בלאט 1 פון 3

אניגראם די 9 טיפ מענטשן - וועלכע ביסטו?

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 12:32 pm
דורך קאצקע ציקער
די אניגראם. זייער א אינטערסאנטער מהלך פון 9 טייפס וואס מענטשן זענען איינער איז א שטארקער , א באקוועמער , א צוגלאזענער וכו כאפטס א בליק דא

און דא קענט איהר מאכן א טעסט צו זעהן וועלכע טייפ איהר זענט

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 12:40 pm
דורך שמעקעדיג
איך זוך נישט לכתחילה צו לינקען צום עולם הביצה, אבער דארט האט זיך שוין אנטוויקלט א לאנגער שמועס דערוועגן, איבער 50 בלעטער, ס'איז כדאי צו ליינען דארט מער פרטים, און נאכדעם קען מען צוריקקומען רעאגירן דא ;)

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=17336

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 1:09 pm
דורך קאצקע ציקער
מיט אזאלכע לינקס פארמאכסטו בעיסיקלי די אשכול ;)

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 2:01 pm
דורך הקטן
קאצקע ציקער האט געשריבן:מיט אזאלכע לינקס פארמאכסטו בעיסיקלי די אשכול ;)

וואס זאג דאס אויף שמעקעדיק? וואס פארא טייפ איז ער

דאס אז דו ראגירסט אזוי וואז זאגט דאס אויף דיך

לאז דיך אפ מען קען קיין מענטש נישט אריין לייגען אין א באקס.

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 2:10 pm
דורך שמעקעדיג
איך אנטשולדיג זיך, כ'האב נישט געמיינט צו וויי טון קיינעם. אדרבה, איך האב פשוט געוואלט ארויסהעלפן.
שוין געהערט אמאל דעם אויסדרוק "ולא אמרינן רבנן בכפילא"? על דרך זה נתכוונתי.

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 6:14 pm
דורך געוואלדיג
ר' קאצקע, איך בין דיר מכבד צו אוסשמועסן דא די 9 טייפס פון מענטשן, א זאך וואס איך האב שוין לאנג געוואלט טוהן, און מען וועט דיר ארויס העלפן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 6:31 pm
דורך קאצקע ציקער
הקטן = איינזער
שמעקעדיג= זיבענער
געוואלדיג=פירער

;) :lol:

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 7:03 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:איך אנטשולדיג זיך, כ'האב נישט געמיינט צו וויי טון קיינעם. אדרבה, איך האב פשוט געוואלט ארויסהעלפן.
שוין געהערט אמאל דעם אויסדרוק "ולא אמרינן רבנן בכפילא"? על דרך זה נתכוונתי.

שמעקעדיג ס׳טוט מיר וויי ווען די ברענגסט פון אזאנע פלעצער. ס׳טוט מיר פארזענדליך וויי

Re: אניגראם די 9 טיפ מענטשן - וועלכע ביסטו?

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 7:31 pm
דורך ירא שמים
קאצקע ציקער האט געשריבן:מיט אזאלכע לינקס פארמאכסטו בעיסיקלי די אשכול ;)

עזריאל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:איך אנטשולדיג זיך, כ'האב נישט געמיינט צו וויי טון קיינעם. אדרבה, איך האב פשוט געוואלט ארויסהעלפן.
שוין געהערט אמאל דעם אויסדרוק "ולא אמרינן רבנן בכפילא"? על דרך זה נתכוונתי.

שמעקעדיג ס׳טוט מיר וויי ווען די ברענגסט פון אזאנע פלעצער. ס׳טוט מיר פארזענדליך וויי
ממש קליינקעפיגע אייוועלט סטייל …
דאכט זיך זיי האבן אויך עפעס אזא ענדליכע תקנה אויף ק״ש מטאר נישט דערמאנען די נאמען כ״ש וק״ו אהינלינקען…

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 9:48 pm
דורך berlbalaguleh
קאצקע צוקער: פאר מיר איז גענוג די ארבע מידות באדם. וואס די משנה אין פרקי אבות ברענגט אראפ. די פסיכאלאגיע פון יאר '70 למספ' איז מיר פונקט גוט. ס'מוז נישט זיין פון יאר 2015... אויך. איך האלט אז די חכמי המשנה זענען נאך געווען אזאלכע גרויסע פסיכאלאגן ווי די גראדואירטע פון הארווארד אדער קאלאמביע...!

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 11:01 pm
דורך קאצקע ציקער
ר' בערל דאנט ווארי ס'דא געניג נאמבערס פאר דיר אויך...
גראדע די אניגראם איז בכלל נישט קיין גוישע זאך , האסט געהערט אמאל פון די עשר ספירות?? דאס איז די זעלבע איידוע , איך האב געליינט אמאל א בוק ווי איינער לייגט יעדע מידה צו די טייפ

אלזא ר' בערל נעמט אייך א טייפ געגאנגען!!

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 7:25 am
דורך געוואלדיג
גראדע בין איך א שטארקער זיבענער מיט אביסל פון אכט.

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 4:00 pm
דורך קאצקע ציקער
גראדעמעכעלע איז א פינעווער אזוי מיין איך

Re: אניגראם די 9 טיפ מענטשן - וועלכע ביסטו?

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 6:22 pm
דורך [NAMELESS]
גוט גוט, אויף וואס באזירסטו דיין אפשאצונג?
איך פערזענליך האלט אז עס טוישט זיך טעגליך,

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 6:31 pm
דורך געוואלדיג
גראדעמעכעלע האט געשריבן:גוט גוט, אויף וואס באזירסטו דיין אפשאצונג?


אויף דיין אוואטאר... :lol:

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 6:56 pm
דורך קאצקע ציקער
גראדעמעכעלע האט געשריבן:גוט גוט, אויף וואס באזירסטו דיין אפשאצונג?
איך פערזענליך האלט אז עס טוישט זיך טעגליך,

אוועראלל.....

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 6:57 pm
דורך קאצקע ציקער
אפטעמיסט א אכטער!! מיט אלע מפרשים

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 7:10 pm
דורך רויטע וואנצעס
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך פערזענליך האלט אז עס טוישט זיך טעגליך,


איך בין יעדען טאג א צווייטע פון אלע 9 טיפס. אנדערע וואלטן מיר מסתמא באטיטלט מיט "בארדערליין פירסענעליטי דיסארדער. :)

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 7:18 pm
דורך קאצקע ציקער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך פערזענליך האלט אז עס טוישט זיך טעגליך,


איך בין יעדען טאג א צווייטע פון אלע 9 טיפס. אנדערע וואלטן מיר מסתמא באטיטלט מיט "בארדערליין פירסענעליטי דיסארדער. :)

Lol . רויטע אוודאי האט יעדער איינער פון אלע טיפס , די טייפ איז אבער ווי מען איידענטיפייד זיך די מערסטע, ווי מען זיצט דאס מערסטע, איך מיין ביסט א זיבענער

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 7:19 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך פערזענליך האלט אז עס טוישט זיך טעגליך,


איך בין יעדען טאג א צווייטע פון אלע 9 טיפס. אנדערע וואלטן מיר מסתמא באטיטלט מיט "בארדערליין פירסענעליטי דיסארדער. :)

רויטע וואנצעס" ניין לויט דיין שרייבן דא אין קאווע שטיבל קען איך זאגן מיט א זיכערקייט אז דו ביסט נישט קיין בארדערליין פערסאנאליטי. אמת, מיין גאנצע מעדיצינישע און פסיכאלאגישע וויסנשאפט קומט פון "המספיק מעגעזין" וואס איך באקום אויף פאסט. (נאכדעם וואס מיין לענדלארד און זיין רביצין האבן עס אדורכגעליינט... :lol: )...!

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 7:29 pm
דורך רויטע וואנצעס
א זיבענער גאר... אזוי גוט מאך איך עס? יעדער וואס קען מיר וואלט מסתמא געזאגט איך בין אן אנדערע נאמבער. די איינציגסטע וואס וואלטן געהאלטן די זעלבע, איז לכאורה מיין ווייב און מיין טערעפיסט.

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 7:34 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:א זיבענער גאר... אזוי גוט מאך איך עס? יעדער וואס קען מיר וואלט מסתמא געזאגט איך בין אן אנדערע נאמבער. די איינציגסטע וואס וואלטן געהאלטן די זעלבע, איז לכאורה מיין ווייב און מיין טערעפיסט.

רויטע וואנצעס: דיין טעראפיסט נעמט מעדיקעיד...? ווייל איך זוך אויך א גוטן טעראפיסט. אויב נישט. קען איך צאלן מיט'ן פוד סטעמפס קארטל...!
נ.ב.: דער מצב איז נישט אזוי געפערליך ווי איך לייג עס אראפ. די ערשטע האביך יא. די צוייטע ב"ה נישט...!

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 7:57 pm
דורך רויטע וואנצעס
ער פלעגט נעמען מעדיקעיד פון מיר, אבער ער האט געארבייט צו שווער פאר די מאגערע צאלונגן.

#צוריק צום נושא