בלאט 1 פון 2
איך האב דיר ליב
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 12:16 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך האב דיר ליב
נישט פאר דיינע מעלות
נאר פאר'ן זיי ניצן
איך האב דיר ליב
נישט ווייל דו ביסט א איד
נאר ווייל דו ביסט א מענטש
איך האב דיר ליב
נישט צוליב דיין חכמה
נאר צוליב אוועקשטיין פון נארישקייטן
איך האב דיר ליב
נישט ווייל דו האסט מיר ליב
נאר ווייל מיר זענען אלע ברודער
איך האב דיר ליב
נישט ווייל דו געבסט מיר עפעס
נאר וועגן דו נעמסט פון מיר גארנישט
איך האב דיר ליב
נישט ווייל איך מוז
נאר ווייל איך וויל
איך האב דיר ליב
וועגן אהבה איז אונזער קיום
נישט ווייל איך בין מאדנע
איך האב דיר ליב
נישט וועגן ס'איז אלעמאל געשמאק
נאר וועגן ס'מאכט מיר בעסער
איך האב דיר ליב
נישט דיינע טובות אדער טאלאנטן
נאר דיין פינטעלע הומעניטי
איך האב דיר ליב
ווייל איך האב דיר ליב
נישט ווייל ס'איז דא א סיבה
איך האב דיר ליב!
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 12:47 pm
דורך אפטעמיסט
איך האב דיר ליב, נישט ווייל דו מאכסט שיינע פאעזיע,
איך האב דיר ליב, נישט ווייל אדמוני יצאת,
קען טאקע זיין א געבוירענער חסיד
וואס ליעבט יעדעם, אפילו דעם ויזתא?
*
ווען אלע מיר, וואלטן אזוי געהאלטן
— דער פאליציי און דעם איד,
וואלט עריק גארנער נישט געשריגן
"איי קענט בריעד, איי קענט בריעד".
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 12:50 pm
דורך ישראל קאפקע
(קוק, דעי קאפקע חנפ'עט זיך צו די גבאים).
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 12:51 pm
דורך רויטע וואנצעס
(אדער וויל ער פשוט אביסל לאוו

)
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 1:34 pm
דורך לית דין בר נש
איך האב דיר ליב
ווייל דאס איז די טבע הבריאה כמים פנים אל פנים
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 2:24 pm
דורך געוואלדיג
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך האב דיר ליב
איך האב דיר ליב
נישט ווייל דו ביסט א איד
נאר ווייל דו ביסט א מענטש
איך האב דיר ליב!
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך האב דיר ליב
נישט ווייל דו האסט מיר ליב
נאר ווייל מיר זענען אלע ברודער
איך האב דיר ליב
[/b]
זייער שיין אבער האיך יתקיימו שניהם?
Re: איך האב דיר ליב
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 2:26 pm
דורך [NAMELESS]
נאר אייניקלעך פון אברהם זענען ברידער? אדם איז נישט קיין גוטע טאטע?
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 2:40 pm
דורך געוואלדיג
איך וועל דיר זאגן דעם אמת, די גאנצע פאעזיע חוץ פון מיין ערשטע ציטאט האב איך ליב, האב איך געוואלט דאס פארגלעטן דורך טראכטן אז אפשר האט ער געמיינט אזוי ווי מיר, אויב נישט דאן ליב איך די גאנצע חוץ פון די פראזע.
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 2:59 pm
דורך רויטע וואנצעס
גראדעמעכעלע האט געשריבן:נאר אייניקלעך פון אברהם זענען ברידער? אדם איז נישט קיין גוטע טאטע?
עקזעקטלי.
ווען די מענטשהייט וואלט פארשטאנען אז אונז זעמער אלע ברודערס אין זעלבען שיף, וואלט די שיף נישט געזינקען.
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 3:07 pm
דורך [NAMELESS]
דבר בעתו [ובעטו] מה טוב, עס איז מורא׳דיג פאסיג אין די ניין טעג (און א גאנץ יאר אויך).
רויטע, u r d best, as allways. א דאנק.
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 3:07 pm
דורך [NAMELESS]
רויטע וואנצעס האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:נאר אייניקלעך פון אברהם זענען ברידער? אדם איז נישט קיין גוטע טאטע?
עקזעקטלי.
ווען די מענטשהייט וואלט פארשטאנען אז אונז זעמער אלע ברודערס אין זעלבען שיף, וואלט די שיף נישט געזינקען.
דאס וועט לכאורה קיינמאל נישט געשען....
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 3:16 pm
דורך רויטע וואנצעס
Imagine there's no heaven
It's easy if you try
No hell below us
Above us only sky
Imagine all the people
Living for today...
Imagine there's no countries
It isn't hard to do
Nothing to kill or die for
And no religion too
Imagine all the people
Living life in peace...
You may say I'm a dreamer
But I'm not the only one
I hope someday you'll join us
And the world will be as one
Imagine no possessions
I wonder if you can
No need for greed or hunger
A brotherhood of man
Imagine all the people
Sharing all the world...
You may say I'm a dreamer
But I'm not the only one
I hope someday you'll join us
And the world will live as one
JOHN LENNON
(אונז פרומע אידן קענען נישט מסכים זיין מיט די רעליגיע שורה. קענסט מגיה זיין: עקסטרעמע רעליגיע פון יעדע סארט.)
Re: איך האב דיר ליב
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 3:27 pm
דורך [NAMELESS]
או י''ל religions בל' רבים
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 9:23 am
דורך רויטע וואנצעס
יא, דו, טאקע דו, איך האב דיר ליב אהבת נפש אן קיין ערך וגבול. סיי ווער דו ביזט נאר, שפיר איך צו דיר א אהבה עזה שאינה תלויה בדבר. מעגסט זיין א חסיד, ליטוואק, ספרדי, ישראלי, אויפן דרך, אראפ פון דרך, אינטערן דרך, איי דאנט פריקן קעיר. איי לאוו יו צו דו ביזט יונג, אלט, קלוג, שיין, מיאוס, נאריש, צו די ארבייטס, צו דו ביזט אין כולל, צו דו הייסט הערשקוויטש אדער באגאדי פון אינדיע. I LOVE YOU ALL MY FELLOW HUMANS.
Re: איך האב דיר ליב
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 11:06 am
דורך ירא שמים
היטלער אויך ?
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 11:24 am
דורך רויטע וואנצעס
דיר אויך אהבת נפש, אפילו נאך אזא נארישע שאלה.
בנוגע דיין שאלה, ווילאנג מ'איז נישט מזיק די מענטשהייט בגוף בממון אדער בנפש, האב איך יעדעם ליב.
שיין דערלעבט.. מ'האט מיר שוין באלד פיינט, פאר'ן יעדעם ליב האבן

.
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 11:33 am
דורך ישראל קאפקע
ירא שמים האט געשריבן:היטלער אויך ?
אוי, דו דארפסט אסאאאאך לאוו, אויב ביים הערן "FELLOW HUMANS" טראכסטו גלייך פון היטלער.

Re: איך האב דיר ליב
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 11:52 am
דורך ירא שמים
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דיר אויך אהבת נפש, אפילו נאך אזא נארישע שאלה.
בנוגע דיין שאלה, ווילאנג מ'איז נישט מזיק די מענטשהייט בגוף בממון אדער בנפש, האב איך יעדעם ליב.
שיין דערלעבט.. מ'האט מיר שוין באלד פיינט, פאר'ן יעדעם ליב האבן

.
שוין די ראלל האט שוין איין עקסעפשאן !!
כהאב געמיינט אז אז סאיז אן גרעניצען [emoji14]
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 3:55 pm
דורך שמעקעדיג
רויטע וואנצעס האט געשריבן:יא, דו, טאקע דו, איך האב דיר ליב אהבת נפש אן קיין ערך וגבול. סיי ווער דו ביזט נאר, שפיר איך צו דיר א אהבה עזה שאינה תלויה בדבר. מעגסט זיין א חסיד, ליטוואק, ספרדי, ישראלי, אויפן דרך, אראפ פון דרך, אינטערן דרך, איי דאנט פריקן קעיר. איי לאוו יו צו דו ביזט יונג, אלט, קלוג, שיין, מיאוס, נאריש, צו די ארבייטס, צו דו ביזט אין כולל, צו דו הייסט הערשקוויטש אדער באגאדי פון אינדיע. I LOVE YOU ALL MY FELLOW HUMANS.
די טעאריע איז געבויט לויט זיינע אייגענע ווערטער דא:
viewtopic.php?f=13&t=9385
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 6:47 pm
דורך געוואלדיג
דארט רעדט ער נאר פון אידן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 6:49 pm
דורך שמעקעדיג
גערעכט.
אבער סוכ"ס יעדע בריאה אויף דער וועלט פארמאגט דאך אלקות און א שייכות צום בורא.
נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 6:57 pm
דורך רוסישער
[tag]שמעקעדיג[/tag] דו ביסט א וועג'עטירען?

נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 7:05 pm
דורך געוואלדיג
וואס עפעס, ער נעמט יעדע אלוקות אריין אין זיך, נאכן מאכן א ערליכע ברכה.