בלאט 1 פון 8

ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 9:33 am
דורך לבלר
נאך יארן וואס אמעריקא וויל נישט רעדן מיט איראן דירעקט וועגן זייער נוקלעארע וואפן פראגראם, האט אמעריקא היינט דירעקטע געחתמת א נוקלעארע דיל מיט איראן,

נא לאמיר הערין וואס איז די דיטעלס?
וואס זאגט די עולם צי דעם?

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 9:37 am
דורך [NAMELESS]
השם ירחם!
דער באשעפער זאל אונז שוין אויסלייזען פון גלות אמעריקא אונטער דעם מאכט פון דעם שחור שוטה.

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 9:56 am
דורך שבת אחים
יא איך מיין טאקע אז בוש איז געוועהן א קלוגערע פרעזידענט ווי אבאמא, איך בענק מיך ממש צוריק צו אים! איך miss די צייטן ווען אמעריקא האט געוועלטיגט אויף דער וועלט און איינגעטיילט און בעל בתעוועט אויף יעדע לאנד און זיי געזאגט פונקטליך וואס צו טוהן , ספעציעל בענק איך מיך צו אבו גרעיוו ווי די אמעריקאנער האבן געהאט אסאך fun מיט די third world country ווי זיי ארומשלעפן אויף די גאס נאקעט און זיך ארומשפילן מיט צענגליגער טויזענטער אומשולדיגע בירגער

בכלל עס איז שוין לאנג נישט געוועהן קיין מלחמות, אמעריקא איז זייער שטיל לעצטענס, דעס איז זייער באורינג און ס׳שאדט פאר אונזער economy !!! טאקע א שוטה דער שחור אבאמא וואס מאכט ער שלום מיט די אראבער? אונז וועלן גארנישט האבן וואס צו שמועסן אין מקוה!

דער באשעפער זאל האלטן די רעכטע הענט , השם ירחם!!!!

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 10:04 am
דורך וכדומה..
וואס קלאגסטו פאר דו האסט דורכגעטוהן דעם ענין.

וויפיל איך פארשטיי די זאך פארדינט דא אמעריקע אסאך מער ווי איראן פון די גאנצע זאך, די דיעל איז גארנישט אזוי שלעכט פאר אונז.

איראן האט שוין א פיין אויסגעבויטען סיסטעם צו בארייכערן איראניאם, און פריער אדער שפעטער וואלטן זיי געהאט דעם אטאם באמבע, צו מ'וויל יא צו נישט, מיט סאנקציעס אדער אן, און דאס האט קיינער נישט געוואלט.

יעצט מיטן דיעל האבן זיי מסכים געווען אז אמעריקע זאל קאנטראלירן די איראניאם אז סזאל נאר זיין אויף נידריגערע שטאפלען, וואס איז נישט בכדי שיעשו צו מאכן א אטאם באמבע.

אמעריקע פון די אנדערע זייט האט דא א געלענגנהייט אנצוקניפן גוטע באציאונגען מיט איראן, וואס קען זיי שטארק צוניץ קומען אין די יעצטיגע מיטל מזרח צושטאנד מיט אייסיס וכו'.

איראן איז געווען דער וואס האט זיך געווארפן מיטן דיעל, און פאר יעדע קלייניגקייט וואס איז אונטערגעקומען האבן זיי געסטראשעט אז זיי געבן עס אויף, און אמעריקע האט זיך אסאך געבויגן, הגם וואס אמעריקע פרובירט עס לייקענען און אנשטעלן א פנים ווי זיי זענען נישט דיע וואס פייגערען פארן דיעל.

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 10:08 am
דורך ישראל קאפקע
אבאמא איז דער ערשטער אמעריקאנער פרעזידענט זינט די ענדע פון די קאלטע קריג וואס קיין שום לאנד וועט נישט "גיין נוקלעאר" אונטער זיין אדמיניסטראציע.

טאטע בוש = אינדיע.
קלינטאן = פאקיסטאן.
בוש דזשוניער = צפון קארעא.
אבאמא = 0

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 10:17 am
דורך קאצקע ציקער
וכדומה , מאכט נישט קיין סענס ווייל אויב ס'וועט נאר ערגע מאכן פאר איראן פארוואס לוינט זיך זיי די דיעל? און אויב ס'טאקע אזוי גיט די דיעל פאר אמעריקא פארוואס איז נתניהו אזוי דערקעיגען?

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 10:25 am
דורך ישראל קאפקע
פאר איראן לוינט עס ווייל מען נעמט אראפ די סאנקציעס, ביבי ברויזט ווייל אמעריקע און איראן גייען מער נישט זיין בלוט-שונאים.

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 10:40 am
דורך וכדומה..
קאצקע, איראן האט זיך דערשטיקט פון די סאנקציעס, איר גאנצע עקאנאמיע האט געהאלטן ביים אונטערגיין, און זיי האלטן דארט ביי די ברינק פון א טיעפע דיפרעסיע, זיי האבן קיין צוויי ברירות נישט געהאט.

אבער מיט דעם אלעם האבן זיי זיך געווארפן מיטן דיעל, פשוט ווייל די דיעל איז בעצם קעגן זייער מאראל און גלויבינג צו מאכן שלום מיטן שטן אליין.

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 10:42 am
דורך קאצקע ציקער
יעצט מיטן דיעל האבן זיי מסכים געווען אז אמעריקע זאל קאנטראלירן די איראניאם אז סזאל נאר זיין אויף נידריגערע שטאפלען, וואס איז נישט בכדי שיעשו צו מאכן א אטאם באמבע.


דאס מאכט סענס?

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 10:45 am
דורך וכדומה..
מדינת ישראל? קען איך דיר זאגן איין ווארט...

פאליטיק.

Re: ברעקינג  היסטארישע נוקלעארע דיל געחתמת צווישן אמעריקא או

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 10:56 am
דורך petergrifin
ישראל קאפקע האט געשריבן:אבאמא איז דער ערשטער אמעריקאנער פרעזידענט זינט די ענדע פון די קאלטע קריג וואס קיין שום לאנד וועט נישט "גיין נוקלעאר" אונטער זיין אדמיניסטראציע.

טאטע בוש = אינדיע.
קלינטאן = פאקיסטאן.
בוש דזשוניער = צפון קארעא.
אבאמא = 0

אלא מאי.. מיז זיין אז מדינת ישראל האט אנגעדרייט א קאשע.

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 11:02 am
דורך [NAMELESS]
ישראל קאפקע האט געשריבן:אבאמא איז דער ערשטער אמעריקאנער פרעזידענט זינט די ענדע פון די קאלטע קריג וואס קיין שום לאנד וועט נישט "גיין נוקלעאר" אונטער זיין אדמיניסטראציע.

טאטע בוש = אינדיע.
קלינטאן = פאקיסטאן.
בוש דזשוניער = צפון קארעא.
אבאמא = 0

סוי וועגן דעם איז דער שחור געגאנגען און זיך געבעטן ווי א בהמה פון איראן אז זיי זאלן יא מסכים זיין צו א דיל, אזוי וועט ער קענען אראפנעמען די סאנקציעס פון איראן, וואס האט זיי שוין כמעט דערשטיקט, כדי אז אונטער זיין זייגער זאל אויך זיין א פיינטליכע לאנד וואס האט זיך פארשאפט א אטאם?

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 11:09 am
דורך ישראל קאפקע
איך פארשטיי אז עס זענען דא וואס זאגן אז די אפמאך גייט נישט גענוג ווייט, און איראן וועט קענען ערצייגן נוקלעארע וואפן טראץ דעם אפמאך.
אבער איך קען נישט פארשטיין וויאזוי עס זענען דא וואס טענה'ן אז די דיעל מאכט גאר 'גרינגער' פאר איראן צו פראדוצירן אן אטאם באמבע?

ווילסט זיך קלאר מאכן ביטע?

Re: ברעקינג  היסטארישע נוקלעארע דיל געחתמת צווישן אמעריקא או

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 11:13 am
דורך [NAMELESS]
די שאלה איז וואס פארזיכערט אז איראן זאל זיך נישט יעצט בלויז ריקאווערן פון די סאנקציע חורבן און דערנאך דראפן די גאנצע אפמאך אזויווי נארט קאריע האט געטון מיט בוש, ( אזוי וועט אויסקומען אז אבאמא וועט גורם זיין איראן זאל גיין נוקלער אונטער די נעקסטע אדמיניסטראציע)

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 11:19 am
דורך [NAMELESS]
נישט נאר אינטער די נעקסטע אדמיניסטראציע, נאר אפילו אינטער זיין אייגענע!!

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 11:35 am
דורך ישראל קאפקע
גראדעמעכעלע האט געשריבן:די שאלה איז וואס פארזיכערט אז איראן זאל זיך נישט יעצט בלויז ריקאווערן פון די סאנקציע חורבן און דערנאך דראפן די גאנצע אפמאך אזויווי נארט קאריע האט געטון מיט בוש, ( אזוי וועט אויסקומען אז אבאמא וועט גורם זיין איראן זאל גיין נוקלער אונטער די נעקסטע אדמיניסטראציע)

לאמיר זאגן אז דאס פאסירט אין פינף יאר ארום.
וואס גייט אמעריקע שטיין ערגער ווי זיי שטייט יעצט? איראן גייט יעצט דארפן אויפגעבן איבער 95% פון זייער לאו-ענריטשד אוראניום, און 100% פון זייער מיטלגארטיגע (20%) אוראניום, 2/3 פון זייער בארייכערונג מעגליכקייט. אינספעקציעס גייט זיין פיל שטרענגער ווי ביז יעצט, און אלע בארייכערונג גייט זיין קאנציטרירט אין איין לאקאציע.
אויב ברעכט איראן דעם דיעל (אדער ציט זיך ארויס) גייען די אמעריקאנער און אייראפעער גלייך צוריקשטעלן די סאנקציעס, סאו וואס האט איראן פארדינט?

Re: ברעקינג  היסטארישע נוקלעארע דיל געחתמת צווישן אמעריקא או

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 11:49 am
דורך [NAMELESS]
נתניהו'ס ריספאנס
https://vimeo.com/133463232

Re: ברעקינג  היסטארישע נוקלעארע דיל געחתמת צווישן אמעריקא או

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 12:02 pm
דורך chaims
ישראל קאפקע האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:די שאלה איז וואס פארזיכערט אז איראן זאל זיך נישט יעצט בלויז ריקאווערן פון די סאנקציע חורבן און דערנאך דראפן די גאנצע אפמאך אזויווי נארט קאריע האט געטון מיט בוש, ( אזוי וועט אויסקומען אז אבאמא וועט גורם זיין איראן זאל גיין נוקלער אונטער די נעקסטע אדמיניסטראציע)

לאמיר זאגן אז דאס פאסירט אין פינף יאר ארום.
וואס גייט אמעריקע שטיין ערגער ווי זיי שטייט יעצט? איראן גייט יעצט דארפן אויפגעבן איבער 95% פון זייער לאו-ענריטשד אוראניום, און 100% פון זייער מיטלגארטיגע (20%) אוראניום, 2/3 פון זייער בארייכערונג מעגליכקייט. אינספעקציעס גייט זיין פיל שטרענגער ווי ביז יעצט, און אלע בארייכערונג גייט זיין קאנציטרירט אין איין לאקאציע.
אויב ברעכט איראן דעם דיעל (אדער ציט זיך ארויס) גייען די אמעריקאנער און אייראפעער גלייך צוריקשטעלן די סאנקציעס, סאו וואס האט איראן פארדינט?

עס נעמט צייט בין מען שטעלט פעסט אז איראן האט פארלעצט די רעגולאציעס און עס איז דא 56 טעג בין מען שטעלט צוריק די סאנקציעס און דערווייל איז דער עקאנאמיא גוט און מען פראדאצירט נוקלעאר אן קיין שטער
איך זאת נישט אז דאס גייט זיין די מציאות אבער לכאורה איז דאס דער חשש פון די קאנבערוואטיווען

I can't believe I just said that...

Re: ברעקינג  היסטארישע נוקלעארע דיל געחתמת צווישן אמעריקא או

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 12:59 pm
דורך [NAMELESS]
ישראל קאפקע האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:די שאלה איז וואס פארזיכערט אז איראן זאל זיך נישט יעצט בלויז ריקאווערן פון די סאנקציע חורבן און דערנאך דראפן די גאנצע אפמאך אזויווי נארט קאריע האט געטון מיט בוש, ( אזוי וועט אויסקומען אז אבאמא וועט גורם זיין איראן זאל גיין נוקלער אונטער די נעקסטע אדמיניסטראציע)

לאמיר זאגן אז דאס פאסירט אין פינף יאר ארום.
וואס גייט אמעריקע שטיין ערגער ווי זיי שטייט יעצט? איראן גייט יעצט דארפן אויפגעבן איבער 95% פון זייער לאו-ענריטשד אוראניום, און 100% פון זייער מיטלגארטיגע (20%) אוראניום, 2/3 פון זייער בארייכערונג מעגליכקייט. אינספעקציעס גייט זיין פיל שטרענגער ווי ביז יעצט, און אלע בארייכערונג גייט זיין קאנציטרירט אין איין לאקאציע.
אויב ברעכט איראן דעם דיעל (אדער ציט זיך ארויס) גייען די אמעריקאנער און אייראפעער גלייך צוריקשטעלן די סאנקציעס, סאו וואס האט איראן פארדינט?

זיי וועלן קענען אביסל צוריקבוען זייער חרובע עקאנאמיע און איינהאנדלען סחורה וואס פעלט זיך אויס פאר זייער וואפן פראגראם וואס יעצט קענען זיי נישט צוליב די סאנקציעס,
די סיבה חושש צו זיין דערצו איז ווייל כו''ע מודי אז די איינציגסטע סיבה פארוואס איראן זיצט בכלל ביין טיש איז נאר ווייל די סאנקציעס דריקן, די רגע עס וועט זיין וירא כי היתה הרווחה וועט זיין צוריק הכבד את לבו,

Re: ברעקינג  היסטארישע נוקלעארע דיל געחתמת צווישן אמעריקא או

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 1:05 pm
דורך chaims
איין באמערקונג וויל איך צולייגען אז די אלע וואס שרייען יעצט אז מען טאר נישט אראפנעמען די סאנקציעס ווייל עס נעמט אראפ די דרוק פון איראן זענען די זעלבע וואס האבן געשריגען אפאר יאר צוריק ווען אבאמא האט געשטיפט די סאנקציעס אז די סאנקציעס זענען א געלעכטער און עס מאכט נישט אויס וכו' וד"ל

I can't believe I just said that...

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 1:27 pm
דורך ישראל קאפקע
Oh my god, איך האב יעצט געוואטשט קארלי פיארינע רעדן איבער די איראן נוקלעארע אפמאך. און כ'מוז זאגן אז כאטש איך האלט אנדערש ווי איר, איז זי הונדערט מאל קלוגער און גרייט צו א פאליטישע אמט ווי סיי וועלכע אנדערע רעפובליקאנער קאנדידאט.

http://youtu.be/cEZfL0VMRJE

(זי זאגט דארט עטליכע מאל, אז מען קען נישט געטרויען איראן, ווייל זיי האבן פארלעצט אמעריקאנער סאנקציעס, און פראבירט איינצוהאנדלען באליסטישע מיסיל טעכנאלאגיע אין 'פארלעצונג' פון אמעריקאנער סאנקציעס. כאילו איראן האט געהאט עפעס אן אפמאך מיט אמעריקע וויאזוי זיי גייען זיי 'געסאנקציעט' וואס זיי האבן פארלעצט. כאילו סאנקציעס פון אמעריקע אדער די אייראפעער זענען סאמהאו מחייב איראן).

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 2:21 pm
דורך כלבאשבוע
די עיקר פראבלעם איז enforcement, די דיעל איז גארנישט ווערט אויב מען קען נישט אדער מען גייט נישט מקיים פסק זיין אויף א breach, עסקפיריענס האט געוויזן אז עס איז שווער צו האלטן איינעם וואס האלט נישט דערביי אין די ראמען (איראק, נארט קאריע) און אפילו אז מען וועט ענדערש פארוואסערן א פראבלעם ווי איידער אריין צוקריכן אין א פלאנטער און מודה זיין אז מען ווערט אויסגעפאפט. בפרט אזא איינער ווי אבאמא (סיריע).

http://time.com/3815368/chertoff-iran-deal-compliance/
http://www.politico.com/magazine/story/ ... aVMTpNVhBc
http://www.businessinsider.com/the-key- ... ork-2015-6

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 2:35 pm
דורך גאנצל
ראשעקאל האט געשריבן:נתניהו'ס ריספאנס
https://vimeo.com/133463232



נתניהו ביסט א געזונטער כופר באלוקי ישראל א אפיקורס און א מנאץ השם און מעכב הגאולה אבער דיינע פוינטס זענען הייליג גערעכט