בלאט 1 פון 2

געזוכט אן אפען מיינדעד רב פאר א הסכמה אויף א ספר

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 4:36 am
דורך חקרן
האב איך ברוך-השם זוכה געווען און געענדיגט אראפשרייבן א חיבור אויף א געוויסער נושא. דער נושא איז עטוואס קאנטערווערסיאל ביים היימישן ציבור, הגם וואס לדעתי און לדעת כל בר מבין איז דאס היבש נארמאלע זאכן און גארנישט קיין חידושים. זוך איך דערויף א הסכמה פון אן אנגענומענעם רב, אבער וואס האט אפענע אויגן, וועט מיר פארשטיין און וועט נישט מורא האבן צו געבן א הסכמה דערויף.

כמובן אז דער רב דארף זיין עטוואס אנגענומען ביים ציבור, אז זיין הסכמה זאל רעדן צו מענטשן.

וועמען וואלט איר בערפארציקט פאר אזא ספר?

יישר כח פארן העלפן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 7:43 am
דורך געוואלדיג
איך מיין אז דו דארפסטו אביסל מער מרחיב זיין בדיבור אין וועלעכע נושא, ווייל יעדע קאנטערווערסיאלער נושא האט אנדערע רבנים וואס זענען אפען מיינדעד צו דעם.

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 8:03 am
דורך קאך_לעפל
איך מיין אז איז זאלט זיך ווענדען אדער צו פאפא רבי שליט''א, ער זעהט מיר אויס ווי גאר א ברייטער מוח...
אדער צו כ''ק אדמו''ר רבי יואל מארגענשטערן שליט''א ממעזע שארמאש (גארנישט מיט שארמאשע באס).

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 12:52 am
דורך [NAMELESS]
קאך_לעפל האט געשריבן:איך מיין אז איז זאלט זיך ווענדען אדער צו פאפא רבי שליט''א, ער זעהט מיר אויס ווי גאר א ברייטער מוח...
אדער צו כ''ק אדמו''ר רבי יואל מארגענשטערן שליט''א ממעזע שארמאש (גארנישט מיט שארמאשע באס).

אדער קענט איר זיך ווענדן צו 'קאך לעפל'ס רבי, דער גאר ברייטער מוח:
הגה"ק רבינו מקרית יואל והגלילות שליט"א.

Re: געזוכט אן אפען מיינדעד רב פאר א הסכמה אויף א ספר

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 1:02 am
דורך קאסטנער
אין ווייטער ארפגעפירט א אשכול אין מיסט

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 1:11 am
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:איך מיין אז דו דארפסטו אביסל מער מרחיב זיין בדיבור אין וועלעכע נושא, ווייל יעדע קאנטערווערסיאלער נושא האט אנדערע רבנים וואס זענען אפען מיינדעד צו דעם.

תכלית איז [tag]געוואלדיג[/tag] געוואלדיג גערעכט.
געב כאטש א רמז כלשהו איבער וואס דו רעדסט:
מאחורי, אלטע מחלוקות'ן, צו השכלה פעלד? וכו'.

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 12:02 pm
דורך לך לך
די 3 רבנים וואס געבן אן הסכמה אויפן שטערן זענען בפשטות גוט אפען-מיינד
וואלטן לכאורה געווען גוט פאר דיר..

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 12:05 pm
דורך ירא שמים
[tag]חקרן[/tag] דו האסט שוין אזא סטייל פון עפענען א אשכול דיר צוגעבן עצות און די עולם רופט זיך אהן ווארעם ,
אבער דו שמעקסט אפי׳ נישט אריין…

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 12:21 pm
דורך ראש הישיבה
הרב יעקב שלמה יאזעפאוויטש רב אהל תורה מאנסי איז אן אדרעס וואס ער קען געבן אן הסכמה און/אדער דיר העלפן באקומען אן הסכמה אויף דעם.

Re: געזוכט אן אפען מיינדעד רב פאר א הסכמה אויף א ספר

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 12:33 pm
דורך chaims
ראש הישיבה האט געשריבן:הרב יעקב שלמה יאזעפאוויטש רב אהל תורה מאנסי איז אן אדרעס וואס ער קען געבן אן הסכמה און/אדער דיר העלפן באקומען אן הסכמה אויף דעם.

ער איז א רעספעקטירטער רב אין גאס?

I can't believe I just said that...

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 12:54 pm
דורך [NAMELESS]
chaims האט געשריבן:
ראש הישיבה האט געשריבן:הרב יעקב שלמה יאזעפאוויטש רב אהל תורה מאנסי איז אן אדרעס וואס ער קען געבן אן הסכמה און/אדער דיר העלפן באקומען אן הסכמה אויף דעם.

ער איז א רעספעקטירטער רב אין גאס?

I can't believe I just said that...

איך מיין אזוי.

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 1:18 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
חקרן האט געשריבן:האב איך ברוך-השם זוכה געווען און געענדיגט אראפשרייבן א חיבור אויף א געוויסער נושא. דער נושא איז עטוואס קאנטערווערסיאל ביים היימישן ציבור, הגם וואס לדעתי און לדעת כל בר מבין איז דאס היבש נארמאלע זאכן און גארנישט קיין חידושים. זוך איך דערויף א הסכמה פון אן אנגענומענעם רב, אבער וואס האט אפענע אויגן, וועט מיר פארשטיין און וועט נישט מורא האבן צו געבן א הסכמה דערויף.

כמובן אז דער רב דארף זיין עטוואס אנגענומען ביים ציבור, אז זיין הסכמה זאל רעדן צו מענטשן.

וועמען וואלט איר בערפארציקט פאר אזא ספר?

יישר כח פארן העלפן.

אויב איז עס אין עניני אמונה ובטחון דעמאלטס ר' פנחס יונג פון מאנסי והגלילות,
אויב איז עס בעניני אנטי וואקסין דעמאלטס הגר"ש קאמינעצקי, מראשי הישיבות,
אויב איז עס בעניני כדורי מניעת הריון, דעמאלטס קענסטו גיין זוכען צוזאמען מיט מיר,
אויב איז עס וועגן עניני טעכנעלאגיע, גיי אפילו נישט זוכען, בלייב אויף דעם זייט טיר.

ווידער אויב זיכסטו א היתר נישט צו טייטלען מיט'ן פינקי בשעת הגבהת התורה,
גיי צו ר' אביש ספינקער, הגם איך גלייב אז ער האט נישט דעם ידין ידין יורה יורה,
אויב ביסטו מיד פון בבואו מאדם מיט'ן טאן פון רימינאווער גזע,
עס דעם בארכע אין וויזשניץ, גיי, זיי נישט לעיזי.

יעדער ענין האט זיין מתירים,
יעדער קולא האט א מחמיר,
דארפסט געפונען די ריכטיגע רב, ר"מ, ר"י אדער מגידי שיעורים
אדמורי"ם, הגה"ק, שליט"א, איל צבי ויחמור.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:05 am
דורך חקרן
איבער דעם ענין פון גיין ארבעטן.

(געענטפערט לכבוד ירא שמים)

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:26 am
דורך [NAMELESS]
כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א האט געשיקט אפאר וואוילע כולל אינגעלייט ביניהם מיודעי ומכירי צו גיין ארבעטן. פרוביר דארטן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 2:24 am
דורך [NAMELESS]
דער בעלזער שוויצט שטארק צו מאכן זיין עולם ארבעטן. עד כדי כך, אז אין ארץ ישראל וואו ס'איז נאך האלב טריף, און כל שכן צו גיין אין א 'מכללה' זיך לערנען א פאך, שטיצט עס דער בעלזער וכמדומה אז ער האט שוין אליינס געעפנט אזא מכללה.

פרעג דיך נאך איבער דעם.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 3:31 am
דורך חקרן
איך רעד פון עפעס אנדערש:

א ספר וואס איז אנטי כולל, אנטי אונזערע סיסטעם, און פרא ארבעטן... מיט א נקודה אז דער באשעפער'ס תכלית און ציוו פאר א איד, איז ער זאל דוקא ארבעטן און נישט זוכן צו זיצן און לערנען אויף יענעמ'ס חשבון...

דער ספר ברענגט אויך ארויס דעם חיוב אויף רבי'שע אייניקלעך און ווי פאלש דער סיסטעם איז...

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 4:19 am
דורך [NAMELESS]
כ'טראכט אויב ר' הערשל היילפרין פון וויען ב"פ איז גענוג אפען מיינדעד פאר דעם.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 9:10 am
דורך געוואלדיג
קען אויך זיין אז הרב יאזעפאוויטש פון מאנסי איז גוט פאר דעם.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 10:16 am
דורך אחד העם
געוואלדיג האט געשריבן:קען אויך זיין אז הרב יאזעפאוויטש פון מאנסי איז גוט פאר דעם.

איך גלייב אז נישט.
דאס איז נישט זיין שורה.
ער איז עוסק אין וויכטיגערע, און אין טיפערע עניינים ווי דעם.
כגון אמונה, וחסידות, נפש, ופיוט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 10:31 am
דורך אחד העם
חקרן האט געשריבן:איך רעד פון עפעס אנדערש:

א ספר וואס איז אנטי כולל, אנטי אונזערע סיסטעם, און פרא ארבעטן... מיט א נקודה אז דער באשעפער'ס תכלית און ציוו פאר א איד, איז ער זאל דוקא ארבעטן און נישט זוכן צו זיצן און לערנען אויף יענעמ'ס חשבון...

דער ספר ברענגט אויך ארויס דעם חיוב אויף רבי'שע אייניקלעך און ווי פאלש דער סיסטעם איז...

דעם באשעפער'ס תכלית??? זה איך גוט?! א ספר ארויסצוברענגען די תכלית פינעם באשעפער... מאדנע.
אזוי בדרך אגב, וואס מאכט ער דיין גאט, שפירט ער זיך אומבעסטען, איז אלעס אקעי מיט דיין גאט.

מיינסט טאקע כהאב נישט פארשטאנען וואס ער מיינט?
כ'מיין, ער גייט מאכן א ספר, זאגן פארן עולם וואס גאט וויל.
די ווייסט וואס גאט וויל?
ווער זאגט דיר גאט וויל בכלל?
און אפילו ער וויל יא, מאן יימר אז די קענסט וויסן וואס ער וויל.
און אנדערע ווערטער, די ווילסט אז גאט זאל וועלן.
גאט ווייזט דיר אן אצבע משולשת.
כמיין, קאמאן, און וואקס אויס.
סאיז נישטא אזא זאך ווי אבסעלוטער אמת.
לאז גאט געמאכט, ער וויל נישט גארנישט, און ער וויל אלעס. אזוי איז ער.

איך האב נאך דערווייל נישט געטראפן עפעס אין דער וועלט וואס האט נישט קיין צוויי צדדים. אז סקומט דיר איינער זאגן אז ער האט יא געטראפן אזאנס, איז ער אדער א שקרן, אדער א פאנאטישער.

סאיז מיר סתם אזוי מאדנע, פארוואס מען כאפט דיך נישט אן ביים אויער, און מען ווארפט דיך ארויס פון דא, פארן נישט פראמאטען זיך צו גיין אביסעל אויסבילדען, זיך גיין לערנען אין קאלעדזש, ארויסברענגען דער אינערער זיך.
פארן פראמאטען צו גיין ארבייטען האסטו געקענט בלייבען אין ראדני.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 4:03 pm
דורך [NAMELESS]
אחד העם האט געשריבן:

למשל, ס'איז דא א צד אנצונעמען, אז דיין גאנצע תגובה איז אומריכטיג [ווייל יעדע זאך האט א צד שכנגד]. און על צד זה, מוז שוין נישט זיין אז דער פאקט איז אז ס'איז דא צוויי צדדים צו יעדע זאך. און טאקע אט דער מיינונג האט חקרן אנגענומען דא...

ערנסט גערעדט, זאגסטו גוט [אפשר אביסל צו שארף].

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 5:43 pm
דורך יהושע חיים
עס איז דא אסאך רייד אויף דער נושא פון דעם רמב"ם און זיינע חולקים און ווער עס לערנט דורך די סוגיא איז עס גאנץ נוטה צו איין צד אז מען דארף גיין ארבעטן הגם עס איז דא חולקים

אבער דיין תגובה איז לפע"ד צו שארף

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 6:43 pm
דורך האמת לאמיתו
אחד העם האט געשריבן:
חקרן האט געשריבן:איך רעד פון עפעס אנדערש:

א ספר וואס איז אנטי כולל, אנטי אונזערע סיסטעם, און פרא ארבעטן... מיט א נקודה אז דער באשעפער'ס תכלית און ציוו פאר א איד, איז ער זאל דוקא ארבעטן און נישט זוכן צו זיצן און לערנען אויף יענעמ'ס חשבון...

דער ספר ברענגט אויך ארויס דעם חיוב אויף רבי'שע אייניקלעך און ווי פאלש דער סיסטעם איז...

דעם באשעפער'ס תכלית??? זה איך גוט?! א ספר ארויסצוברענגען די תכלית פינעם באשעפער... מאדנע.
אזוי בדרך אגב, וואס מאכט ער דיין גאט, שפירט ער זיך אומבעסטען, איז אלעס אקעי מיט דיין גאט.

מיינסט טאקע כהאב נישט פארשטאנען וואס ער מיינט?
כ'מיין, ער גייט מאכן א ספר, זאגן פארן עולם וואס גאט וויל.
די ווייסט וואס גאט וויל?
ווער זאגט דיר גאט וויל בכלל?
און אפילו ער וויל יא, מאן יימר אז די קענסט וויסן וואס ער וויל.
און אנדערע ווערטער, די ווילסט אז גאט זאל וועלן.
גאט ווייזט דיר אן אצבע משולשת.
כמיין, קאמאן, און וואקס אויס.
סאיז נישטא אזא זאך ווי אבסעלוטער אמת.
לאז גאט געמאכט, ער וויל נישט גארנישט, און ער וויל אלעס. אזוי איז ער.

איך האב נאך דערווייל נישט געטראפן עפעס אין דער וועלט וואס האט נישט קיין צוויי צדדים. אז סקומט דיר איינער זאגן אז ער האט יא געטראפן אזאנס, איז ער אדער א שקרן, אדער א פאנאטישער.

סאיז מיר סתם אזוי מאדנע, פארוואס מען כאפט דיך נישט אן ביים אויער, און מען ווארפט דיך ארויס פון דא, פארן נישט פראמאטען זיך צו גיין אביסעל אויסבילדען, זיך גיין לערנען אין קאלעדזש, ארויסברענגען דער אינערער זיך.
פארן פראמאטען צו גיין ארבייטען האסטו געקענט בלייבען אין ראדני.

כאטשיק ביסטו מודה אז ס'איז דא א גאט בכלל..
און אז ס'קען גארזיין אז ער וויל עפעס פון אונז קליינע מענטשעלעך און אז אונז זעמיר דא פאר א תכלית...