בלאט 1 פון 3

מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 9:06 pm
דורך [NAMELESS]
מייקראסאפט האט אפגעקויפט fieldone, א סאפטוועיר קאמפעני פון האברך שלמה בוים פון קרית יואל פאר די סכום פון 39 מיליאן דאללער

Re: מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 9:07 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 9:08 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
פון ווי נעמסטו דעי סכום
אינעם ארטיקל שטייט undisclosed amount

Re: מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 9:10 pm
דורך [NAMELESS]
געהערט די סכום פון צוויי מענטשן וואס זאגן אז זיי קענען אים גוט

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 9:42 pm
דורך shem-tov
ווי אזוי זאגן נאר די איזרעיליס. עם ישראל חי. כלל ישראל טויג .
איינער זאל נאר שיקען די נייעסל צום רעדאקטאר פון די רעקארד, אן צו דערמאנען קרית יואל, נאר פשוט אז מייקראסאפט קויפט אפ א ביזנעס פון אן אראנדש קאונטי פערזאן וואס ער האט אליינס אויפגעבויט, פאר 40 מיליאן. שפעטער וועלן זיי שוין געוואר ווערן אז דאס קומט גאר פון די א.ג. פאראזיטן

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 9:43 pm
דורך [NAMELESS]
שלמה בוים שרייבט וועגן די עקוועזישען
http://blog.fieldone.com/microsoft-fiel ... hloma-baum

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 9:44 pm
דורך [NAMELESS]
שלמה בוים

Re: מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 9:54 pm
דורך דעת תורה
וואס איז זיין חידוש? אין וועלכע פעלד(איינס) איז ער שטארק?

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 10:40 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
איך האף אז ער גיט א מאסיווען קידוש די וואך לכבוד די שמחה.

Re: מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 1:12 am
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 1:47 am
דורך BAL TSHIVA
א גיטע lesson פאר די אלע סעלף העטינג חסידים וואס בלעמען זייער ביזנעס/job דורכפאל ווייל מען האט אינז נישט educated.
זאג נאר צדיקל דער שלמה בוים נ"י האט געלערנט אין אנדערע פלעצער ווי די אין איך?
ניין, נאר ער האט נישט געזיכט צי אנלייגן שילד אויף די גאנצע וועלט אין בלייבן א דורכפאל אויך.
רבותי לאמיר זיך לערנען פין אים if you have any business ideas
go for it
שלמה ממך ילמדו והשי"ת ישלח ברכה והצלחה בכל מעשי ידיך.

מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 2:00 am
דורך קאסטנער
קיינער זאגט נישט אז עס איז נישט מעגליך צי מצליח זיין מיט אינזער עדזאקעשן אלעס איז מעגליך... טאקע פין די פאר אבער וואס זענען יא מצליח קענסטו אליין אויסרעכענען וויפל מער וואלטן מצליח געווען ווען מגיט אינז ווען די כלים אין די הענט אריין וויפל מער שלמה בוים׳ס וואלטן געווען ווען מען דארף זיך ווען נישט דראפענען אויף גראדע ווענט,

Re: מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 2:15 am
דורך יהושע חיים
מען רעגט זיך אז אינז קענען נישט זיין קיין מיטל קלאס עשירים האט מער מיט מזל ווי שכל אבער מיטל קלאס דהיינו האבן א דזאב פון א ערנסטע געהאלט א יאר דאס איז א זעלטנהייט (עס איז דא פון דעם אויך אבער על הכלל איז מען געווענטלך נישט פעיאיג מיט אונזער חינוך צו אנקומן צו דעם

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 2:28 am
דורך BAL TSHIVA
I disagree if I may l.
סוואלט נישט גיוועזן קיין איינס מער וויפל יעצט, ווייל איינער וואס זיכט ענדערש וועמען אין וואס צי באשילדיגען (באלד קימט איינער זאגן די ביסט אויך פין די סארט, זאג איך דיר פאראויס, יא איך אויך ;) ) וועט אייביג טרעפן ווי אנציווארפן א שילד אין אויף וועמען.
יעצט וואס מ'האלט שוין לאחר המעשה, מיר האבן נישט באקימען קיין tool's, מיז מען אליינס טון.
BTW there is tools for mountain climbing, my guess is that some people already climbed on straight walls.

Re: מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 7:30 am
דורך גרויסע מענטשעלע
ק/פ
דער אינגערמאן בוים פון ק''י איז דער גרינדער פונעם ''גדר'' פילטער בהוראת כ''ק אדמו''ר הגה''ק מסאטמאר שליט''א. ער האט אינסטאלירט ''גדר'' בחינם פאר טויזענטער אינגערלייט און פרויען. היינט האט ער געשלאסען א 40 מיליאן דאלער'דיגע מקח. אז מען מיינט עס ערענסט העלפט הקב''ה. כה לחי

Re: מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 10:18 am
דורך itsnotme
גדר בעט זייער אסאך געלט

Sent from my SCH-I535 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 11:19 am
דורך שבת אחים
BAL TSHIVA האט געשריבן:I disagree if I may l.
סוואלט נישט גיוועזן קיין איינס מער וויפל יעצט, ווייל איינער וואס זיכט ענדערש וועמען אין וואס צי באשילדיגען (באלד קימט איינער זאגן די ביסט אויך פין די סארט, זאג איך דיר פאראויס, יא איך אויך ;) ) וועט אייביג טרעפן ווי אנציווארפן א שילד אין אויף וועמען.
יעצט וואס מ'האלט שוין לאחר המעשה, מיר האבן נישט באקימען קיין tool's, מיז מען אליינס טון.
BTW there is tools for mountain climbing, my guess is that some people already climbed on straight walls.


בעל תשובה
ס׳שטימט נישט מיט די מציאות! רוב קרית יואל איינוויואנער און רוב חסידים וואס זענען געגאנגען אין ישיבה מיטשעט זיך בדרך כלל צו ענדיגן דאס חודש, משא״כ רוב פרייע אידן אין אמעריקא וואס האבן באקומען א נארמאלע education לעבן אין prosperity!.

און ווייל ס׳איז געלונגען פאר איינעם אדער א מיעוט מיינט נאך נישט אז מ׳דארף נישט אין General עדזשויקעיטן דעם עולם!

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 12:59 pm
דורך א איד
מייקראסאפט האט עם אריינגעווייערט די געלט אין זיין אקקאונט?
אדער עס מיינט אז ער מיט די גאנצע קאמפאני ארבעטן יעצט ביי מייקראסאפט, און ער האט נאר רויעלטי שעירס?

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 1:35 pm
דורך שמעקעדיג
יעדער איז ביזי מיט די ארומיגע דיטעילס און שטותים, לאמיר רעדן תכלית!
ווען נעמט ער אויף?

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 2:36 pm
דורך BAL TSHIVA
@שבת אחים מהיכא תיתא? האסט געמאכט א head count? פיו ווי ווייסטו וויפיל פין זיי מיטטשען זיך מיט פרנסה אין וויפיל נישט? זאת ועוד, ס'איז דא היימישע מוסדות וואס די ענגליש דיפארטמענט איז אויף א העכערע סטענדערט ווי סאטמאר, למשל מאנקאטש, באבוב, ספינקא ב"פ, אין איך זע נישט אז זיי זאלן זיין בעסער מיט פרנסה ווי א סאקמאר, וואס איז דארט די תירוץ?

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 3:10 pm
דורך כלבאשבוע
BAL TSHIVA האט געשריבן:ס'איז דא היימישע מוסדות וואס די ענגליש דיפארטמענט איז אויף א העכערע סטענדערט ווי סאטמאר, למשל מאנקאטש, באבוב, ספינקא ב"פ


אך און וויי אויב דאס הייסט א הויעכע סטענדערט.

Re: מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 3:39 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
כלבאשבוע האט געשריבן:
BAL TSHIVA האט געשריבן:ס'איז דא היימישע מוסדות וואס די ענגליש דיפארטמענט איז אויף א העכערע סטענדערט ווי סאטמאר, למשל מאנקאטש, באבוב, ספינקא ב"פ


אך און וויי אויב דאס הייסט א הויעכע סטענדערט.


ווער דארף סטענדארד ? מדארף תכלית ב"ה ספעלט נישט קיין געלוגנע ביים היימישע עולם.

דאכט זיך מיר אין מאנטריאל ווען סאטמער האט געהאט צוטועהן מיט די עדיאקעשין דיפארטמינט האבן זיי געברענג ריאות פין מאנטריאלע עשירים וואס קענען נישט קיין ענגליש אדער פראנצוזיש.

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 3:56 pm
דורך BAL TSHIVA
כלבאשבוע האט געשריבן:
BAL TSHIVA האט געשריבן:ס'איז דא היימישע מוסדות וואס די ענגליש דיפארטמענט איז אויף א העכערע סטענדערט ווי סאטמאר, למשל מאנקאטש, באבוב, ספינקא ב"פ


אך און וויי אויב דאס הייסט א הויעכע סטענדערט.

ווער האט געזאגט הויעכע? ס'איז העכער ווי אין סאטמער, וואס דארט לערנט מען פלאס, מיינעס, טיימס, אין דיוויזשען. אין ספינקא לערנט מען אויך אלזשעברע.
האט א ספינקא תלמיד מער אדער גרינגער פרנסה ווי א סאטמערע תלמיד?