בלאט 1 פון 1
סענטרעל עיר קאנדישאן אין קינדער שטוב
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 11:27 am
דורך cash
איך וואוין אין א דירה מיט סענטרעל עיר קאנדישאן
מיין פראבלעם איז אז איך האב נאר איין יוניט פאר די גאנצע הויז, דאס מיינט אז מיינע קינדער (5 און יונגער) באקומען די זעלבע שפע וואוי מיר און זיי ווערן פארקילט
איך האב שוין געטרייט צו פארמאכן די דאקטס אבער סהעלפט נישט קיין סאך
קען איינער העלפן מיט אן עצה? מעג מען צומאכן די דאקט מיט א פלעסטיג וכדו'?
איז דא אן אנדערע וועג וויאזוי צו בלאקן די קאלטע ליפט אנדעם וואס איך זאל סאפערען אין מיין בעדראם....
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 11:44 am
דורך דריידל
לייג אריין א סינגל יוניט בלויז פאר דיין בדרום. ס'קאסט טאקע אבער אין די לאנג ראן קענסטי דיך שפארן אסאך ווייל טאמער ביסטי אליין אינדערהיים (משפחה אין קאנטרי/קעמפ, אדער נאכ'ן חתונה מאכן די קינדער) דארפסטי נישט אפקילן די גאנצע הויז ביינאכט.
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 11:57 am
דורך cash
נישט קיין אפשען , איך האב א קעיסמענט ווינדא און סארבעט נישט אזוי מיט א פארטעבל עיר קאנדישאן, וואוי אויך דארפ איך די עיר קאנדישאן אין די גאנצע הויז אויסער די בעבי רום
שכח עניוועי פאר דיין קאמענט, עני אדער איידיע?
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 1:01 pm
דורך green sunday
אויב קענסטו ציקימען צי די דאק פייפס למשל טאפ פלארס וכו'. קען מען איינציען די פייפ אליינס וואס דאס העלפט, קאנטעקט א HAVC טעקנישאן
Re: סענטרעל עיר קאנדישאן אין קינדער שטוב
נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 8:04 pm
דורך שמערל
מען מעג צומאכן א דאקט מיט א פלעסטיק, אדער סיי וואס עס קען עס פארשטאפן.
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 12:20 am
דורך געוואלדיג
פרעגסט, אדער זאגסט?
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 2:52 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
לייג א מעגנעט קאווער אויף די דאקט. Magnatic vent cover. מ׳קען עס קויפען אין הום דיפא
נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 8:21 am
דורך יאסל ראקאווער
http://www.keenhome.io/?gclid=CPbU9J-P3 ... HwodDJIPZwהיימישע יונגעלייט האבן אינוועסטעיד מיליאנען אין די קאמפאני. ס'איז א גוטע פאטענט פאר ווער ס'האט סענטרעל און וויל טעמפעטשער קאנטראל אויף יעדע רום.
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 1:00 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
וואס האסטו געטוהן אין די ענד? האט עס געארבעט ? טייל מיט מיט די עולם.