך וועל מעגליך דארפן די וואך זיך מאכן אן אייגענעם פלאן. איך האב כהיום א טעלעפאן פאר מיר, פאר מיין אידענע און נאך איינס פאר די שטוב (א ספעיר) אויסער דעם האב איך אזא ווייערלעס אינטערנעט שטיקל. דאס איז א ס"ה פון פינף ליינס.

ווער האט היינט די בעסטע פרייזן ווי זאל איך זוכן, וגו' וכו'.

נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 4:13 am
דורך ישמעאל הכהן
בעסטע פרייזן אן קיין דריידלעך און שטיקלעך וואו דיך אריינצוכאפן און אויסזייגן איז טי מאבייל.

נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 4:41 am
דורך ישמעאל הכהן
קוק דעם לינק וועסטו ארויסקומען קלאר ארום אלע סעלפאון סינגל פלענס. ער צולייגט אלעס אזוי גוט. ליין ויערב לך

http://www.digitaltrends.com/mobile/bes ... arriers/1/

Re: איך זוך א גוטע סעלפאן פלאן

נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 8:39 am
דורך שטילע אינגערמאן
טי-מאביל איז זיכער די ביליגסטע אבער לוינט נישט, אין מיין וואין געגענט איז עס פיין אבער א מינוט ארויס איז עס ממש טויטע באנקעס, אין כהער אז אין אסאך היימישע גאסן איז עס גארנישט ווערד, אבער היות זיי פארלאנגעט נישט קיין קאנטראקט לוינט זיך טרייען פאר א חודש אין אזוי מחליט זיין

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 1:47 pm
דורך הדד בן בדד
א גרויסן יישר כח ר' ישמעאל הכהן פאר דעם לינק, עס האט מיר גאר אסאך ארויסגעהאלפן. דערווייל בין איך נאך אביסל צומישט ווייל איך באקום נישט קיין ענטפער פון דעם קאמפאני צו איך בלייב מיט דעם פאון פון זיי אדער נישט. אבער דערווייל האט דער לינק מיך געגעבן אסאך גוטע אינפארמאציע און איך גיי צוגיין צו דעם וויסנדיג אסאך מער, נישט ווי סתם אן עם הארץ.

אבער דערווייל וואלט איך טאקע געוואלט פרעגן דעם עולם דא צו איבער זייער עקספיריענס מיט טי מאוביל און ספרינט vs ווערייזאן ווען עס קומט צו קאווערעדש. איך געפונן זיך בעיקר אין דעם טריי סטעיט עריע ארום ניו יארק, אבער איך קען אמאל זיין אין אנדערע מקומות אויך און אמאל אין אויסלאנד אויך.

Re: איך זוך א גוטע סעלפאן פלאן

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 2:07 pm
דורך אבי גערעדט
איך קום פון ווערייזאן און היינט בין איך ביי ספרינט, זייער צופרידן פיינע שנעלע דאטא, אמאל אמאל האב איך א אישו, נאך אלעם הייסן זיי ספרינט אבער בדרך כלל בינעך זייער העפי