בלאט 1 פון 1

וויזוי איז געווען די וועג?

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 11:20 am
דורך דריידל
יעצט אין די זימער וואכן ווען דער עולם פארט הין און צוריק צום/פון קאנטרי הערט זיך כסדר מענטשן פרעגן דעם צווייטן: וויזוי איז געווען די וועג? האסט גענומען די GW? ווילאנג האט עס גענומען? וכדומה.

דער אמת איז אז רוב מאל פרעגט מען עס בלויז אלץ א מיטל אנצופאנגן א שמועס. למעשה אבער, העלפט עס אז מענטשן ווערן געוואר פארשידענע עצות און טיפס וואס מ'הערט פון דעם און יענעם וויאזוי מ'קען אויסמיידן פארשידענע שטרויכלינגן אויף די וועגן.

וויל איך דא צושטעלן א פלאטפורמע פאר'ן ציבור מיצוטיילן זייערע ידיעות.

ובזה החלי:

איך בין ארויסגעפארן פון די קאנטרי נעכטן בערך אכטע, טראץ דעם וואס מ'האט מיר געווארענט אז ס'איז וויזענדיג דעי. פארשטייט זיך כ'האב מקיים געווען הכנסת אורחים, מיטנעמענדיג נאך א איד. מ'האמיר זיך אראפגעלאזט צום סעווענטין ווי ס'איז געווען אפאר פאקעטס פון טרעפיק אבער נישט געפערליך. ביז 126 ווען "וועיז" האט געוויזן אויף רעכטס, זאגענדיג אז מ'זאל זיך אריבערכאפן צום 17M. קוקט אבער אויס אז איך בין נישט דער איינציגסטער חכם און נאך פולע "וועיזערס" האבן נאכגעטון די זעלבע. די גאסן אין טשעסטער זענען געווען זייער אנגעלייגט אבער כ'האב מיך געטרייסט אז די סעווענטין איז מסתמה נאך ערגער. למעשה, האט ער מיך צוריקגעפירט צום פאלעסעידס און ביזן פאלעסעידס האט געדוירט אנדערט האלבן שעה. פון דארט אין ווייטער איז עס געפארן א מחיה.

כ'האב שוין געטראכט אז אפשר וואלט זיך געלוינט אויסציווארטן דאווענען מעריב אין קאנטרי אבער שפעטער ווען כ'האב געהערט איבער די עקסידענטס ביי עקזיט 123 און אויף די NJ 17, האב איך געדאנקט די באשעפער אז איך בין שוין אין שטאט.