בלאט 1 פון 18
"דער שטערן" מדי חודש בחודשו
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:37 am
דורך אבי גערעדט
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:48 am
דורך גדעון
הייסט עס אז דער קול קורא האט יא געארבייט, דער ניסן -שטערן זעהט אויס ווי דער גוי וואס האט זיך פארשטעלט ווי א איד צום סדר - פיינע אידישע ארטיקלען, איך האף נור אז אינעווייניג איז אויך אזוי אידישלאך אוואו אינדערויסן
איך בין זיכער אז אויב די שטערן וועט ווייטער באשרייבן אזאלעכע אידן ווי ר יואל קאהן אנשטאט קריס גארדנער, וועלן די רבנים אראפנעמען דער איסור,
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:55 am
דורך געפילטע פיש
גדעון האט געשריבן:הייסט עס אז דער קול קורא האט יא געארבייט, דער ניסן -שטערן זעהט אויס ווי דער גוי וואס האט זיך פארשטעלט ווי א איד צום סדר - פיינע אידישע ארטיקלען, איך האף נור אז אינעווייניג איז אויך אזוי אידישלאך אוואו אינדערויסן
יא, סעפטעמבער 11 האט אויך געארבעט, קוק ווי TSA קוקט דורך אלע פאסאז'ירן אין עירפארט.
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:11 am
דורך קרעקער
ווער סקען דו טעראריסטען זאל נישט זיין סופרייסד אז זיי וועלען ארויסריקען א הכחשה/מחאה/צוריקציען פון הרב קאהן
אויב ער וועט נישט וועלען וועלען זיי עס ארויסגעבען אליינס אין זיין נאמען
סטעי טונד
איך האף נאר אז דע רוצחים מנובלים וועלען שנעל איינזעהן אז זייער מערכה איז מיס דורכגעפאלען אין אויפגעבען דעם קאמף
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:16 pm
דורך יידל
קרעקער האט געשריבן:ווער סקען דו טעראריסטען זאל נישט זיין סופרייסד אז זיי וועלען ארויסריקען א הכחשה/מחאה/צוריקציען פון הרב קאהן
אויב ער וועט נישט וועלען וועלען זיי עס ארויסגעבען אליינס אין זיין נאמען
סטעי טונד
איך האף נאר אז דע רוצחים מנובלים וועלען שנעל איינזעהן אז זייער מערכה איז מיס דורכגעפאלען אין אויפגעבען דעם קאמף
רוצחים? מנובלים? פון ווי קומט דער שפראך? מילא דו רופסט זיי שקצים, גנבים, טעראריסטן וכדו' נו, פארשטיי איך, דו האלטסט אז וואס זיי טוען איז נישט אויסגעהאלטן. אבער רוצחים מנובלים?! וועם האבן זיי גערצחט? פארוואס זענען זיי מנובלים? רעב איד, איר דארט אביסל נידערן אייער אינפלעמעטארי שפראך.
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 4:03 pm
דורך יידל
אינעם נייעם שטערן האבן זיי די חודש אריינגעלייגט א נייעם קאלום מיטן נאמען "א בליק איבער תורה ריזן", געשריבן דורכן באקאנטען טאלאנטפולער שרייבער הרב אשר לעווין. אין די אריינפיר שרייבט ער כהאי לישנא "מיר האבן - בעצתם ובהוראתם פון די גדולי ההוראה שליט"א וועלכע האלטן אן עינא פקיחא איבער "דער שטערן" - געעפנט אט דעם קאלום". די חודש ווערט באשריבען דער ראגאטשאווער גאון. א גאוואלדיגער ארבייט, ס'האט זיך געלוינט צו קויפן דעם שטערן נאר פאר דעם אליין.
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 6:21 pm
דורך עסן עסט'זיך
ווואס? איי דאנט בעליוו איט.
די שטערן האט אנגעהויבן א סיפורי צדיקים קאלום?
זיי ווערן אזוי ווי עונג שבת - אידישע ליכט
סאו האבן די רבנים יא געפויעלט
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 7:27 pm
דורך אבי גערעדט
דער שטערן חודש ניסן א פראכט פון א מאגאזין, 180 זייטן פיל מיט רייכע אינטערעסאנטע ארטיקלען
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 7:42 pm
דורך לאדיך אפ
אדווערטייזמענט אין בלאט פאר דער שטערן:
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 9:26 pm
דורך הדד בן בדד
עסן עסט'זיך האט געשריבן:ווואס? איי דאנט בעליוו איט.
די שטערן האט אנגעהויבן א סיפורי צדיקים קאלום?
זיי ווערן אזוי ווי עונג שבת - אידישע ליכט
סאו האבן די רבנים יא געפויעלט
ווער? די רבנים האבן גע'פועל'ט? א פייג, די בעלי בתים האבן גע'פועל'ט. דער שטערן האט שוין פיל מאל געשריבן אויף אירע בלעטער אז זיי זענען גרייט צו הערן דעם דעת תורה פון סיי וועלכען תורה אויטאריטעט, כאטש זיי האבן אייגענע רבנים. אבער די פאלשע רבנים האבן נישט געוואלט זאגן וואס צו טוישן, ווייל עס איז מער צו שפילן גדול הדור און הענגען אויף איסורים אין די גאסן. דאס האבן די בעלי בתים אליינס געטאן, און די קרעדיט קומט זיך אינגאנצן פאר זיי, אזוי ווי פאר אלע אנדערע שיינע זאכן וואס זיי האבן געטון במשך די יארן.
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 9:44 pm
דורך חד גדיא
איך זעה אז דער בארימטע חייקל אלצוויסער איז נישט אין די נייע שטערן. איך ווינדער מיך צו ער וויל מער נישט שרייבן פאר זיי וועגן די איסור. וויל סמאכט נישט קיין סענס ארויסצולאזען אזא פאפולער קאלום פונקט אין די פסח נומער.
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 9:52 pm
דורך [NAMELESS]
עסן עסט'זיך האט געשריבן:ווואס? איי דאנט בעליוו איט.
די שטערן האט אנגעהויבן א סיפורי צדיקים קאלום?
זיי ווערן אזוי ווי עונג שבת - אידישע ליכט
סאו האבן די רבנים יא געפויעלט
ניין, איך האב יעצט געזעהן אין געשעפט די קאלום "א בליק איבער תורה ריזן" איך מיין אז עס איז נישט קיין ספורי צדיקים קאלום נאר מער ווי א טיפערע אנאליז איבער א תורה-ריז און זיין דרך הלימוד. איך ווייס נישט קלאר, אדרבה איינער וואס האט עס געליינט זאל שרייבן וואס די קאלום איז
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:22 pm
דורך יידל
טאקע א פלא וואו חייקל אלצווייסער איז פארשוואונדען. דער חייקל איז דאך ריזיג! דער מלך פון אידישע טריווי, מלפניו לא היה כמוהו. על פי רוב איז עס דער ערשטער קאלום וואס כ'ליין און דאס איז איינע פון די ארטיקלן וועלכע מאכט מיך קויפן די שטערן יעדער חודש. אויב איז טאקע חייקל אוועק וועגן די רבנים איז דאס א געפערליכן פראסק פאר די שטערן.
לגבי די תורה ריזן רובריק - ווי קופערניקוס האט שוין געשריבן - דאס איז נישט סתם סיפורי צדיקים בעלמא און צו פארגלייכן דאס צו עונג שבת איז לעכערליך. ווער ס'קען אשר לעווין דארך וויסן צו ערווארטן גוטס. דאס איז א מייסטערהאפטיג שטיקל וועלכע כ'האב געליינט די ערשטע (גלייך נאכן זען אז חייקל'ס קאלום איז נישטא...) ס'איז ממש מעז יצא מתוק אז אינז האבן זוכה געווען צו אזא אינהאלטסרייכפולע קאלום בזכות די סאמעטוכע.
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:30 pm
דורך שרגא
יעצט געקויפט. קוקט אויס א הערליכע ארבעט.
זיי האבן עפעס א מודעה אז געוויסע אנשי בלי שם פירן א העפטיגן טעראר קאמפיין און זיי בעטן די קונדן זאלן קלאר מאכן פאר די גראסעריס אז מען מאכט די פסח ארדער טאקע וויבאלד זיי פארקויפן יא דעם שטערן.
קען עס איינער אריינסקענען? קוקט אויס ווי עס זענען יא דא גראסעריס וואס נעמען עס נישט אריין.
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:36 pm
דורך מוראדיג
איך האלט נישט פון קיינעם אוועקמאכן, אבער קוקט דעם חילוק צווישן איינעם וואס קומט מיט אויסגעדראשענע סחורה וואס יעדע איינציגע אויסגאבע האט שוין געהאט, און דאס נאך לכבוד דעם שטערקסטן אישו פון יאר, פסח, קעגן דעם דיקן שטערן מיט אריגינעלע סחורה. אט פארשטייט איר שוין יעצט דעם טעם האיסור... "נישט גוט; ס'צו אינטערעסאנט צו ליינען."
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 1:22 am
דורך אךשמח
חייקל איז נאר דעם מאנאט ארויסגעבליבן. ער איז פארנומען מיטן אריינברענגען דעם פסח, און נאך יו"ט איז ער דא צוריק מיטן גאנצן לבוש.
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 1:49 am
דורך חד גדיא
אךשמח האט געשריבן:חייקל איז נאר דעם מאנאט ארויסגעבליבן. ער איז פארנומען מיטן אריינברענגען דעם פסח, און נאך יו"ט איז ער דא צוריק מיטן גאנצן לבוש.
פון ווי נעמסטו דאס?? פסח איז די וויכטיגסטע אויסגאבע פון די יאהר!! פארוואס זאל דער רעדאקטאר אפילו מסכים זיין אז חייקל זאל סקיפען א חודש? איך האב יא מורא אז ער וויל נישט שרייבן מער וועגן די איסור.
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 8:47 am
דורך שמואל הלוי
חד גדיא האט געשריבן:אךשמח האט געשריבן:חייקל איז נאר דעם מאנאט ארויסגעבליבן. ער איז פארנומען מיטן אריינברענגען דעם פסח, און נאך יו"ט איז ער דא צוריק מיטן גאנצן לבוש.
פון ווי נעמסטו דאס??
אולי איז 'אך שמח' חייקל'ס ברודער'ס ברודער, ודו"ק כי קצרתי.
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 11:19 am
דורך שרגא
חד גדיא האט געשריבן:אךשמח האט געשריבן:חייקל איז נאר דעם מאנאט ארויסגעבליבן. ער איז פארנומען מיטן אריינברענגען דעם פסח, און נאך יו"ט איז ער דא צוריק מיטן גאנצן לבוש.
פון ווי נעמסטו דאס?? פסח איז די וויכטיגסטע אויסגאבע פון די יאהר!! פארוואס זאל דער רעדאקטאר אפילו מסכים זיין אז חייקל זאל סקיפען א חודש? איך האב יא מורא אז ער וויל נישט שרייבן מער וועגן די איסור.
ריכטיג, אין א פסח אישו וואלט דער הערליכער און אינפארמאטיווער חייקל קאלום געדארפט זיין צוויי מאל אזוי לאנג (כ'רעדט שוין נישט פון דעם וואס פסח מיט די פיר קשיות איז דאך זיין אושפיזא, "חייקל לעבן, כ'וויל דיך פיר קשיות פרעגן").
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 11:23 am
דורך אךשמח
איך האב אנגערופן ר' שמעונ'ן אליינס זיך אינטערעסירן פארוואס דער אלעמען באליבטער חייקל איז נעלם געווארן, האט ער מיר געזאגט אז 'קיינער' האט נישט קיין פראבלעם מיט אים, נאר ער איז פשוט אנגעקומען פארסאפעטערהייט און ס'געווען א מאנגל אין פלאץ, און חייקל איז בטבע א ווייכער און זיך נישט אריינגעשטיפט און וועט זיין די ערשטע ביים קומענדיגן וואגאן. ער האט צוגעלייגט אז ער האט געכאפט איבערן קאפ פארן איבערלאזן אזא טייערע איד, און וועט זיכער מאכן אים צו געבן דעם ריכטיגן כבוד וואס אים קומט.
שמואל, איך האב נישט געוואוסט אז חייקל האט א ברודער... אפשר לייגט מען אים אריין אינעם שטערן'ס צווילינג, דער שפאקטיוו?
דארפסט נישט מקצר זיין...
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 11:34 am
דורך יידל
אדער אפשר גאר קען חייקל'ס ברודער קומען צו אונז אין שטיבל, מיר וועלן זיכער האבן נוצן פון אים...
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 9:02 pm
דורך קול גדול
ס'איז אלץ די זעלבע מעשיות יאר נאך יאר, אלעס איז שוין געשריבן געווארן, וועגן די שטארקע צענזור וואס הערשט אויף די אלע צייטשריפטן איז נישטא גענוג וואס צו שרייבן, דערפאר מוזן זיי מאכן חזרה און .איבערשרייבן אלטע ארטיקלען צומאל אביסעל געטוישט.
Re: "דער שטערן" חודש ניסן תשע"ב
נשלח: מוצ"ש מערץ 31, 2012 11:01 pm
דורך הניק שלי
דוכגעליינט דעם שטערן. זעהט אויס ער האט געמאכט א פיינד ענד ריפלעיס אין דעם ארטיקל איבער לעא פראנק אויף דעם ווארט לייב צו לייבל.
ס'שטייט איבעראל דארט 'גלייבל' אנשטאט 'גלייב'. 'געגלייבלט' וכו'.. ס'האט מיר זייער נערוועז געמאכט. ווי אויך איז דא גאנץ אסאך מיסטעיקס דארט דעם חודש.