בלאט 1 פון 1

געזוכט א גוטע און ביליגע שרייבער

נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 9:50 pm
דורך צוונציג
איך וויל ארויסגעבאן א קונטרס איך האב די אלע אינפורמעישן אין אנגליש אין איך דארף עס טוישן צו יודיש, ווער ווייסט פון א'גוטע אין ביליגע שרייבער

נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 10:01 pm
דורך moshav zekeinim
שרייבערס זענען אדווערטייזט לרחצה אין די פעיפערס און מאגאזינען.פאר א היימישן שרייבער פון קאווע שטיבל קענט איר זיך ווענדן צו יצחק לעיווי, דער @לעיקוואד פון ק"ש. זיין נאמבער מיט וואס ער האט זיך אדווערטייזט אין פה-סח אויסגאבע איז 732-660-8176

נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 10:03 pm
דורך [NAMELESS]
צוונציג האט געשריבן:איך וויל ארויסגעבן א קונטרס, איך האב די אלע אינפארמעישן און ענגליש און איך דארף עס טוישן צו יודיש, ווער עס ווייסט פון א גוטע און ביליגע שרייבער זאל ביטע ארויסהעלפן.

נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 10:19 pm
דורך ישראל קאפקע
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
צוונציג האט געשריבן:איך וויל ארויסגעבן א קונטרס, איך האב די אלע אינפארמעישן אין ענגליש און איך דארף עס טוישן צו יודיש, ווער עס ווייסט פון א גוטע און ביליגע שרייבער זאל ביטע ארויסהעלפן.

האסט צוגעלייגט "עס", האסטו דערנאך געדארפט צולייגן "זאל ביטע ארויסהעלפן".
אבער ביידע פעלן נישט אויס.

נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 10:33 pm
דורך [NAMELESS]
וואלט ער אבער געדארפט לייגן אזאנס "?" ביים ענדע.

נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 10:45 pm
דורך [NAMELESS]
אבער די ״י״ ביי די ערשטע אין איז יא געווען גוט.

ישראל קאפקע האקט דאס זעלביגע מיטן טוישן קאלירן.

נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 10:47 pm
דורך ישראל קאפקע
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:וואלט ער אבער געדארפט לייגן אזאנס "?" ביים ענדע.

ריכטיג.

נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 10:56 pm
דורך וכדומה..
חברה, דעי איד האט געבעטען צו עטס ווייסט פון א גוטע שרייבער, נישט צו ער האט גוט געשריבן...

וואס ווילט עטס, פאר א סיבה דארף ער א שרייבער..

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 1:18 am
דורך קאצקע ציקער
אפילו צו שרייבן זיין ניק דארף ער א שרייבער.... קוים וואס זיין ניק איז גיט געספעלט..איך מאך א ווערטל צוואנציג

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 8:05 am
דורך קאך_לעפל
וואס די זאגסט אין אנדערע ווערטער... די זוכסט דאס בעסטע... און צאהלן דאס ווייניגסטע וואס איז נאר שייך... טיפוקל חסיד....

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 12:47 pm
דורך מאטי
למעשה נעמען מיר יא אויף שיין, פרישע ניקים.

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 12:50 pm
דורך לית דין בר נש
ער איז נישט קיין פרישע ניק
ער איז שוין דא דריי פערטל יאר

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 2:31 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
נאך א דרייפערטל יאר ברויך מען יא רודפ׳ן א ניק?

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 12:52 am
דורך [NAMELESS]
צוונציג האט געשריבן:איך וויל ארויסגעבאן א קונטרס איך האב די אלע אינפורמעישן אין אנגליש אין איך דארף עס טוישן צו יודיש, ווער ווייסט פון א'גוטע אין ביליגע שרייבער

קודם שרייב וויפיל דו פלאנסט צו צאלן, נאכדעם העמער רעדן ווייטער.

געזוכט א גוטע און ביליגע שרייבער

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 1:10 am
דורך ירא שמים
כקען גאר אגוטע שרייבער וואס קעננישט אויפהערן צו שרייבען אפי׳ בחינם [emoji2][emoji1]
קענסט מיר קאנטאקטן אין אישי פאר די נאמען[emoji2]

Re: געזוכט א גוטע און ביליגע שרייבער

נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 3:22 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
‎איך זיך איינער זאל מיר אויפ טייפן געשריבענע כתבים
בלויז טייפינג נישט קיין עריכה וכו׳

‎ סהאט מער איינער געזאגט אז אין ארץ ישראל קען מען דאס האבן פאר שפאט ביליג
אויב איינער קען העלפן ..