מיט א טיפערן בליק - מטות מסעי - א איד איז קיינמאל נישט אליין
נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 8:00 pm
מיט א טיפערן בליק
פרשת מטות - מסעי תשע"ה
נקם נקמת בני ישראל - לתת נקמת ה' במדין..!
בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!
די וואך אינעם פרשה געפינען מיר ווי בורא כל עולמים אונזער געטרייע טאטע דער א-ל נקמות נעמט זיך אָן פאר אונזער כבוד און שטראָפט די וואס זענען מכשיל זיינע טייערע קינדער, ווי די פסוק זאגט: וַיְדַבֵּר ה' אֶל משֶׁה לֵּאמֹר, נְקֹם נִקְמַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מֵאֵת הַמִדְיָנִים אַחַר תֵאָסֵף אֶל עַמֶיךָ השי"ת באפעלט משה רבינו אז ער זאל נקמה נעמען אין די מִדְיָנִים פאר די שרעקליכע חורבן וואס זיי האבן געטוען צו כלל ישראל, די פסוק ניצט א דאפעלטע לשון "נקם נקמת" ווייל די מדינים האבן געטראָגן אויף זיך די שולד פון צוויי שרעקליכע זאַכן א) זיי האבן איבערגערעדט כלל ישראל מיט די האַרבע זינד פון גילוי עריות און עבודה זרה, ב) זיי האבן גורם געווען די ביטערע מגיפה וואס האט געהרגעט פיר אין צוואנציג טויזענט אידישע קינדער, דערפאר זאגט השי"ת פאר משה רבינו "נקם נקמת". השי"ת זאגט אויך פאר משה רבינו אז דערנאך וועט זיין הייליגע נשמה אריינגעברענגט ווערן צום פלאץ ווי די נשמות הצדיקים געפינען זיך, אין אנדערע ווערטער אז דאס איז די לעצטע אויפגאבע וואס ליגט אויף משה רבינו אויסצופירן איידער ער פארלאזט די וועלט.
די פסוק איז ממשיך און משה רבינו זאגט: הֵחָלְצוּ מֵאִתְּכֶם אֲנָשִׁים לַצָּבָא וְיִהְיוּ עַל מִדְיָן לָתֵת נִקְמַת ה' בְּמִדְיָן באוואפענט ערליכע מענער פון צווישן אייך - צו זיין גרייט צו פירן א מלחמה אויף מִדְיָן און געבן דאס אפרעכענונג פון הקב"ה אין דעם פאלק מִדְיָן. ס'באמערקט זיך גלייך אז ווען משה רבינו געבט איבער דעם דבר ה' פאר עם ישראל ניצט ער אַן אנדערע לשון פון דאס וואס הקב"ה האט אים געזאגט, הקב"ה האט געזאגט פאר משה נְקֹם נִקְמַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל - נעם נקמה פאר די אידישע קינדער, און ווען משה געבט עס איבער זאגט ער לָתֵת נִקְמַת ה' בְּמִדְיָן - נקמה צו נעמען פאר הקב"ה, רש"י הקדוש באמערקט די נקודה און זאגט (ע"פ דברי המדרש במדבר רבה כב) אז ס'איז ביידע גלייך "שהעומד כנגד ישראל כאלו עומד כנגד הקב"ה", ווען איינער שטעלט זיך אקעגן די אידישע קינדער איז עס גלייך ווי ווען ער שטעלט זיך אקעגן הקב"ה, און ווען מען נעמט נקמה פאר הקב"ה'ס וועגן איז עס די זעלבע ווי מען נעמט נקמה פאר די אידישע קינדער ווייל די צוויי גייען צוזאמען...
לאמיר זיך אבער אפשטעלן און אריין טראכטן, אמת אז די צוויי זענען די זעלבע קודשא בריך הוא וישראל חד הוא, און דערפאר ווען מען קעמפט פאר די כבוד פון הקב"ה איז עס געקעמפט פאר עם ישראל ווייל די צוויי גייען צוזאמען, אבער פארוואס האט אונזער רבי משה געדארפט טוישן דעם לשון, פארוואס האט ער עס נישט איבערגעגעבן פונקט ווי הקב"ה האט עס אים געזאגט?! פארשטייט זיך פשוט אז אונזער געטרייע רבי פארטוישט דעם לשון און דערמיט זאגט ער אונז דא א גרויסע שטארקע יסוד וואס דארף אונז באגלייטן אויף טריט און שריט, לאמיר זיך פארטיפן און בסייעתא דשמיא זוכה זיין ארויסצונעמען דעם ריכטיגן חיזוק און הדרכה פאר אונזער טעגליכן לעבן.
מזרח אוקריינע - ס'איז שוין באלד גאנצע זעקס אין דרייסיג שעה זייט די אוקריינישע סאלדאטן זענען געקומען אונטער אטאקע אדורך די רוסישע רעבעלן וואס קעמפן אָן אויפהער - כל מיני ראקעטן און באמבעס קומען כסדר אין זייער ריכטונג, און אנהייב האבן די אוקריינע געמיינט אז ס'איז א פשוטע אויפשטייג אקעגן די רעגירונגס פאזיציעס, ס'האט זיך אבער גאנץ שנעל ארויסגעשטעלט אז דאס מאל איז עס א גוט קארדענירטע אטאקע, גאנצעטע גאסן זענען חרוב ונחרב און דער קאמף גייט אָן מיט א פעסטקייט... די אוקריינע סאלדאטן זייענדיג געכאפט אין שאק פרובירן צוריק קעמפן אבער דערווייל גייט עס נישט, שוין עטליכע מאל וואס זיי האבן זיך געדארפט צוריק ריקן און זיך פריש מאבאלעזירן, זיי שפירן ווי די כוחות זייערע האלט זיך אט אט ביים אויסלאזן, זיי ברעכן אונטער...
פון מינוט צו מינוט ווערט די מצב זייערע שווערער און שווערער, בלית ברירה זאגט יאַריק דער גענעראל פונעם איינהייט ..חברה כ'מיין אז ס'איז צייט צו הייבן די הענט און זיך אונטערגעבן, ס'איז פשוט נישט מער מעגליך אנצוגיין, יאַריק ווייסט גאנץ גוט ביי זיך אין הארץ אז זיך אונטערגעבן פאר די רעבעלן מיינט דאס ערגסטע פאר אים און פאר זיינע חברה אבער ער שפירט אז ער האט נישט קיין ברירות... אט האלט ער ביים ארויסגעבן דעם באפעל אז דער גאנצע איינהייט זאל הייבן די הענט און ער געבט זיך א דערמאן ..דער בריוו! איידער כ'האב זיך ארויסגעלאזט צום פראנט האב איך באקומען א בריוו פון מיין משפחה, איינמאל כ'וועל זיך אונטערגעבן קען איך פון דעם בריוו פארגעסן ..מיט ציטערדיגע הענט נעמט ער ארויס דעם בריוו פון טאש און צווישן די שורות ליינט ער:
...יאריק טייערע זיין א גענעראל קען זיין א שטאלץ און א דערהויבנקייט, אבער ס'קען אויך זיין שווער און ביטער, ס'זענען פארהאן מינוטן פון הצלחה און סוקסעס אבער עס זענען אויך פארהאן מינוטן... ס'קומען מינוטן וואס מען טרעפט זיך אויפן פראנט איינער אליין אינגאנצן פארלוירן, ס'קומען מינוטן וואס מען שפירט אז מען קען מער נישט, מינוטן וואס מען זעט נישט קיין וועג ארויס, מינוטן וואס מען זעט דאס ערגסטע פאר די אויגן...
אבער וויסן זאלסטו מיין טייערע, אז ס'זעט נאר אזוי אויס, ס'איז נישט די אמת, לאז נישט דיינע מחשבות דיך אראפ ברענגן, געדענק אז די ביסט קיינמאל נישט אליין, ווען די ביסט אויפן פראנט און די קעמפסט שטייט דער גרויסע באשעפער מיט דיר, דער גאנצע פאלק איז מיט דיר, מיר אלע קוקן ארויס אויף דיין הצלחה און מיר אלע זענען מיט דיר צוזאמען, פארמאך דיינע אויגן און געב א טראכט א מינוט דערמאן דיך פון אלע דיינע גוטע פריינד און פון דיין באליבטע משפחה, געדענק דיין טאטע מאמע ברידער און שוועסטער וועסטו זיך שוין גארנישט שפירן אליין...
געדענק אז נישט נאר די אליין קעמפסט - נאר אין אלע עקן לאנד שטייען דיינע ברידער און שוועסטער און קעמפן צוזאמען מיט דיר, איעדער טוט אביסל אבער ס'איז אלעס א חלק פון דעם גרויסן קאמף, איעדעס ביסל וואס די טיסט ברענגט אונז נענטער צו געווינען, ס'איז נישט דיין אייגן פריוואטע קאמף, אויך איז עס נישט קיין מלחמה פון נאר יעצט, ס'איז דער צוקומפט פון די וועלט וואס ליגט ביי דיר אין די הענט, געב נישט אויף געדענק אז די קענסט און זיי שטארק... אז די קעמפסט ביסטו א געווינער...
...טררר טררר... שווערע פייער אויסטוישן טוען ערוועקן יאַריק פון זיינע טיפע געדאנקן, זיינע אויגן זענען טאקע נאַס אבער ער איז פול מיט קוראזש און שטארקייט ..ער שפירט אז די איינציגסטע ברירה וואס איז פארבליבן איז קעמפן און קעמפן אָן אויפהער, ער נעמט צוזאם זיינע חברה און מיט א רויטן פייערדיגע געזיכט שרייט ער ..חברה מיר געבן קיינמאל אויף, מיר קענען נישט אויפגעבן, מיר זענען נישט אליין מיר האבן אסאך כוחות מיט אונז לאמיר קעמפן און געווינען...
אט דאס זעלבע טוט זיך אפשפילן אין אונזער טאג טעגליכן לעבן, איעדער פון אונז איז א גענעראל אויסצופירן זיין אייגן שליחות דא אויף די וועלט, ס'איז פארהאן א שליחות פרטי וואס דאס מיינט אז דער אידעלע דארף זיך אפגעבן מיט זיין אייגן פריוואטע לעבן משפחה וכדומה, אויך איז פארהאן א שליחות כללי וואס דאס מיינט אז אויף דעם איד ליגט די אחריות אויסצושפרייטן כבוד שמים איבער די גאנצע וועלט, ארבעטן און קעמפן מיט אלע כוחות אז די וועלט זאל שוין זוכה זיין צו איר תיקון השלום און ס'זאל שוין נתגלה ווערן דעם מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים, מיר אלע זענען גענעראלן אין דעם גרויסן צבאות ה', מיר באלאנגן צו הקב"ה'ס מיליטער... אבער ברידער טייערע זיין א גענעראל קען זיין א שטאלץ און א דערהויבנקייט, אבער ס'קען אויך זיין שווער און ביטער, ס'זענען פארהאן מינוטן פון הצלחה און סוקסעס אבער עס זענען אויך פארהאן מינוטן... ס'קומען מינוטן וואס מען טרעפט זיך אויפן פראנט איינער אליין אינגאנצן פארלוירן, ס'קומען מינוטן וואס מען זעט דאס ערגסטע פאר די אויגן... און דער אידעלע שפירט אז ער קען מער נישט, ס'איז נישט פאר מיר, כ'האב פשוט נישט קיין ברירה ער וויל חלילה הייבן די הענט...
אט האלט דער אידעלע ביים אויפגעבן און ער געבט זיך א דערמאן איין מינוט ..דער בריוו! אונזער הייליגע רבי משה האט מיט אונז מיטגעשיקט א בריוו'ל איידער מיר זענען ארויס אויפן פראנט, ער האט אונז איבערגעגעבן דעם דבר ה' געשריבן אין די וואכעדיגע פסוקים און דער אידעלע ליינט די ווערטער וואס משה רבינו זאגט אונז ..לָתֵת נִקְמַת ה' בְּמִדְיָן - נקמה צו נעמען פאר הקב"ה, און די פיר קורצע ווערטער ליגט דאך אזוי פיל, ווי רש"י הקדוש זאגט אונז פשט "שהעומד כנגד ישראל כאלו עומד כנגד הקב"ה" ווען איינער שטייט אויף אקעגן א אידיש קינד איז עס ווי ער שטייט אויף אקעגן הקב"ה, איעדע נסיון וואס שטייט פארענט פון א איד, איעדע שוועריגקייט וואס שטערט א איד איז עס נישט נאר אקעגן אים ס'איז כביכול אויך אקעגן הקב"ה, וואס דאס מיינט אז דער איד מיט הקב"ה איז איינס, אמת אז אמאל שפירט מען זיך אליין אבער דער אמת איז נישט אזוי, א איד איז קיינמאל נישט אליין הקב"ה דער מלך העולם שטייט אים צו דער האנט, ווען א אידעלע שטייט אויפן פראנט און קעמפט שטייט דער גרויסע באשעפער צוזאמען מיט אים און קוועלט פאר נחת, און אז הקב"ה איז מיט דיר איז דאך דער גאנצע אידישע פאלק מיט דיר ..יא ברידער גאנץ כלל ישראל שטייט און קוקט ארויס אויף דיין הצלחה, ווייל מיר זענען אלע איינס, קודשא בריך הוא וישראל חד הוא!!!
ברידער טייערע געדענק אז דער קאמף איז נישט דיין אייגן, ס'איז דער מלחמה וואס גאנץ עם ישראל טוט דערין אנטייל נעמען, איעדער פון אונז אויף זיין מדריגה און אויף זיין פלאץ איז א חלק אין דעם גרויסן מלחמה פון אויסשפרייטן כבוד שמים איבער די וועלט, אין אלע עקן וועלט זענען פארהאן געטרייע אידישע ברידער און שוועסטער וואס קעמפן צוזאמען מיט דיר צוריק צו ברענגן די וועלט צו איר תיקון השלום, איעדער טוט אביסל אבער ס'איז אלעס א חלק פון דעם גרויסן קאמף, איעדעס ביסל וואס א איד טוט ברענגט אונז נענטער צו געווינען, ס'איז נישט דיין אייגן פריוואטע קאמף, אויך איז עס נישט קיין מלחמה פון נאר יעצט, ס'איז דער צוקומפט פון די וועלט וואס ליגט ביי אונז אין די הענט, געב נישט אויף געדענק אז די קענסט און זיי שטארק, ווי די משנה אין אבות זאגט לא עליך המלאכה לגמור, דער איד טוט וויפיל ער קען און דאס איבריגע טוט הקב"ה...
ווען דער אידעלע כאפט זיך אויף פון זיינע געדאנקן איז ער פול מיט קוראזש און שטארקייט ..ער שפירט אז די איינציגסטע ברירה וואס איז פארבליבן איז קעמפן און קעמפן אָן אויפהער, ער שרייט צו זיך אין הארץ אריין כ'וועל קיינמאל נישט אויפגעבן, כ'קען ניטאמאל אויפגעבן, כ'בין נישט אליין אין דעם קאמף, די וועלט ווארט פאר מיר, כ'בין ארום גענומען מיט די גרעסטע כוחות אין די וועלט, כ'וועל קעמפן און בעזהשי"ת געווינען...
שטייענדיג יעצט אין די ימי בין המצרים, אין די דריי וואכן איז כדי זיך אפצושטעלן און ארום קוקן און באמערקן וואס ס'טוט זיך אפ אויף די וועלט, אז מען מאכט נאר אויף א טראפל די אויגן זעט מען ווי מיר לעבן אין א וועלט וואס שאקלט זיך ממש פשוטו כמשמעו, ס'שאקלט זיך אין אלע הינזיכטן ברחניות ובגשמיות בכלליות ובפרטיות, קען דאך דער אידעלע ווערן דערשראקן און פארלוירן, שפירן אז ער איז חלילה פארבליבן איינער אליין אויפן פראנט, ער קען שפירן געפילן פון ..וואס וועט דא זיין וכדומה... לערנט אונז משה רבינו אז דער אידעלע דארף געדענקן אז איעדע זאך וואס ס'פאסירט אויף די וועלט, איעדע זאך וואס שטייט אקעגן דעם איד שטייט אויך אקעגן השי"ת ווייל מען קען די צוויי נישט אפטיילן, הקב"ה און עם ישראל זענען איינס, ווען מען שלאגט א אידיש קינד שלאגט מען כביכול הקב"ה, און ווען מען נעמט זיך אן פאר עם ישראל נעמט מען זיך אן פאר כבוד שמים די צוויי גייען צוזאמען... און דאס איז אונזער גרעסטע חיזוק ווייל דאס מיינט אז מיר זענען קיינמאל נישט אליין, מיר בלייבן קיינמאל נישט אויפן פראנט אָן א כוחות, דער כח אונזערע איז קודשא בריך הוא וישראל חד הוא' וואס ס'פארלאנגט זיך פונעם איד איז טוען וויפיל ער קען...
חז"ל זאגן אונז כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בשמחתה דער וואס טרויערט אויף ירושלים וועט זוכה זיין צו זעהן איר אויפבוי, חז"ל זאגן נישט אז ס'וועט קומען א טאג וואס מען וועט זעהן איר אויפבוי ס'שטייט 'זוכה ורואה' דער וואס טרויערט אויף ירושלים זעט שוין? ווייל ווען א איד וויינט א געוויין פון בענקשאפט, ווען א איד וויינט מיט האפענונג איז ער שוין באמת דארט, ווען ער וויינט פאר השראת השכינה פאר קרבת אלוקים איז ער שוין דארט... טייערע ברידער לאמיר בענקן און האפן און חלילה זיך נישט לאזן פון די מחשבות וואס ווילן אונז אונטער ברעכן און געבן דעם געפיל פון אויפגעבן, די ישועה איז ממש אט אט ביים טיר און טאקע דערפאר טוט דער יצר דרייען א וועלט מיטן ציל צוצומישן דעם אידעלע, לאמיר שטיין שטארק ליינען דעם בריוו פון אונזער רבי איינמאל און נאכאמאל און געדענקן אז דער איד איז קיינמאל נישט אליין הקב"ה איז מיט אים אויף טריט און שריט... הקב"ה ברוב רחמיו וועט זעהן די בענקשאפט וועט ער אונז זיכער נישט מער לאזן ווארטן נאר גאר אין גיכן שיקן דעם מלך המשיח בב"א.
לסיכום געדענק:
• א איד איז קיינמאל נישט אליין הקב"ה דער מלך העולם שטייט אים צו דער האנט.
• גאנץ כלל ישראל שטייט און קוקט ארויס אויף דיין הצלחה, ווייל מיר זענען אלע איינס.
• לא עליך המלאכה לגמור, דער איד טוט וויפיל ער קען און דאס איבריגע טוט הקב"ה.
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com