בלאט 1 פון 2

גוגעל אנערקענט ווי פאפאלער קאווע שטיבל איז....

נשלח: מוצ"ש יוני 23, 2012 10:53 pm
דורך [NAMELESS]
ווי באקאנט געט גוגעל זייערע סערטש ריזאלט'ס לויט ווי פאפאלער א סייט איז. אויב מ'טייפט אריין נאר א "קוף" איז גוגעל קומט גלייך ארויף קאווע שטיבעל!! דאס מיינט אז גוגעל האלט אז אויב די לייגסט אריין א "קוף" איז די סברה אז די ווילסט מסתמא זיכן קאווע שטיבעל....

נשלח: מוצ"ש יוני 23, 2012 10:55 pm
דורך זר זהב
אדער מיינט עס אז דו האסט גענוג מאל געסערטשט פאר קאווע שטיבעל מילא קומט עס ארויף "ביי דיר" ערשט.

נשלח: מוצ"ש יוני 23, 2012 10:57 pm
דורך [NAMELESS]
ניין. אפילו מ'איז נישט אריינגעסיינט קימט עס אזוי ארויף

נשלח: מוצ"ש יוני 23, 2012 11:04 pm
דורך זר זהב
אהא. וויפיל אנדערע אידישע סייטס הייבן זיך דען אן מיט א ק ?

Re: גוגעל אנערקענט ווי פאפאלער קאווע שטיבל איז....

נשלח: מוצ"ש יוני 23, 2012 11:17 pm
דורך איחוד פעלד
ביי מיר קומט אויף קטלא קניא.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

נשלח: מוצ"ש יוני 23, 2012 11:21 pm
דורך ידען
איך לייג אריין די גאנצע ווארט ״אייוועלט״ און עס שרייבט ״נייוועלט״... עפעס פון רוסלאנד מיינעך.

נשלח: מוצ"ש יוני 23, 2012 11:30 pm
דורך ניו יארק
ביי מיר קומט ארויף "קרין גורן".
עס מיז זיין אז עס ווענט זיך ווער עס סערטש, מן הסתם סעווט גוגעל דיינע סערטשעס לויט די IP אדרעס און נישט לויט ווי אזוי מען איז אריינגעסיינט.
(נישט אז איך מאך אוועק ווי פאפעלער קאווע שטיבעל איז, נאר עס מיז נאכנישט זיין אז גוגעל אנערקענט עס שוין...)

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 12:55 am
דורך אייגענארטיג
איך בין אויך פון דעי וואס גוגל האט באשלאסן אז איך זיך קאווע שטיבל ווען איך לייג אריין א קוף

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 1:38 am
דורך DotCom
ס'דא א צווייטע קאווע שטיבל וואס גייט שוין אן א לאנגע צייט און האט אסאך מעמבער'ס...

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 2:28 am
דורך טאמבל סאס
עפעס מיט עמיצער פאללאק צוטון? ;)

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 2:30 am
דורך [NAMELESS]
DotCom האט געשריבן:ס'דא א צווייטע קאווע שטיבל וואס גייט שוין אן א לאנגע צייט און האט אסאך מעמבער'ס...

נעה.... זעהסט דאך פון די רעזאלט׳ס אז גוגעל מיינט אונזער שטיבעל. גוגעל ברענגט יענץ בכלל נישט

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 2:35 am
דורך טאמבל סאס
פילייכט מיינט דאט קאם צו זאגן, אז ביי יעדעם קומט ארויף וואס ער באנוצט דאס מערסטע, און ביי עם צבש קומט ארויף א אנדערע קאווע שטיבל :)

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 3:02 am
דורך זר זהב
אגב ביי גוגעל קעמען זעהן ווי (און וואו...)פאפולער יעדע סייט אדער נאמען איז, ס'הייסט "גוגעל טרענד". אויף גוגעל'ס היים בלאט קליק אויף "MORE" נאכער קליק אויף "EVEN MORE", גאנץ אונטען העטסטע זעהן "TRENDS" קליק עס און לייג אריין וואס איר ווילט זעהן.

למשל דא זעהט איר א סוירטשט אויף "Vos Iz Neias"

און די רעזאלטס:

http://www.google.com/trends/?q=Vos+Iz+Neias

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 9:59 am
דורך קרעקער
גוגעל איז היינט זייער קליגער
זיי האלטען פילייכט חשבון אז דו ביסט אסאך אין קאוועשטיבעל וועגען דעם קימטעס ארויף די ערשטע ביי דיך

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 12:08 pm
דורך חד גדיא
איך האב דאס אמאל געהאט אין די פאבליק לייבערי. איך האב נאר געלייגט ק' און ס'גלייך ארויפגעקומען קאווע שטיבעל. זעהט אויס אז גוגעל טוט עס יא אליין און ס'האט נישט מיט יעדעמ'ס קאמפיוטער באזינדער.

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 12:10 pm
דורך טאמבל סאס
חוץ אויב אסאך פרויען האבן מענער וואס זיצן אפ אין יענע לייבערי אסאך און בראוזן אויך פערצופאל אויף קאווע גאר אפט

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 1:52 pm
דורך נולד מאוחר
זר זהב האט געשריבן:אגב ביי גוגעל קעמען זעהן ווי (און וואו...)פאפולער יעדע סייט אדער נאמען איז, ס'הייסט "גוגעל טרענד". אויף גוגעל'ס היים בלאט קליק אויף "MORE" נאכער קליק אויף "EVEN MORE", גאנץ אונטען העטסטע זעהן "TRENDS" קליק עס און לייג אריין וואס איר ווילט זעהן.

למשל דא זעהט איר א סוירטשט אויף "Vos Iz Neias"

און די רעזאלטס:

http://www.google.com/trends/?q=Vos+Iz+Neias

סאיז אינטערסאנט אז נאכן כינוס איז עס נישט געפאלן.
וואס איז די גרויסע שפרינג, האלצבערג אדער לייבי ?

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 2:13 pm
דורך אייגענארטיג
וואס האט דאס מיטן כינוס צוטאן

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 5:05 pm
דורך zurich
און ווען דו לייגסט אריין א K קימט נישט ארויף קאווע שטיבל סא וואס פארפורסטי

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 6:03 pm
דורך געפילטע פיש
zurich האט געשריבן:און ווען דו לייגסט אריין א K קימט נישט ארויף קאווע שטיבל סא וואס פארפורסטי

ווייל אין ענגליש איז דא סאך מער קאמפעטישען.

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 7:00 pm
דורך זר זהב
ווען איך לייג אריין KA קומט גלייך ארויף קאווע שטיבעל, ווייל איך האב עס שוין געסוירטשט אזוי מערערע מאל

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 4:29 pm
דורך א איד
ידען האט געשריבן:איך לייג אריין די גאנצע ווארט ״אייוועלט״ און עס שרייבט ״נייוועלט״... עפעס פון רוסלאנד מיינעך.


די סיבה דערפון איז ווייל די ריכטיגע נאמען דערפון איז אידישע וועלט, לייג אררין אין די סוירטש אידישע וועלט, וועסטו עס שוין טרעפן

נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 12:21 am
דורך [NAMELESS]
איינער האט אפשר א וועג געוואר צו ווערען וואס גוגעל טוהט ביי דיפאלט? דהיינו אויב איינער ניצט א קאמפיאטער וואס באקימט יעצט די ערשטע מאל אינטערנעט? אויב טייפט מען דעמאלטס א קוף געשעהט עס אויך?